- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָנערשטיק, דעם 27סטן יוני, האָט די ישׂראל־פּאָליציי אַרעסטירט אויף אַ קורצער צײַט דעם רבֿ דבֿ ליאור פֿון קרית־אַרבע, נעבן חבֿרון, איינער פֿון די פּראָמינענטע מנהיגים פֿון רעליגיעזן ציוניזם. די סיבה: מיט אַ צײַט צוריק איז ער געווען אײַנגעלאַדן צו קומען אין דעם פּאָליציי־אַמט, אויפֿן סמך פֿון דעם חשד, אַז ער האָט געהעצט קעגן דער רעגירונג; אַז ער האָט געשטיצט די באַהויפּטונגען אין דעם ספֿר "תּורת־המלך", וואָס דערלויבט לויט דער הלכה, צו הרגענען אַ גוי, אין דעם פֿאַל אַ ישׂראל־אַראַבער, אָן וועלכער עס איז שולד. דער חשובֿער רבֿ האָט עפֿנטלעך איגנאָרירט די דאָזיקע אײַנלאַדונג פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט, אַז ער איז ניט מחויבֿ אויסצופֿילן די דאָזיקע פֿאַרבעטונג צו ווערן אויסגעפֿאָרשט פֿון דער פּאָליציי. ווען ער איז אין יענעם טאָג אָנגעקומען קיין ירושלים האָט אים די פּאָליציי פּלוצלינג געכאַפּט און אַוועקגעפֿירט אין אויספֿאָרשונגס־אַמט אין לוד, און נאָך אַ קורצן פֿאַרהער האָט מען אים באַפֿרײַט. עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די ידיעה וועגן דעם אַרעסט האָט זיך שנעל פֿאַרשפּרייט אומעטום, צווישן די רעכטע, עקסטרעמע, מיליטאַנטישע רעליגיעזע קרײַזן. נאָכמיטאָג האָבן הונדערטער פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט און באַלאַגערט דעם בנין פֿון העכסטן געריכט אין צענטער פֿון שטאָט, אַן אַנדער גרופּע האָט זיך קאָנצענטרירט און פֿאַרשטאָפּט דעם שאָסיי בײַם אַרײַנקום אין ירושלים. דאָס זעלבע איז געשען אין אַנדערע שטעט און ייִשובֿים. הײַיאָר איז ערבֿ־ל״ג־בעומר אויסגעפֿאַלן מוצאי־שבת, י״ז אייר (22סטן מײַ), וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט די רעליגיעז־חרדישע קרײַזן זאָרג און עגמת־נפֿש. זייער דאגה איז געווען, אַז היות דער שבת גייט איצט אַוועק גאַנץ שפּעט אין אָוונט, וועלן די וועלכע קענען זיך ניט דערוואַרטן ביז עס ווערט אויס שבת מחלל־שבת זײַן, און זיי וועלן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס (מדורות) נאָך פֿאַר דער הבֿדלה... אויך די וועלכע גרייטן אַרויסצולאָזן זיך מיט זייערע משפּחות אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן קיין מירון אין גליל, נאָענט פֿון צפֿת, וועלן עס טאָן איידער דער שבת גייט אַוועק, און זיי וועלן אויך מחלל־שבת זײַן... וואָס טוען פֿרומע ייִדן אין אַזעלכע פֿאַלן? זיי גייען צו די רבנים און בעטן, אַז זיי זאָלן פּסקענען די דאָזיקע האַרבע שאלה; אפֿשר מאַכן אַ נידחה, אָפּצולייגן ל״ג־בעומר אויף אַ טאָג שפּעטער — אַנשטאָט מוצאי־שבת, אויף זונטיק בײַ נאַכט — און אַזוי אַרום פֿאַרמײַדן דעם דאָזיקן חילול־שבת... די רבנים האָבן זיך לאַנג ניט געחקירט, און באַשלאָסן "כּך־יהיה" — אַזוי וועט עס טאַקע זײַן. אָבער דאַן האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בילדונגס־מיניסטער פֿון דער מדינה גדעון סער (סאַאַר) און אַרויפֿגעלייגט זײַן וועטאָ: "לא מיט אַן אַלף!" מען קען ניט אין מיטן דערינען ענדערן דעם קאַלענדאַר און אָפּלייגן אַ געוויסע דאַטע אויף אַ טאָג שפּעטער. די טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" דער "יום־השואה והגבֿורה" — דער אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה — איז שוין פֿאַרבײַ, אָבער דאָך, פֿילן מיר נאָך אַלץ אין אונדז דעם צער און ציטער, וואָס נעמט אונדז אַרום, ווען עס קומט אָן און ווען עס לאָזט איבער מיט אונדז דער אומהיילבאַרער ווייטיק, ביז דעם קומענדיקן יאָר. עס איז שטענדיק