די ערשטע אויסגאַבע פֿונעם ראָמאַן די "משפּחה מאַשבער" |
דער ניסתּר האָט דעמאָלט געלעבט אין כאַרקאָוו, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אָבער מיט דעם אַריבערטראָגן פֿון דער הויפּטשטאָט קיין קיִעוו אין 1934 האָט זיך זײַן סיטואַציע געערגערט. מיט דעם אַרויספֿאָרן פֿון די צענטראַלע פֿאַרלאַגן און קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער נײַער הויפּטשטאָט האָט דער ניסתּר אָנגעוווירן זײַן פּרנסה. דאָס האָט אים דערוועגט צו ווענדן זיך נאָך הילף צו דעם ברודער מאָטל אין פּאַריז, וועלכער איז דעמאָלט שוין געוואָרן אַן אײַנגעשטעלטער קונסטהענדלער׃
"בפֿרט איך וועל נישט קאָנען פֿאַרדינען, ווײַל מײַן אַרבעט בײַ די פֿאַרלאַגן איז אַ טעכנישע — איבערזעצונגען און רעדאַקטור פֿון שפּראַך און סטיל. דאָס איז אַזאַ אַרבעט, וואָס אויב מ׳געפֿינט זיך אויפֿן אָרט, באַקומט מען זי, אויב ניט, גיט מען זי אָפּ אַן אַנדערן; דעם, וועלכער וווינט אין דער זעלבער שטאָט." און ווײַטער דערקלערט דער ניסתּר די סיבה, פֿאַרוואָס ער קאָן טאָן נאָר אַ טעכנישע אַרבעט׃
"דאָס, וואָס איך האָב געשריבן ביז אַהער, איז בײַ אונדז איצט שטאַרק אָפּגעפֿרעגט, ס׳איז זייער אַ געשלאָגן אַרטיקל. סימבאָליזם האָט אין ראַטנפֿאַרבאַנד קיין אָרט ניט. און איך, ווי דיר איז באַוווּסט, בין פֿון אַלע יאָרן אַ סימבאָליסט — איבערגיין פֿון סימבאָליזם צו רעאַליזם איז פֿאַר אַ מענטשן, ווי איך, וועלכער האָט אַ סך געהאָרעוועט אויף צו פֿאַרפֿאָלקאָמען זײַן מעטאָד און אופֿן פֿון שרײַבן — זייער שווער. דאָס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון טעכניק, דאָ מוז מען ווי אויף ס׳נײַ געבוירן ווערן; דאָ מוז מען איבערקערן די נשמה אויף דער אַנדערער זײַט."
אָבער דער ניסתּר האָט געהאַט אַ פּלאַן׃ "איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן אַ בוך, לויט מײַן מיינונג און לויט דער מיינונג פֿון נאָענטע באַקאַנטע, אַ וויכטיקן. איך וויל דעם בוך ווידמענען אַלע מײַנע כּוחות, וואָס איך פֿאַרמאָג. ס׳האַנדלט זיך וועגן מײַן גאַנצן דור — פֿון דעם, וואָס איך האָב געזען, געהערט, איבערגעלעבט און אויסגעפֿאַנטאַזירט." מיינען מיינט ער דאָ זײַן ראָמאַן "משפּחה מאַשבער". די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן קומט פֿאָר אין באַרדיטשעוו אין די 1860ער—1870ער יאָרן, אָבער פֿאַרוואָס זשע זאָגט ער, אַז עס האַדלט זיך וועגן זײַן "גאַנצן דור"? דער ניסתּר איז דאָך געבוירן געוואָרן ערשט מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר שפּעטער.
אַן ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע געפֿינען מיר אין אַן אַנדערן בריוו, וואָס דער ניסתּר האָט אָנגעשריבן צו גורשטיין, דעם רעדאַקטאָר פֿון דער ערשטער סאָוועטישער אויסגאַבע פֿונעם ראָמאַן. אָפּרופֿנדיק זיך אויף גורשטיינס רעצענזיע אויף דעם ערשטן באַנד "משפּחה מאַשבער", זאָגט דער ניסתּר׃ "אַ ביסל האָט מיך נאָר געאַרט, וואָס איר פּאָלעמיזירט מיט מיר [...] זאָגט איר דאָרט, אַז דער ראָמאַן איז אַ היסטאָרישער. איך האַלט, אַז ניין. מײַנע מאָטיוון זײַנען אײַך באַוווּסט׃ ס׳איז קיין איין היסטאָרישע פֿיגור ניטאָ. ס׳איז נאָר דאָ היסטאָרישע לופֿט, קאָלאָריט". אַזוי אַרום דערקלערט דער ניסתּר, אַז זײַן כּוונה איז געווען צו באַנוצן זיך מיטן "היסטאָרישן קאָלאָריט", כּדי צו שילדערן די געשיכטע פֿון זײַן אייגענעם דור, און אין אַ געוויסן זין, אויך פֿון זײַן אייגענער משפּחה.
