עס איז נישט קיין נאָווינע, אַז עס זײַנען דאָ גענוג בעלנים, קליינע מענטשעלעך, וואָס האָבן ליב אַ שטאָך צו טאָן אַ "גדול", אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט, וועלכע גליטשט זיך, צו מאָל, אויס און פֿאַלט, אָדער כאַפּט זיך אַרויס מיט אַ נאַריש וואָרט — מ’איז דאָך נישט מער ווי אַ מענטש...
לעצטנס, האָט אַזאַ מין "שטאָך" געגעבן דווקא אַ וועלט־באַרימטער שרײַבער, אַ נאָבעל־געווינער, אָבער אין תּוך — אַ קליין מענטשעלע. זײַן "שטאָך" האָט ער אויסגעדריקט אין אַ פּאַמפֿלעט, וואָס קריטיקירט ישׂראל און ישׂראלס דראָונג צו אַטאַקירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן. מילא, צו קריטיקירן איז קיינעם נישט פֿאַרווערט, אַפֿילו אַזאַ גרויסער פּערזענלעכקייט ווי גינטער גראַס. אַן אַנדער זאַך, ווי אַזוי מע טוט עס, און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן. זײַן טענה איז, אַז ער, ווי אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די "פֿאַרפּײַניקטע פּאַלעסטינער", קאָן נישט שווײַגן, אײַנזעענדיק ווי זײַן פֿאָטערלאַנד פֿאַרקויפֿט ישׂראל סאָפֿיסטיקירטע אונטערוואַסער־שיפֿן, וואָס קאָנען באַוואָפֿנט ווערן מיט נוקלעאַר געווער. אין דעם זעט דער נאָבעל־געווינער אַ סכּנה פֿאַר דער גאָרער וועלט.
אפֿשר וואָלט מען דעם גרויסן שרײַבער אויך די טענה געקאָנט מוחל זײַן — פֿאָרט נישט קיין לעצטער בירגער אין זײַן לאַנד; וואָס טוט מען אָבער מיט די אויערן פֿונעם "חית", וואָס שטעקן נאָך אַרויס פֿון זײַן אַמאָל. ווי ער האָט זיך אַליין אין דעם אָנערקענט, איז ער אין 1944 פֿרײַוויליק אַוועק צו דינען אין דער טאַנקען־דיוויזיע "וואַפֿען־עסעס". אַ גליק, וואָס די מלחמה האָט זיך אין גיכן נאָך דעם פֿאַרענדיקט.
הײַנט געהערט גראַס צו אַן אײַנגעשרומפּענעם קרײַז פֿון לינקע אינטעלעקטואַלן, קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער און ישׂראל־פּאָליטיק, אָבער גרויסע אָנהענגער און פֿאַרטיידיקער פֿון פּאַלעסטינער. וואָס שייך איראַן, און אַכמאַדינעדזשאַדס היסטערישע אויפֿרופֿן "אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע", הערט ער אין די דאָזיקע דראָונגען נישט קיין סכּנה; נאָך מער — ישׂראל אַליין, מיט אירע "ציוניסטישע שטיק" איז אין דעם שולדיק!
נישט קיין אַנדערער, נאָר גראַס גופֿא זאָגט: "די נוקלעאַרע ישׂראל־מלוכישקייט איז אַ סכּנה פֿאַר דער וועלט". ווי אַ שרײַבער און דערצו, אַ גרויסער שרײַבער, דאַרף גראַס געוויס וויסן, אַז אַ האַלבער אמת איז ערגער פֿון אַ גאַנצן ליגן. גראַס פֿאָדערט עס זאָל "אויפֿגעשטעלט ווערן אַ קאָנטראָל איבערן ישׂראלדיקן נוקלעאַרן פּאָנטענציאַל און דער איראַנישער נוקלעאַרער אינדוסטריע". שוין זשע ווייסט ער נישט, אַז די רעגירונג אין טעהעראַן פֿײַפֿן זיך אויס אויף אַלע באַשלוסן פֿון דער "יו־ען" בכלל און אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל בפֿרט?!
יאָ, די "גדלים" פֿון דער וועלט דאַרפֿן טאַקע שאַרפֿער פֿילן די סכּנה, וואָס קאָן הײַנט קומען אויף דער מענטשהייט; בפֿרט אַ שרײַבער, אַ הומאַניסט און פּאַציפֿיסט, ווי גינטער גראַס איז. זעט אָבער אויס, אַז דער גאַנצער הומאַניזם און פּאַציפֿיזם זײַנער רינט אויס, ווען עס קומט צו ייִדן — עס שטעקט בלויז אַרויס דער "חית"!
מיט אַ יאָר צוריק האָט גראַס אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער צײַטונג "האָרץ", פֿאַרגליכן די לייד פֿון די דײַטשן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה מיטן חורבן. "האָלאָקאָסט איז נישט געווען דאָס איינציקע פֿאַרברעכן. מיר, דײַטשן, זײַנען פֿאַראַנטוואָרטלעכט פֿאַר די פֿאַרברעכנס פֿונעם נאַציזם. אָבער די נאַצישע פֿאַרברעכנס האָבן געבראַכט אַ סך אומגליקן די דײַטשן אַליין, וועלכע זײַנען געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם". און ווײַטער גיט ער צו: "פֿון אַכט מיליאָן דײַטשישע זעלנער, וואָס די רוסן האָבן בעת דער מלחמה גענומען אין געפֿאַנגענשאַפֿט, זײַנען געבליבן לעבן אַרום צוויי מיליאָן, די איבעריקע 6 מיליאָן זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן".
מיט אָט דעם חשבון פֿון אומגעבראַכטע דײַטשן האָט דער שרײַבער געוויס געוואָלט אַרויסווײַזן, אַז אויך די דײַטשן האָבן זייערע "6 מיליאָן". אָבער אויך פֿון דעם "חשבון" האָט אַרויסגעשטעקט דער "חית". ווי ס’האָט דערוויזן דער דײַטשישער היסטאָריקער פּעטער יאַן, זײַנען צו די רוסן אַרײַנגעפֿאַלן אין פּלען דרײַ מיליאָן דײַטשישע זעלנער; פֿון זיי איז אַן ערך איין מיליאָן געשטאָרבן פֿאַר הונגער...
אַגבֿ, די טעמע פֿון דײַטשלאַנדס פֿאַרקויפֿן צו ישׂראל אונטערוואַסער־שיפֿן ווערט ברייט אַרומגערעדט און אויך קריטיקירט אין דער דײַטשישער פּרעסע, אָבער קיינעם קומט נישט אין קאָפּ צו פֿאַרבינדן עס "מיט אַ סכּנה פֿאַר דער וועלט". איז ווידער: קיין שום פּאַציפֿיסטישער שילד קאָן נישט פֿאַרשטעלן דעם אַנטיסעמיטישן "חית".