ליטעראַטור

אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי.

"מוזיי פֿון רעוואָלוציע".

מאָסקווע׃ 2012

דער נײַער ראָמאַן פֿונעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער, זשורנאַליסט און היסטאָריקער אַלעקסאַנדר אַרכאַנגעלסקי האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אין דער רוסישער פּרעסע. דערבײַ גייט אָבער ניט אינעם בוך גופֿא, נאָר אין דעם אופֿן פֿון זײַן פּובליקאַציע. דער טעקסט פֿונעם ראָמאַן איז אָנגעקומען אין פֿאַרקויף, צו ערשט, אינעם אינטערנעץ־נוסח, און ערשט מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן געדרוקטע ביכער. אויף דער דריטער שטופֿע פֿונעם עקספּערימענט האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿאַרקירצטן אינטערנעץ־נוסח בחינם, און סוף־כּל־סוף, וועט מען קאָנען איבערלייענען דעם גאַנצן ראָמאַן אומזיסט (אָבער ניט אַראָפּלאָדן אויפֿן אייגענעם קאָמפּיוטער).
דאָך, ניט געקוקט אויף די לעבעדיקע וויכּוחים אַרום דער צוקונפֿט פֿונעם בוכהאַנדל, האָט מען קוים באַרירט דעם אינהאַלט פֿונעם בוך, וואָס איז גאַנץ אינטערעסאַנט און באַלערנדיק פֿון עטלעכע שטאַנדפּונקטן. אַרכאַנגעלסקי איז זייער אַ געניטער שרײַבער, מיט אַ פֿײַנעם חוש סײַ פֿאַר דער געשיכטע און סײַ פֿאַרן אַקטועלן איצטיקן מאָמענט און מיט אַן אייגענעם קוקווינקל אויף דער רוסישער געזעלשאַפֿט און פּאָליטיק. זײַנע ראָמאַנען לייענען זיך ווי לויפֿיקע קאָמענטאַרן צו די אַקטועלע געשעענישן אינעם רוסישן לעבן.
דער העלד פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן איז אַ פּעטערבורגער היסטאָריקער, וואָס פֿאַרדינט זײַן געלט דורך שאַפֿן כּלערליי מוזייען פֿאַר רײַכע פּריוואַטע קליענטן. דער מעטאַפֿאָרישער באַגריף פֿונעם מוזיי דינט ווי דער שליסל צו דעם גאַנצן ראָמאַן. אַ מוזיי איז דאָ ניט סתּם אַ קאָלעקציע פֿון ווערטפֿולע אַלטע זאַכן אָדער קונסטווערק, נאָר אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ געוויסער היסטאָרישער קאָנצעפּציע, אַ מין כּמו־געשיכטע, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווירטועל דורך מאָדערנע עלעקטראָנישע און טעכנישע מכשירים. הײַנט־צוטאָג קאָן יעדער איינער באַשטעלן אַן אייגענעם נוסח פֿון דער געשיכטע, אַבי געלט איז פֿאַראַן.
פּונקט די דאָזיקע קאָנצעפּציע איז לעצטנס רעאַליזירט געוואָרן אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע, וווּ דער באַזוכער באַטראַכט פֿאַרשיידענע סימולאַציעס פֿון דער ייִדישער געשיכטע אַנשטאָט ממשותדיקע היסטאָרישע אָביעקטן. און כאָטש אַרכאַנגעלסקי דערמאָנט ניט דעם דאָזיקן מוזיי, קאָן זײַן ראָמאַן דינען ווי די בעסטע און טיפֿזיניקסטע קריטיק פֿון דער דאָזיקער לעצטער מאָדע און מוזיי־בויערײַ.
אָבער די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט טאַקע יאָ אַ צענטראַל אָרט אין אַרכאַנגעלסקיס ראָמאַן. ביידע קליענטן פֿונעם הויפּטהעלד זײַנען ייִדן, נאָר זיי פֿאַרקערפּערן צוויי פֿאַרשידענע קולטורעלע טיפּן. טעאָדאָר שומר איז טאַקע אַ שומר, וואָס היט אָפּ במסירת־נפֿש די רוסישע קולטורעלע ירושה. ער איז אַ דירעקטאָר פֿון אַן אַמאָליקן פּריצישן מאַיאָנטעק, וואָס די סאָוועטישע מאַכט האָט בדעה געהאַט צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ "מוזיי פֿון רעוואָלוציע". מיט דער מפּלה פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דער דאָזיקער מוזיי געבליבן אויף הפֿקר, און ערשט אין דער לעצטער צײַט, בעת פּוטינס רעסטאַווראַציע, האָט די רוסישע מאַכט ווידער באַקומען אַן אינטערעס צו שאַפֿן אַן אייגענעם נוסח פֿון דער רוסישער געשיכטע.
