געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לכּבֿוד דאָנאָ גראַציאַ פֿון טבֿריה:
אַ מאַרקע, מעדאַל און אָנדענק־שטיין
לכּבֿוד דאָנאָ גראַציאַ פֿון טבֿריה: אַ מאַרקע, מעדאַל און אָנדענק־שטיין

עס איז ממש געווען אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען אין די פֿרילינג־טעג, צווישן פּורים און פּסח אין טבֿריה. די בערג און טאָלן אַרום זענען באַדעקט מיט אַ שלל פֿון קאָלירפֿולע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן.

דער פֿלאַך פֿון די שימערירנדיקע וואַסערן פֿון כּנרת, האָט אַ דאַנק די רעגנס פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער, זיך באַדײַטנדיק געהויבן און זיך דערנענטערט צו די ברעגן פֿון דער אָזיערע.

די לופֿט איז קיל און ליבלעך. עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו שפּאַצירן געמיטלעך לענג־אויס דער שיינער פּראָמענאַדע אַרום דער כּנרת. אין פֿאַרגלײַך צו די הייסע און שווערע זומער־חדשים, וואָס וועלן זיכער אָנקומען נאָך פּסח, איז איצט אין טבֿריה, און אין די אַרומיקע קיבוצים און מושבֿים, ממש אַ מחיה...

איז טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט קומען איצט קיין טבֿריה, צו געניסן פֿון דעם מילדן, אָנגענעמען קורצן פֿרילינג־פּעריאָד אין גליל בכלל, און אין טבֿריה בפֿרט.

די שטאָט טבֿריה מיט אירע האָטעלן, געסטהײַזער און רעסטאָראַנען, גרייט זיך איצט צו דעם פּסח־סעזאָן, אויפֿצונעמען די טויזנטער משפּחות פֿון לאַנד און די טוריסטן פֿון דער גאָרער וועלט.

טבֿריה איז אַ באַרימטע שטאָט אין דער ייִדישער געשיכטע. זי ווערט דערמאָנט ווי איינע פֿון די פֿיר הייליקע שטעט אין ארץ־ישׂראל. נאָכן חורבן בית־שני אין ירושלים, איז זי געווען די שטאָט וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער סנהדרין, וווּ עס איז אָפּגגעשלאָסן געוואָרן דער "תּלמוד ירושלמי", וווּ עס איז געשאַפֿן געוואָרן דער ניקוד פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, וואָס ווערט טאַקע אָנגערופֿן ווי דער "טבֿריאַנער ניקוד".

לויט דעם אָנגענומענעם גלויבן, געפֿינען זיך אין טבֿריה אַ צאָל קבֿרים פֿון צדיקים, גאָונים און חכמים; ווי דער קבֿר פֿון ר’ משה בן־מימון — דעם רמב״ם; רבי עקיבֿא און זײַן פֿרוי רחל, ר’ מאיר בעל־הנס, און אַ צאָל אַנדערע קבֿרים פֿון באַרימטע הייליקע, צו וועלכע דורות־לאַנג זענען עולה־רגל טויזנטער גלייביקע פֿאַרערערס.


דאָנאַ גראַציאַ — די פֿאָרגייערין פֿון ד"ר טעאָדאָר הערצל

דאָנאַ גראַציאַ האָט ניט געלעבט אין טבֿריה און איר קבֿר געפֿינט זיך ניט אין טבֿריה. דאָך איז איר נאָמען פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער שטאָט טבֿריה.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט מען אין טבֿריה פֿײַערלעך אָפּגעמערקט דעם 500סטן געבוירן־טאָג פֿון דער דאָזיקער זעלטענער פֿרוי, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט דער נשׂיא פֿון ישׂראל שמעון פּערעס, דער געוועזענער נשׂיא יצחק נבֿון, דער דערציִונגס־מיניסטער גדעון סער, דער אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל אַבֿיגדור ליבערמאַן, די פֿאָרזיצערין פֿון העכסטן געריכט דורית בייניש און אַ צאָל אַנדערע הויכע רעגירונגס־באַאַמטע, היסטאָריקער און אַקאַדעמיקער.

די פּאָסט־ און מעדאַליאָנען־אויטאָריטעט, האָט אַרויסגעלאָזט אַ ספּעציעלן מעדאַליאָן און אַ סעריע פּאָסט־מאַרקעס, בשײַכות מיט דער געלעגנהייט פֿון דער פֿײַערונג פֿון דעם געבוירן־טאָג פֿון דאָנאַ גראַציאַ.


