- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יצחק גנוז, ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער באַערט מיט ליטעראַטור־פּרײַז מיט אַ חודש צוריק, האָבן 14 העברעיִשע שרײַבער און דיכטער באַקומען דעם פּרעסטיזשפֿולן ליטעראַטור־פּרײַז א״נ פֿון פֿאַרשטאָרבענעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול. צווישן זיי האָט זיך געפֿונען אונדזער גוט־באַקאַנטער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער יצחק גנוז. מדינת־ישׂראל איז אַ דינאַמיש, פּלוראַליסטיש און פֿאָרגעשריטן לאַנד, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון איר באַפֿעלקערונג שפּרודלט מיט שטענדיקער און אָנגייענדיקער וויטאַליטעט, ענערגיע און לעבנס־קראַפֿט; אָבער ליידער, אויך מיט קאָלאָסאַלע פּראָבלעמען און זאָרגן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, וואָס מיר קומט אויס צו באַשרײַבן פֿאַר אונדזערע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". אין לויף פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2011, און שוין אויך אין דעם ערשטן חודש פֿון דעם נײַעם יאָר 2012, זענען פֿאַרלאָפֿן אַ צאָל געשעענישן, וואָס האָבן אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג אין לאַנד גופֿא, און האָבן געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין דער פּרעסע און מעדיאַ אומעטום. זיי האָבן אונדז נישט געבראַכט קיין כּבֿוד, נאָר צער און ווייטיק; זיי האָבן פֿאַרשוואַרצט אונדזער פּנים פֿאַר דער גאָרער וועלט. * * * דאָס וואָס עס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ וואָך צוריק אין קרית־מלאכי, אַ שטאָט אויפֿן וועג קיין באר־שבֿע, איז געווען אַן עפֿנטלעכע אָפּשפּיגלונג פֿון דער טראַגעדיע פֿון די טויזנטער און טויזנטער נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע, וועלכע זענען פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. ווידער אַ שיסערײַ חנוכּה — "חג־האורים" — דער יום־טובֿ פֿון ליכט און שײַן, איז שוין פֿאַרבײַ. פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און כּלערליי אַטראַקציעס האָט מען חדשים־לאַנג צוגעגרייט פֿאַר "קינד־און־קייט" צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ. אין מײַן לעצטן "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַשריבן די מחלוקתן צווישן ישׂראל־אַרכעאָלאָגן בשײַכות דער אַנטדעקונג פֿון צוויי זילבערנע מטבעות בעת די אויסגראָבונגען אונטער אַן אַלטער מיקווה בײַם כּותל־המערבֿי. זייער גלויבן, אַז די דאָזיקע אַנטדעקונג פֿון די מטבעות באַווײַזט, אַז דער קעניג הורדוס איז ניט געווען דער, וועלכער האָט אויסגעענדיקט דאָס בויען פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, ווי היסטאָריקער האָבן געהאַלטן ביז איצט. אַזוי ווי מיר פֿײַערן אין די איצטיקע טעג דעם יום־טובֿ חנוכּה, איז כּדאַי איך זאָל דערציילן פֿאַר אונדזערע לייענער, אַז אָט דער זעלבער קעניג הורדוס, וועלכע איז געווען אַ האַלבער ייִד, האָט געהאַט אַ נאָענטע שײַכות מיט דער חשמונאָים־משפּחה. הורדוס איז געווען באַקאַנט ווי דער "קעניג פֿון יהודה". ער האָט געקעניגט אין די יאָרן 37—7 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, אין דער רוימישער אימפּעריע. דער רוימישער אימפּעראַטאָר אַנטאָניוס האָט אים באַשטימט צו זײַן קעניג פֿון יהודה, ווײַל ער האָט אים געטרײַ און איבערגעגעבן געדינט אין פֿאַרשיידענע קאַפּאַציטעטן. בעת זײַן קעניגרײַך האָט דער קעניג הורדוס אויסגעברייטערט די גרענעצן פֿון יהודה, אײַנשליסנדיק גאַנץ גליל, די בערג פֿון חרמון און אַנדערע שטחים פֿון לאַנד. הורדוס איז געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע, דערפֿאָלגרײַכסטע צווישן די פֿאַרשיידענע קעניגן, וועלכע האָבן דאַן געקעניגט אין דער אימפּעריע פֿון רוים. אין אונדזער "פֿאָרווערטס" (נאָוועמבער 25 — דעצעמבער 1, 2011) איז דערשינען אויף דער פֿאָדערשטער זײַט אַ בילד, וואָס שילדערט די אַרכעאָלאָגישע אַנטדעקונג אין ירושלים בײַם כּותל־המערבֿי, פֿון צוויי בראָנדזענע מטבעות, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן לעצטנס געפֿונען אין אַן אוראַלטער מיקווה. עס גייט ניט פֿאַרבײַ אַ וואָך, אַ חודש אָדער אַ לענגערע צײַט, אַז אַרכעאָלאָגן זאָלן נישט געפֿינען אין זייערע אָנגייענדיקע אויסגראָבונגען פֿאַרשיידענע אַלטערטימלעכקייטן, וואָס ליגן טיף באַגראָבן אין און אַרום דעם הר־הבית אין ירושלים. יעדעס געפֿינס, ווי קליין עס זאָל ניט זײַן, און פֿון וועלכן מאַטעריאַל עס זאָל ניט באַשטיין, איז אַ וויכטיקער היסטאָרישער באַווײַז, אַן עדות פֿון אונדזער אַלטערטימלעכער געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן צוריק. ישׂראל איז רײַך מיט איבערבלײַבענישן פֿון דעם ווײַטן אַמאָל, סײַ אונטער ערד, סײַ אין יעדן באַרג און טאָל איבערן גאַנצן לאַנד. וווּ מען זאָל זיך ניט קערן און וווּ מען זאָל ניט גיין און שטיין, טרעטסטו אויף אַ היסטאָרישן איבערבלײַב, קענסטו באַגעגענען אַרכעאָלאָגישע גרופּעס, פֿון פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, סײַ פֿון לאַנד און סײַ פֿון לערן־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד, וועלכע זוכן און אַנטדעקן פֿאַרשיידענע איבערבלײַבענישן פֿון דער ווײַטער און נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון כּנען אָן. פֿון אירע אומוואַנדלונגען במשך טויזנטער יאָרן, וווּ עס זענען אַנטשטאַנען מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס פֿון דער וועלט. העכער צוויי וואָכן זענען שוין פֿאַרבײַ, זינט אונדזער קליין מדינהלע האָט ניט זוכה געווען צו זײַן אין דער רשימה פֿון די לענדער וואָס פֿאַרמאָגן איינע פֿון די "נײַע זיבן נאַטור־וווּנדער אין דער וועלט". מיר האָבן געהאָפֿט, אַז די דאָזיקע אָנערקענונג וועט זיך אויסווירקן עטוואָס פּאָזיטיוו אויף אונדזער איצטיקן געמיט־צושטאַנד אין לאַנד; עס וועט עטוואָס הייבן אונדזער אַלגעמיינע מאָראַל, און עס וועט פֿאַרשטאַרקן נאָך מער דעם אינטערעס בײַ די פּאָטענציעלע מיליאָנען טוריסטן אין דער צוקונפֿט צו באַזוכן ישׂראל און זען דעם ים־המלך, דעם דאָזיקן נאַטור־וווּנדער. אין דעם "פֿאָרווערטס" פֿון 28 אָקטאָבער — 3 נאָוועמבער 2011 — ווערט אויפֿן סמך פֿון דער ייִט"אַ און NBC באַריכטעט, אַז דער ניו־יאָרקער טראַנספּאָרט־דעפּאַרטאַמענט האָט געדראָט אָפּצושאַפֿן זײַן קאָנטראַקט מיט אַן אויטאָבוס־פֿירמע, וואָס צווינגט די פֿרויען צו זיצן אינעם הינטערשטן טייל פֿונעם אויטאָבוס, הינטער די מענער, אין אַ דירעקטער סתּירה מיט איר אָפּמאַך מיט דער שטאָט־אַדמיניסטראַציע לויט וועלכן דער "אָפֿיציעל גוט־געהייסענער טראַנספּאָרט, טאָר ניט דיסקרימינירן קיין פּאַסאַזשירן; אַז די אויטאָבוס־פֿירמע טאָר ניט מאַכן קיין אויסנאַמען, וואָס שייך דעם ענין פֿון סעגרעגאַציע, באַגרינדעט אויף רעליגיעזע סיבות". ..."אויב אין די אויטאָבוסן וועט מען ווײַטער צעטיילן מענער פֿון פֿרויען, וועט דער דעפּאַרטאַמענט מעגלעך אָפּשאַפֿן דעם קאָנטראַקט". אין דער פּראָמינענטער וועלט־צײַטונג ״New York Times״ ווערט דערציילט, אַז "אין די אויטאָבוסן הענגען נאָטיצן, וואָס הייסן די פֿרויען־פּאַסאַזשירקעס צו באַצאָלן דעם שאָפֿער פֿון פֿאָרנט, און דערנאָך אַרײַנקומען דורך דער הינטערשטער טיר, ווען דער אויטאָבוס איז פֿול־געפּאַקט און ס׳איז שווער דורכצוגיין אינעם פֿרויען־טייל פֿון אינעווייניק..." אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער... עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג. מיר זענען שוין אין די לעצטע טעג פֿון חודש אלול תּשע״א. במשך דעם חודש האָבן ייִדן אומעטום, באַזונדערס אין ירושלים עיר־הקודש, אָנגעהויבן זיך מכין זײַן צו באַגעגענען