דער צווייטער קליענט איז אַן אויפֿגעקומענער גבֿיר רויטמאַן, וואָס זײַן ציל איז צו פֿאַרלאָזן די געפֿערלעכע רוסישע געשעפֿטן און אָפּצוגעבן זיך מיט היסטאָריש־גענעאַלאָגישע פֿאָרשונגען. ער האַלט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט דער מענטשהייט נימאס ווערן דאָס לעבן אינעם אומפּערזענלעכן עלעקטראָנישן ווירטועלן רוים, און מען וועט וועלן זיך אומקערן צום פּריוואַטן פֿאַרקער. מען וועט אַנטדעקן אייגענע אָבֿות און זוכן קרובֿים, כּדי צו שאַפֿן אַן אייגענע פּריוואַטע סבֿיבֿה.
אָבער רויטמאַנס גענעטישע פֿאָרשונג פֿון זײַנע אייגענע וואָרצלען ווײַזט אַרויס, אַז ער אַליין איז טאַקע בכלל ניט קיין ייִד ביאָלאָגיש. זײַנע עלטערן האָבן אים אַדאָפּטירט ווי אַ נײַ־געבוירן קינד. אַזוי אַרום בלײַבט דער איינציקער "עכטער" טשערנאָוויצער ייִד שומר אַ סימבאָלישער היטער פֿונעם רוסישן קולטורעלן און היסטאָרישן זכּרון.
די דאָזיקע אַנטקעגנשטעלונג פֿון אַ "גוטן" און אַ "שלעכטן" ייִד איז ניט קיין נײַע. מען געפֿינט די דאָזיקע אָפּאָזיציע בײַ אייניקע רוסישע און אייראָפּעיִשע, ווי אויך בײַ אַ פּאָר ייִדישע שרײַבער, ווי למשל, שלום אַש. די דאָזיקע סכעמע האָט אויך אַ קריסטלעכן נוסח, וווּ דער "גוטער" ייִד אַנטדעקט פֿאַר זיך די מעלות פֿון דער קריסטלעכער אמונה. אַזוי קומט שומר בײַם סוף פֿונעם ראָמאַן צום קריסטנטום, בעת דער "שלעכטער" (און דערצו נאָך אַ "פֿאַלשער") ייִד רויטמאַן אַנטלויפֿט קיין ישׂראל. אַן ענלעכע דיספּאָזיציע טרעפֿט מען אויך בײַ דמיטרי ביקאָוו, דעם אַנדערן פּאָפּולערן און פּראָדוקטיוון רוסישן שרײַבער.
אַרכאַנגעלסקי איז הײַנט איינער פֿון די סאַמע אינטעליגענטע, באַקלעריקע און איידעלע מגידים פֿון קריסטנטום אין רוסלאַנד. ער איז גאַנץ קריטיש לגבי דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק פֿון צונויפֿשמעלצן די פּראַוואָסלאַוונע קירך מיט דער מלוכה, הגם ער געהערט ניט צו דער ראַדיקאַלער פּאָליטישער אָפּאָזיציע. ער איז אַן אָנהענגער פֿונעם ליבעראַלן צווײַג פֿון קריסטנטום, וואָס איז ממשיך די טראַדיציע פֿונעם באַקאַנטן ייִדיש־שטאַמיקן גלח אַלעקסאַנדר מען. און דערפֿאַר מסתּמא פֿאַרנעמען ייִדן אַזאַ חשובֿן אָרט אין זײַן וועלטבילד. דווקא גוטע ייִדן ווי שומר, וואָס האָבן אָפּגעהיט זייער "פּינטעלע ייִד", וועלן ברענגען ישועה דעם אומגליקלעכן רוסישן פֿאָלק. אָבער כּדי אויסצופֿילן זייער שליחות, מוזן זיי זיך דערנענטערן צו דער רוסישער אמונה.
אין די פּערסאָנאַזשן און געשעענישן פֿונעם ראָמאַן לאָזן זיך דערקענען געוויסע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן און סיטואַציעס. אַרכאַנגעלסקי גלייבט אין דער המשכדיקייט פֿון דער רוסישער געשיכטע און איז אַ קעגנער פֿון אַוואַנגאַרדיסטישע עקספּערימענטן, בפֿרט ווען זיי באַרירן רעליגיע. זײַן ראָמאַן ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס, צווישן אַנדערע, פֿון יורי דאָמבראָווסקין, איינעם פֿון די בעסטע רוסישע שרײַבער אין דער סאָוועטישער תּקופֿה, וואָס איז אומזיסט און אומנישט פֿאַרגעסן געוואָרן.
אַזוי ווי בײַ דאָמבראָווסקין (וואָס זײַן פֿאָטער איז געווען אַ ייִד), שפּילן די ייִדישע כאַראַקטערן אַ טאָפּלטע ראָליע, און דערבײַ זײַנען זיי פֿאַרבונדן מיט דעם ענין פֿונעם אַמביוואַלענטן רוסישן היסטאָרישן זכּרון. אָבער בעת דאָמבראָווסקי איז געווען פֿרײַ פֿון וואָסער ניט איז אילוזיעס וועגן דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט פֿון זײַן צײַט, האָט אַרכאַנגעלסקי, ווי אייניקע אַנדערע ליבעראַלע רוסישע קריסטלעכע אינטעליגענטן, אַ האָפֿענונג, אַז דווקא די ייִדן וועלן ברענגען דעם געפּײַניקטן רוסישן פֿאָלק די אויסלייזונג.