שווער, זייער שווער, זיך צו באַרויִקן פֿון דעם וואָס מען זעט און מען הערט אין די דאָזיקע דערמאָנונגס־טעג, אין דער מעדיאַ און מען לייענט די שילדערונגען אין דער פּרעסע. די אָנדענק־פּראָגראַמען לזכר דעם אומקום פֿון אונדזערע משפּחות בעת דעם חורבן און די שאַלנדיקע סירענע־קלאַנגען אין דעם אַלגעמיינעם טרויער־טאָג שטעלן אָפּ, ניט נאָר די באַוועגונג און פֿאַרקער אין די גאַסן און שאָסייען איבערן לאַנד, נאָר אויך אויף אַ ווײַל, אונדזער אָטעמצוג. זיי ברענגען פֿאַר די אויגן די בילדער פֿון יענע טראַגישע, שוידערלעכע טעג פֿון מאָרד און חורבן פֿון אונדזערע ליבסטע; פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק. אין דער טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" אין ירושלים, האָבן 6 ניצולי־השואה — געראַטעוועטע פֿון חורבן — אָנגעצונדן משׂואות — שטורקאַצן. יעדער איינער פֿון זיי איז באַגלייט געוואָרן פֿון אַן אייניקל, וועלכע האָבן בײַ דער געלעגנהייט זיי עפֿנטלעך באַגריסט און אויסגעדריקט זייער ליבע, דאַנק און שטאָלץ, וואָס זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון טויט און זוכה געווען צוריק אויפֿצושטעלן אַ היים — אַ משפּחה אין ישׂראל. דער דאָזיקער זשעסט פֿון המשך־דור איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אָנערקענונג פֿון אַלעמען. עס דערנענטערט זיך כ״ז ניסן, דער טאָג ווען ייִדן אומעטום וועלן אָפּמערקן דעם יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה — דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. מיר באַוויינען דעם טראַגישן אומקום פֿון אונדזערע זעקס מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון אונדזערע אַמאָליקע היימען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אויסגעפֿירט דורך די היטלעריסטישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אונדזערע וווּנדן זענען נאָך אַלץ ניט פֿאַרהיילט, אונדזערע פּײַנלעכע זכרונות פֿון יענע יאָרן, נאָך אַלץ ניט פֿאַרווישט... מיר, די על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן, זענען די לעצטע עדות פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה אין אונדזער ייִדישער געשיכטע. עס איז ממש געווען אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען אין די פֿרילינג־טעג, צווישן פּורים און פּסח אין טבֿריה. די בערג און טאָלן אַרום זענען באַדעקט מיט אַ שלל פֿון קאָלירפֿולע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן. דער פֿלאַך פֿון די שימערירנדיקע וואַסערן פֿון כּנרת, האָט אַ דאַנק די רעגנס פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער, זיך באַדײַטנדיק געהויבן און זיך דערנענטערט צו די ברעגן פֿון דער אָזיערע. די לופֿט איז קיל און ליבלעך. עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו שפּאַצירן געמיטלעך לענג־אויס דער שיינער פּראָמענאַדע אַרום דער כּנרת. אין פֿאַרגלײַך צו די הייסע און שווערע זומער־חדשים, וואָס וועלן זיכער אָנקומען נאָך פּסח, איז איצט אין טבֿריה, און אין די אַרומיקע קיבוצים און מושבֿים, ממש אַ מחיה... איז טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט קומען איצט קיין טבֿריה, צו געניסן פֿון דעם מילדן, אָנגענעמען קורצן פֿרילינג־פּעריאָד אין גליל בכלל, און אין טבֿריה בפֿרט. די ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ איז מיר גוט באַקאַנט. מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין געווען דער אינספּעקטאָר אין דעם בילדונגס־מיניסטעריום פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראל־שולעס, פֿלעג