הײַיאָר זײַנען אַרויס צוויי ביכער, וואָס באַרײַכערן און פֿאַרפּינקטלעכן דאָס בילד פֿון ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וואָס איז געווען שטאַרק באַליבט צווישן ייִדישע אינטעלעקטואַלן. די יונגע דײַטשישע היסטאָריקערין אַנע-קריסטין זאַס האָט פֿארטיידיקט איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע וואָס אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ווײַמאַרער בערלין, און אויפֿן סמך פֿון אָט דער אַרבעט איז אַרויס איר וואָגיקע מאָנאָגראַפֿיע, וואָס הייסט Berliner Luftmenschen: Osteuropäisch-jüdische Migranten in der Weimarer Republik (www.wallstein-verlag.de/9783835310841.html).
דאָס איז זייער אַן ערנסטע פֿאָרשונג פֿון כּלערליי אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן נאָך אין 19טן יאָרהונדערט, אָבער געוואָרן באַזונדערס "אָנזעעוודיק" ערבֿ און נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַקטיש איז עס קיין איינהײַטלעכע סבֿיבֿה קיין מאָל ניט געווען, ווײַל די געבילדעטע, ווי אויך פֿאַרמעגלעכע (גאָר ניט זעלטן פֿלעגן ביידע זאַכן צונויפֿפֿאַלן) אימיגראַנטן האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער פֿון די פּראָסטע ייִדן. זיי פֿלעגן זיך, בדרך-כּלל, באַזעצן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער שטאָט. די געגנט לעבן אַלעקסאַנדער-פּלאַץ, וווּ די אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן פֿלעגן געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ, האָט ניט געפּאַסט פֿאר "לײַטישע" ייִדן.
טאָפּאָגראַפֿיע איז דאָס וואָרט, וואָס באַגעגנט זיך אָפֿט אין דעם בוך. פֿון טויזנטער פּרטים, גענומען פֿון קוואַלן אויף דײַטש, ענגליש, ייִדיש און רוסיש, האָט אַנע-קריסטין זאַס רעקאָנסטרויִרט די לאַנדשאַפֿטן, אין וועלכער עס האָט זיך געקאָכט דאָס לעבן פֿון דעם אָנגעפֿאָרענעם ייִדישן עולם. זי האָט אויסגעפֿונען, וועלכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — פּאָליטישע, קולטורעלע, וכ׳ — האָבן זיך באַוויזן אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, וואָס פֿאַר אַ ראָלע זיי האָבן געשפּילט און ווי אַזוי זייערע פֿירנדיקע טוערס האָבן זיך אויפֿגעפֿירט. ס׳איז קלאָר, אַז פֿאַר אַ סך פֿאָרשער וועט די מאָנאָגראַפֿיע דינען ווי אַ האַנטבוך, וואָס מאַכט די דאָזיקע אויסגאַבע באַזונדערס וויכטיק. אַ סבֿרא, אַז עס וואָלט גאָר ניט געשאַט צו האָבן אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אָט דער ממשותדיקער אַרבעט.
גאָר מיט אַנדערע אויגן, און אויף אַן אַנדער שפּראַך, האָבן געקוקט אויפֿן בערלין פֿון יענער צײַט די מאָסקווער געלערנטע אָלעג בודניצקי און אַלעקסאַנדראַ פּאָליאַן. זייער בוך, "רוסיש-ייִדישער בערלין", Русско-еврейский Берлин (www.nlobooks.mags.ru/ncd-1-1-304/news.html), איז פֿאָקוסירט, דער עיקר, אויף דער רוסיפֿיצירטער און טיילווײַז געשמדטער, ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך גרופּירט אַרום עטלעכע אייגענע אָרגאַניזאַציעס, די וויכטיקסטע פֿון וועלכע איז געווען "דער פֿאַראיין פֿון רוסישע ייִדן אין דײַטשלאַנד". אין יסוד פֿון אָט דער אַרבעט ליגן גרויסע מאַסיווע אַרכיוו-דאָקומענטן, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס אין רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, ישׂראל, גרויס-בריטאַניע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין אַ היפּשער מאָס, איז עס אויך אַ פּרוּוו ווידער-אויפֿצובויען די לאַנדשאַפֿט פֿון אַן אַמאָליקן לעבן און זי באַפֿעלקערן מיט די מענטשן, וואָס האָבן אַ מאָל געוווינט אין דער שטאָט. ניט צופֿעליק איז דאָס בוך כּולל ניט קיין געוויינטלעכן אינדעקס פֿון יחידים, נאָר אַן אינדעקס מיט קורצע ביאָגראַפֿישע ידיעות, וואָס גיבן צו דער אַרבעט דעם כאַראַקטער פֿון אַ האַנטבוך.
מיך האָט באַזונדערס פֿאַראינטערעסירט דאָס קאַפּיטל, וואָס קוקט אַרײַן אין דעם גורל פֿון די הונדערטער רוסישע ייִדן, וועלכע זײַנען ניט גלײַך, אָדער בכלל ניט, אַרויסגעפֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט. אָבער אויך אַנדערע קאַפּיטלען שטעלן מיט זיך פֿאָר פּיאָנערישע פֿאָרשונגען. ייִדישע היסטאָריקער האָבן דאָך ווייניק געטראַכט וועגן די, אין תּוך אַרײַן רוסישע, אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן זיך אָפֿט מאָל געהאַלטן גאַנץ, צי אַפֿילו אין גאַנצן, אָפּגעזונדערט פֿון דעם ייִדישן "הויפּטשטראָם". די צענטראַלע פֿיגור אין דעם בוך איז דער יוריסט אַלעקסיי גאָלדענווייזער (1890—1979), בפֿרט נאָך אַז זײַן אַרכיוו האָט זיך גוט אָפּגעהיט.
די דאָזיקע צוויי ביכער מאַכן אונדז אַ סך קליגער וועגן דעם אימיגראַנטישן ייִדישן לעבן אין בערלין. אמת, פֿאַר אַ סך מענטשן איז עס שוין געווען "זייער בערלין". מע האָט זיך געפֿילט דאָרטן אין גאַנצן אין דער היים. לאַנג, צו מאָל צו לאַנג, האָבן אייניקע בערלינער ייִדישע תּושבֿים געוואַרט ביז דער "משוגעת וועט דורכגיין". ער איז ניט דורכגעגאַנגען, מע האָט געמוזט אים אַרויסקלאַפּן. אָבער צו יענער צײַט איז פֿון דעם אַמאָליקן "רוסישן בערלין" גאָרנישט ניט פֿאַרבליבן.