דער ניסתּר |
עס וואָלט אַוודאי געווען צו גראָדליניק צו האַלטן, אַז די משפּחה קאַגאַנאָוויטש איז געווען אַ דירעקטער פּראָטאָטיפּ פֿאַר דער משפּחה מאַשבער, אָבער די באַציִונגען צווישן מאָטל און דעם ניסתּר דערמאָנען אין געוויסע שטריכן אין די באַציִונגען צווישן משה און לוזי מאַשבער. דער ניסתּר שרײַבט צו דעם ברודער ווײַטער׃ "נאָך לאַנגן טראַכטן אָבער בין איך געקומען צום באַשלוס, אַז ס׳איז נאַרישקייט און פּוסטע מעשׂה, און אַז געזונטע מענטשן טוען ניט אַזוי, וואָרעם איבער נישטיקן גדלות איז נישט כּדאַי קיין לעבנס צו פֿאַרשפּילן." דער ראָמאַן איז געווען די איינציקע רעטונג זײַנע׃
"און בײַ מיר שטייט איצט מײַן גורל אין קאָן׃ איך בין שוין אַלט 50 יאָר (כ׳בין שוין היפּש גראָוו...) אַרבעטן אויף מײַן זאַך ווילט זיך מיר זייער און זייער. קיין פּרנסה־מעגלעכקייט זע איך ניט אין די נאָענטסטע פּאָר יאָרן, נאָך דעם אָבער, ווען מײַן בוך וועט פֿאַרטיק ווערן — יאָ, איז צו וואָס דער שטאָלץ, צו וואָס דאָס פּוסטע שעמען זיך, ווען ס׳האַנדלט זיך סוף כּל סוף אין אַן איינמאָליקער סומע?"
ווי מען דערוויסט זיך פֿון די ווײַטערדיקע בריוו, האָט דער ניסתּר טאַקע יאָ באַקומען געלט פֿונעם ברודער, לכל הפּחות אין די ערשטע יאָרן. אָבער זײַן מאַטעריעלע לאַגע איז תּמיד געווען זייער אַ שווערע. אין 1935 שרײַבט מאיר ווינער פֿון מאָסקווע צו גורשטיינען קיין אָדעס׃ "באַקומען ידיעות, אַז ניסתּר הונגערט אין כאַרקאָוו, בוכשטעבלעך. בזיון פֿאַר אונדז אַלעמען. דאָ איז דער עולם אויפֿגערודערט." און אַפֿילו נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם ערשטן באַנד פֿונעם ראָמאַן אין 1939 איז זײַן מצבֿ ניט געוואָרן בעסער, ווײַל דעמאָלט האָט ער געדאַרפֿט אונטערשטיצן זײַן טאָכטער האָדל, וואָס איז געוואָרן קראַנק אין לענינגראַד.
האָדל איז געשטאָרבן אין לענינגראַד בעת דער בלאָקאַדע אין 1942, און אינעם לעצטן אָפּגעהיטן בריוו, וואָס דער ניסתּר האָט אָנגעשריבן צו מאָטל שוין נאָך דער מלחמה, אַ פּאָר יאָר פֿאַר זײַן אייגענעם אַרעסט אין 1949, ציט ער אַ טרויעריקן סך־הכּל פֿון זייער משפּחה־געשיכטע׃ "ווי דו זעסט, טײַערער מאָטל, איז אונדזער משפּחה־בוים געבליבן אָן בלעטער, אַ נאַקעטער, אַ הוילער. ווי אַזוי איך לעב נאָכדעם, וואָס ס׳האָט מיך געטראָפֿן, ווייס איך ניט. ווי אַזוי ס׳לעבט אונדזער אַהרנס ווײַב, רבֿקה, נאָך דעם, ווי ס׳האָט זי געטראָפֿן, ווייס איך ווידער ניט. אָבער וואָס איז צו מאַכן. ס׳איז געבליבן נאָר איינס׃ צו שעלטן דעם פֿאַשיזם, וואָס האָט אונדז געבראַכט אַזוינע ביטערע אומגליקן. אונדז, ווי דעם גאַנצן פֿאָלק אונדזערן, אַזוי ווי דער גאָרער מענטשהייט. זאָל זיך דאָס שוין מער ניט איבערחזרן!"