איך אָפֿט מאָל באַזוכן דאָרטן די קלאַסן פֿון דער שולע. די לייטונג פֿון דער שולע, מיט דער געוועזענער מנהלת (דירעקטאָרין) עמירה יהלום, האָבן שטענדיק אַרויסגעוויזן אַ באַזונדער פֿאַרשטענדעניש און סימפּאַטיע צו דעם ייִדיש־לימוד. במשך די יאָרן האָט דער עטנישער אָפּשטאַם פֿון דער אַרומיקער געגנט פֿון דער שולע זיך ראַדיקאַל געענדערט, און צו גלײַך אויך דער באַשטאַנד און כאַראַקטער פֿון אירע תּלמידים. אַלע גאַסן אַרום דער אַלטער, צענטראַלער "אגד"־אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען איצט באַוווינט פֿון משפּחות פֿון די אַזוי־גערופֿענע "עובֿדים זרים" (פֿרעמדע אַרבעטער) פֿון 48 לענדער, אַממערסטנס פֿון אַפֿריקע און אַזיע און אויך אַ טייל פֿון אייראָפּע. יצחק גנוז, ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער באַערט דאָנערשטיק, דעם 17טן פֿעברואַר 2011 איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער און דיכטער יצחק גנוז, צום דערשײַנען פֿון זײַן נײַ בוך לידער "נוכח האָרץ ומלואה" — דאָס לאַנד און זײַן פֿולקייט. יצחק גנוז איז ליטעראַריש שעפֿעריש סײַ אין ייִדיש און סײַ אין עבֿרית. ביז איצט האָט ער אַרויסגעגעבן צוויי ראָמאַנען אין עבֿרית: "במעגלי הדובה הגדולה" — אין די קרײַזן פֿון דעם גרויסן בער; און "כּיסופֿים וסער" (בענקשאַפֿט און שטורעם), און צוויי ביכער פּאָעזיע: "מעבֿר לגשרון העץ" (איבער דער הילצערנער קלאַטקע) און "נוכח האָרץ ומלואה". אין ביידע ביכער פּאָעזיע שליסט גנוז אײַן לידער איבערגעזעצט פֿון עבֿרית אין ייִדיש, און פֿאַרקערט, ייִדישע לידער, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין עבֿרית. אין צוגאָב איז יצחק גנוז דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל "ידע־עם", געווידמעט פֿאָלקלאָר אין ייִדיש לשון און פֿאָרשאַרבעטן אויף דעם געביט. חוץ דעם, פּובליקירט יצחק גנוז זײַנע אָפּהאַנדלונגען און עסייען, זייער אָפֿט, אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס אין לאַנד. מיט צען יאָר צוריק האָט יצחק גנוז באַקומען דעם עמינח־פּרײַז. אין די מאָטיוון פֿאַר דעם פּרײַז ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "די דיכטונג פֿון יצחק גנוז שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מצבֿה אויף אַ תּקופֿה פֿון דעם ייִדנטום אין גלות, אויף דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה און ייִדיש־לעבן אין מיזרח־אייראָפּע". דינסטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, אין די ראַמען פֿון דעם "אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג", האָט מען הײַיאָר אויך אָפּגעמערקט דעם היסטאָרישן אײַכמאַן־פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט 50 יאָר צוריק אין ירושלים. די עלטערע אײַנוווינער פֿון ירושלים גופֿא, ווי אויך פֿון גאַנצן לאַנד, וועלכע זענען דאַן פּערזענלעך אָנוועזנד געווען אין דעם געריכט־זאַל בעת דעם מישפּט, געדענקען נאָך זייער גוט יענע טעג, ווען זיי איז געלונגען אַרײַנצוקומען אין דעם ניט גאָר גרויסן זאַל, כּדי צו הערן די האַרצרײַסנדיקע שילדערונגען פֿון די עדות: פֿון דעם אומפֿאַרגעסלעכן דיכטער, אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, פֿון אַבא קאָוונער ז״ל, און פֿון די צענדליקער אַנדערע לעבן־געבליבענע, על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון טויט, צו הערן דעם באַשולדיקונגס־אַקט פֿון דעם פּראָקוראָר גדעון האַוזנער, ווען ער האָט אויסגערופֿן, אַז ער "רעדט אין נאָמען פֿון די 6,000,000 אומגעבראַכטע, דערמאָרדעטע