די ימים־נוראָים, די פֿאָרכטיקע טעג. אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿלעגט מען זאָגן, אַז "ווען עס קומט אָן דער חודש אלול, ציטערן אַפֿילו די פֿיש אין וואַסער..." אין די בתּי־מדרשים, אין די שטיבלעך פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע שכונות אין ירושלים, האָבן ייִדן געדאַוונט אין די דאָזיקע טעג מיט מער כּוונה ווי אין די אַנדערע טעג פֿון דעם יאָר. מען האָּט "געזאָגט" סליחות און געבלאָזן שופֿר אין די שחרית־מנינים פֿון די ספֿרדישע קהילות. די אַשכּנזישע מנינים האָּבן זיך באַנוגנט מיט זאָגן סליחות און בלאָזן שופֿר, נאָר אין דער לעצטער וואָך פֿון חודש — פֿאַר ראָש־השנה. במשך דעם חודש אלול האָבן ייִדן זיך באַמיט צו טאָן מעשׂים־טובֿים "בין אָדם לחבֿרו", כּדי צו באַווײַזן זיך אין דעם יום־הדין מיט וואָס מער מיצוות, און זיך אויסבעטן בײַ דעם רבונו־של־עולם, פֿאַר זיך, פֿאַר דער משפּחה און פֿאַר כּלל־ישׂראל, אַ גוטן, געזונטן און גליקלעכן יאָר. די ימים־נוראָים זענען טעג פֿון "תּשובֿה, תּפֿילה וצדקה המעבֿירין את רוע־הגזרה" פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז... אין קעגנזאַץ צו אונדז, פֿײַערן די אומות־העולם דעם אָנקום פֿון זייער נײַעם יאָר מיט הוליאַנקעס, טענץ און שׂיכּרות. מיר מערקן אָפּ אונדזער נײַעם יאָר מיט אַן ערנסטן חשבון־הנפֿש, מיט אַ "קול־דממה דקה", מיט בעטן סליחה־ומחילה פֿון די זינד, וואָס מיר זענען באַגאַנגען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר... מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער זומער וועט אַריבערגיין נישט ערגער ווי פֿריִער, חוץ די געוויינטלעכע, אָפֿטע געשעענישן און אומגליקן, וואָס געשעען אין אונדזער לאַנד, צו וועלכע מיר זענען שוין, ליידער, געוווינט. יעדעס מאָל, ווען עס טרעפֿט עפּעס בײַ אונדז, נעמען מיר עס אויף פּערזענלעך, אָדער קאָלעקטיוו מיט צער, ווייטיק און באַדויער. מיר באַמיִען זיך אַראָפּצושלינגען די ביטערע פּיל פֿון אונדזער גורל און גייען ווײַטער אָן מיט אונדזער טאָג־טעגלעכער רוטין, האָפֿנדיק, אַז דער מאָרגן וועט זײַן אַ בעסערער, אַ לויטערער פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז מיר וועלן אַריבערקומען דעם זומער בשלום און מיר וועלן באַגעגענען דעם אָנקומענדיקן חודש סעפּטעמבער, מיט אַלע זײַנע פֿאָרויסגעזעענע סכּנות און אָנשיקענישן, וואָס לויערן אויף אונדז... ליידער, איז עס געקומען פֿריִער ווי מיר האָבן געטראַכט. דאָס וואָס איז געשען אין דער פֿאַרגאַנגענער סוף־וואָך אין דרום פֿון לאַנד, האָט אונדז אַלעמען איבערראַשט און פֿאַרשאַפֿט צער און ווייטיק. דער פֿאַרלוסט פֿון אַזוי פֿיל לעבנס און פֿאַרוווּנדעטע ציווילע בירגער און זעלנער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי, האָט אונדז אַלעמען דערשיטערט. ניט געקוקט אויף די אַלע באַוואָרענישן און זיכערהייט־מיטלען, מיט וועלכע די מיליטער־כּוחות און רעגירונגס־מענטשן האָבן אונדז באַזאָרגט, האָבן מיר געליטן אין די דאָזיקע טעג אַ גרויסע צאָל קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע פֿון די "קאַסאַם"־ און "גראַד"־ראַקעטן, פֿון די קוילן, פֿון דער לײַכטער און שווערער אַרטילעריע פֿון די "כאַמאַס" און "אַל־קײַדאַ"־טעראָריסטן. דער סך־הכּל פֿון די געשעענישן פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, איז אַ דערשיטערנדיקער און טרויעריקער. ביז איצט האָבן די טעראָריסטן אַרויסגעשיקט פֿון עזה אַרום 100 טויטלעכע ראַקעטן אויף די שטעט און ייִשובֿים, וואָס ליגן אין דרום פֿון לאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק פֿון דער וואָך האָבן ייִדן פֿון ישׂראל און פֿון אומעטום אין די תּפֿוצות, אָפּגעמערקט תּישעה־באָבֿ — דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן פֿון ירושלים, פֿון חורבנות פֿון דעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש. ניטאָ נאָך אַ שטאָט און פּלאַץ אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט, וווּ איינער קען פֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דעם אַלעם, וואָס דער דאָזיקער טאָג שטעלט מיט זיך פֿאָר. צו זײַן אין ירושלים תּישעה־באָבֿ, צו גיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, צו זײַן נאָענט צום כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דעם חרובֿן בית־המיקדש, אָנצוטאַפּן זײַנע שטיינער, צו טרעטן אויף די אַרומיקע רויִנען, צו זיצן פֿאַר אים תּישעה־באָבֿ, צוזאַמען מיט די טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה און פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט, און מיטוויינען מיט זיי בעת "איכה" און "קינות"־זאָגן, — איז אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס נעמט דיך אַרום און איז אַ זעלטענער זכות פֿאַר יעדן ייִד — פֿרום און ניט־פֿרום, אָרטאָדאָקס, רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער גלאַט אַ ייִד אַן אַגנאָסטיקער, אַן אומגלייביקער... זינט איך בין געוואָרן אַ ירושלימער תּושבֿ מיט העכער 30 יאָר צוריק, באַמי איך זיך צו גיין צום כּותל־המערבֿי ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער אויף צו מאָרגנס במשך דעם גאַנצן טאָג. איך אָטעם אַרײַן די דאָרטיקע לופֿט, איך זעטיק זיך אָן מיט מײַנע אָפֿענע אויגן מיט די בילדער און סצענעס וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, איך טראָג זיך אַריבער מיט מײַנע געדאַנקען צו יענע יאָרן, צו די פּאַסירונגען וואָס זענען דאָרטן געשען מיט טויזנטער יאָרן צוריק... הײַנט, פֿרײַטיק דעם 22סטן יולי, כ’ תּמוז תּשע״א, פֿאַלט אויס דער 108טער יאָרצײַט נאָך דער פּטירה פֿון בנימין־זאבֿ (טעאָדאָר) הערצל. ער איז ניפֿטר געוואָרן כ’ תּמוז תּרס״ד, דעם 3טן יולי 1904, אין דער עסטרײַכישער שטאָט עדלאַך און איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויף דעם בית־הקבֿרות אין ווין. די ייִדישע וועלט איז דאַן געווען דערשיטערט צוליב דעם פּלוצעמדיקן טויט פֿון דעם "מאָדערן משיח", דעם "שטערן" וואָס האָט זיך באַוויזן אין די הימלען איבער די ייִדישע, אָרעמע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע. אין זײַן קורץ לעבן האָט ער אַרײַנגעבראַכט אַ שײַן פֿון האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסערן, ליכטיקן מאָרגן, פֿון אַ סוף צו זייערע צרות און רדיפֿות און דעם ביטערן גלות. טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון אומעטום, זענען געקומען קיין ווין אים באַגלייטן צו זײַן אייביקער רו דעם "ניט־געקרוינטן ייִדישן מלך", וועלכער האָט במשך זײַן קורץ לעבן באַוויזן אויפֿצוּוועקן די ייִדישע מאַסן צו קאָנקרעטע מעשׂים, צו פֿאַרווירקלעכן זייערע דורות־לאַנגע חלומות און שטרעבונגען צו שיבֿת־ציון. בלויז 9 יאָר פֿון זײַן קורץ לעבן האָט הערצל אומדערמידלעך געווידמעט זײַן וויזיע צו ברענגען די גאולה און פֿאַרלײַכטערן דעם שווערן מצבֿ פֿון זײַן שטאַם. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 44 יאָר! ער איז דערשינען אויף דער ייִדישער אַרענע אין דער צײַט, ווען אין אייראָפּע האָט געהערשט אַ פֿאַרשטאַרקטע כוואַליע פֿון אַנטי־ייִדישער שׂינאה; באַזונדערס איז זי דאַן געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין פֿראַנקרײַך. אין יאָר 1894 געפֿינט זיך הערצל אין פּאַריז ווי דער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ווינער טאָגצײַטונג "Neue Freie Presse" (די נײַע פֿרײַע פּרעסע). ער האָט געדאַרפֿט דעקן דעם פּראָצעס פֿון דעם ייִדישן אָפֿיציר אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי אַלפֿרעד דרײַפֿוס. די פֿראַנצויזישע פּראָקוראַטור האָט דרײַפֿוסן באַשולדיקט אין פֿאַרראַט און שפּיאָנאַזש לטובֿת דײַטשלאַנד. |