* * *

ווער איז געווען די דאָזיקע זעלטענע פֿרוי, וואָס איז געבוירן מיט 500 יאָר צוריק און די רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט געפֿונען פֿאַר נייטיק אָפּצומערקן איר געבוירן־טאָג מיט אַזאַ מאַיעסטעטישער פּראָגראַם אין אונדזער צײַט, און דווקא אין טבֿריה?

איך בין זיכער, אַז ניט אַלע פֿון אונדזערע לייענער זענען באַקאַנט מיט איר לעבנס־געשיכטע, וואָס איז שפּאַנענדיק און העכסט אינטערעסאַנט.

דאָנאַ גראַציאַ איז געבוירן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ ייִדישער משפּחה פֿון אַנוסים (מאַראַנאָס), וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון אַראַגאָן, שפּאַניע, קיין פּאָרטוגאַל, ווען די קעניגין איזאַבעלאַ און דער קעניג פֿערדינאַנד האָבן אין יאָר 1492 אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון שפּאַניע. ערשט ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט, אין יאָר 1522, האָט זי אויסגעפֿונען, אַז זי איז ניט קיין קריסטין, ווי זי האָט געמיינט ביז דאַן, נאָר אַ ייִדיש קינד און איר ייִדישער נאָמען איז חנה, די טאָכטער פֿון שמואל נשׂיא און ניט בעאַטריס דע־לונאַ מיגואַס — דעם קריסטלעכן נאָמען, וואָס מען האָט איר געגעבן, ווען מען האָט זי געטויפֿט (באַפּטיזם־ריטואַל).

דער מוזיי-האָטעל פֿון דאָנאַ גראַציאַ
דער מוזיי-האָטעל פֿון דאָנאַ גראַציאַ

ווען זי איז געווען 18 יאָר אַלט, האָט איר פֿאָטער זי משדך געווען מיט אַ קריסט מיטן נאָמען פֿראַנציסקאָ מעדעס און די חתונה איז פֿאָרגעקומען אין אַ קאַטוילישע קירך. זי האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, אַז איר פֿאָטער זאָל אָפּטאָן אַזאַ זאַך נאָך דעם ווי די גאַנצע משפּחה האָט שוין דאַן געוווּסט, אַז זיי זענען אַנוסים און זיי שטאַמען פֿון ייִדן.

ערשט מיט אַ צײַט שפּעטער האָט איר מאַן אַליין איר דערציילט, אַז אויך ער און זײַן משפּחה שטאַמען פֿון ייִדן, און זיי האָבן געשטעלט אַ ייִדישע חופּה, כּדת־משה־וישׂראל. זיי האָבן געהאַט אַ גליקלעך צוזאַמענלעבן. זי האָט געבוירן אַ טאָכטער און זיי האָבן איר געגעבן אַ ייִדישן נאָמען ריינע.

ווען דאָנאַ גראַציאַ איז געווען 25 יאָר אַלט איז איר מאַן געשטאָרבן. ער האָט איר איבערגעלאָזט זייער אַ רײַכע ירושה: שיפֿן, איינע פֿון די גרעסטע בענק אין אייראָפּע און אַנדער "האָב־און־גוטס". דאָנאָ גראַציאַ האָט אין געהיים געשטיצט די ייִדן פֿינאַנציעל, וואָס האָט געהאָלפֿן צוריקהאַלטן, פֿאַר אַ לענגערער צײַט, דעם אָנקום פֿון דער אינקוויזיציע פֿון שפּאַניע קיין פּאָרטוגאַל.

איר אייפֿערזיכטיקע שוועסטער האָט זי פֿאַרראַטן פֿאַר דער פּאָרטוגעזישער מאַכט, און מען האָט זי אַרעסטירט. נאָר אַ דאַנק דער הילף פֿון טערקישן סולטאַן "סוליימאַן דער גרויסער", האָט מען זי באַפֿרײַט פֿון דער תּפֿיסה.