קדושים; פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט". בײַ אונדז אין ישׂראל איז דער וועטער איצט טריב און רעגנדיק. אין אַ סך לענדער פֿון דער וועלט הערשט איצט דער שווערער, קאַלטער ווינטער, מיט זײַנע שניישטורעמס און פֿרעסט. אין אַ געוויסער טייל פֿון דער וועלט זענען גרויסע שטחים פֿאַרפֿלייצט צוליב די גרויסע ווינטער־רעגנס. מיט קאַרגע דרײַ וואָכן צוריק, האָט די קריסטלעכע וועלט, געפֿײַערט דעם אָנהייב פֿון זייער נײַ-יאָר מיט הוליאַנקעס, מיט טענץ און כּלערליי פֿאַרווײַלונגען. דאַקעגן מיר, ייִדן, וועלן אין דער קומענדיקער וואָך פֿײַערן אויך אַ נײַ-יאָר, אָבער צוליב אַ גאַנץ אַנדער סיבה פֿון אַ גאַנץ אַנדער כאַראַקטער. אונדזער נײַער ייִדישער לוח, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט א׳ תּישרי, תּשע״א (דעם 9טן סעפּטעמבער 2010) ווײַזט אָן, אַז דאָנערשטיק, דעם 15טן טאָג אין שבֿט (דעם 20סטן יאַנואַר) איז אַ יום־טובֿ, וואָס מיר רופֿן ט״ו בשבֿט, וועלן מיר אָפּמערקן מיט ספּעציעלע פֿײַערונגען, דעם "ראָש־השנה לאילנות", דאָס נײַ-יאָר פֿון די ביימער. עס האָט ניט קיין רעליגיעזן באַטײַט און טראָגט ניט קיין רעליגיעזן כאַראַקטער. עס פֿירט זיך אין קאָמערציעלע געשעפֿטן, אין רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, אַז "מע נעמט" אַן אינווענטאַר־ציילונג, אַ סך־הכּל, פֿון די אַנטוויקלונגען און געשעענישן פֿון זייערע אינטערעסן אין דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר. אויך אין פּריוואַטן לעבן מאַכן מענטשן אַ סך־הכּל, און מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון פֿון דעם וואָס עס איז געשען מיט זיי אין דעם אַלטן יאָר און וווּ זיי האַלטן מיט זיך אין די טעג, ווען מיר שטייען פֿאַר דעם אָנקומענדיקן נײַעם יאָר. אומעטום, איבער דער גאָרער וועלט, האָט מען מיט צוויי נעכט צוריק געפּראַוועט הוליאַנקעס, געטרונקען און געגעסן, געטאַנצט און "געבאַלעוועט", זיך געלאָזט וווילגיין מיט פֿרייד, עקזאַלטאַציע און "הו־האַ", ווען מען האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דעם פֿאַרגייענדיקן אַלטן קאַלענדאַר־יאָר, און באַגעגנט דעם נײַעם אָנקומענדיקן יאָר 2011. אומאַן, דאָס קליינע שטעטל אין אוקראַיִנע, דאָס אָרט וווּ עס האָט אויסגעלעבט זײַנע יאָרן, און וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער, איינער פֿון די באַרימטע חסידישע רביים אין דער גאָרער ייִדישער וועלט. ער איז געווען אַן אוראייניקל פֿון דעם בעל־שם־טובֿ אַליין און האָט זיך געהאַלטן ווי דער איינציקער, ריכטיקער אויסטײַטשער פֿון זײַן זיידנס ירושה. ווי באַוווּסט, האָט ער צוליב דעם זיך געשאַפֿן אַ סך שׂונאים און קריטיקער מצד די אַנדערע חסידישע רביים פֿון זײַן צײַט. אין יאָר 1798 האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל און נאָך זײַן צוריקקומען פֿון דאָרטן האָט ער זיך באַזעצט אין בראַצלאַוו.
איך בין ניט זיכער צי די מאַסן הילולא־פֿײַערונגען בײַם קבֿר רחל אימנו, נעבן בית־לחם (זע: מײַן "בריוו פֿון ירושלים" אין "פֿאָרווערטס", אָקטאָבער 29 — נאָוועמבער 4, זײַט 12), האָט ווידער אויפֿגערייצט די אַלטע אַנטי־ייִדישע, אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע אין דער אַראַבישער וועלט, אײַנשליסנדיק אויך "אונעסקאָ", דעם אָרגאַן פֿאַר דערציִונג, וויסנשאַפֿט און קולטור בײַ דער "יו־ען", וועמענס קוואַרטיר איז אין פּאַריז, אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט, מיט אַ חוצפּהדיקער דעקלאַראַציע, אַז דער קבֿר רחל איז גאָר אַ הייליקער, מוסולמענישער מעטשעט! |