זי האָט באַקומען די דערלויבעניש פֿון דעם סולטאַן צוריק אויפֿצובויען די שטאָט טבֿריה אין ארץ־ישׂראל, וואָס האָט געליטן פֿון אַן ערד־ציטערניש. זי האָט פֿינאַנצירט דעם אויפֿבוי פֿון אַ צאָל בתּי־כּנסת און בתּי־מדרשים אין טבֿריה, אַרײַנצוברענגען אין דער שטאָט דרוקערײַען מיט העברעיִשע אותיות, און באַזעצן דאָרטן אַ באַטײַטיקע צאָל ייִדישע משפּחות, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט פֿון די אינקוויזיציעס אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. מיט איר הילף האָט מען אויך אויפֿגעשטעלט מויערן אַרום טבֿריה, כּדי זיך צו באַשיצן קעגן אָנפֿאַלן פֿון פֿײַנטלעכע שׂונאים פֿון דער געגנט אַרום.

אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט די גלאָררײַכע טעטיקייט פֿון דער פֿרוי דאָנאַ גראַציאַ, וועלכע האָט געהאָלפֿן ייִדן זיך צו באַזעצן אין טבֿריה און אַנדערע מקומות אין לאַנד אין דער צײַט ווען אין אייראָפּע האָט זיי געדראָט דער טויט פֿון דער אינקוויזיציע.

איז ניט קיין וווּנדער, וואָס די שטאָט טבֿריה האָט באַשלאָסן אָנצורופֿן איינע פֿון אירע הויפּט־גאַסן אויפֿן נאָמען פֿון דער וווילטעטיקער פֿרוי דאָנאַ גראַציאַ. מיט 10 יאָר צוריק, האָט די רײַכע אַמסאַלעם־משפּחה, לאַנגע אײַנוווינער אין טבֿריה, וואָס שטאַמט פֿון מאַראָקאָ און טערקײַ און אירע וואָרצלען ציִען זיך פֿון די צײַטן פֿון די אַנוסים, אויפֿגעבויט אַ גרויסן האָטעל־בנין, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ הערלעכן, רעפּרעזענטאַטיוון מוזיי, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון דאָנאַ גראַציאַ און אירע אויפֿטוען אין איר קורצן לעבנסוועג, פֿאַר די ייִדן פֿון איר צײַט. עס אַנטהאַלט היסטאָרישע דאָקומענטן, בילדער, מאָלערײַען, קליידער, מעבל־אַנטיקן און ווערטפֿולע קינסטלערישע רעפּראָדוקציעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון די ייִדן אין די יאָרן פֿון דער אינקוויזיציע אין שפּאַניע, פּאָרטוגאַל און אַנדערע שכנותדיקע לענדער אין אייראָפּע.

דער מוזיי האַלט אָפּ וועכנטלעכע סעמינאַרן, לעקציעס און באַגעגענישן פֿון שולקינדער, סטודענטן פֿון אוניסווערסיטעטן און באַזוכן פֿון טויזנטער טוריסטן פֿון לאַנד און אויסלאַנד.


* * *

אין דער פֿײַערונג פֿון דעם 500־יאָריקן געבוירן־טאָג פֿון דאָנאַ גראַציאַ, האָט דער נשׂיא שמעון פּערעס געשילדערט איר פּערזענלעכקייט און אירע פֿאַרדינסטן פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק פֿון איר צײַט. ער האָט דערמאָנט אירע צאָלרײַכע רײַזעס און באַגעגענישן מיט קעניגן און מלוכה־מענער, כּדי צו העלפֿן ייִדן זיך ראַטעווען פֿון דער אינקוויזיציע און רדיפֿות און אָנצוקומען קיין ארץ־ישׂראל. "עס איז צו באַוווּנדערן", האָט פּערעס געזאָגט, "וואָס זי האָט באַוויזן צו דערגרייכן אין איר קורץ לעבן".

דער דערציִונגס־מיניסטער, גדעון סער, האָט אין זײַנע ווערטער זי באַצייכנט אַז "זי איז געווען אַ העלדישע פֿרוי פֿאַר איר צײַט, 500 יאָר פֿאַר טעאָדאָר הערצל און זײַן וויזיע פֿון ציוניזם און שיבֿת־ציון".

די געוועזענע לח״י־קעמפֿערין אין דער באַפֿרײַונגס־מלחמה פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, וועלכע איז אַנטלאָפֿן פֿון דער בריטישער תּפֿיסה און איז געווען איינע פֿון די איניציאַטאָרן פֿון דעם מוזיי און דער פֿײַערונג פֿון דעם 500־יאָריקן געבוירן־טאָג פֿון דאָנאַ גראַציאַ, האָט דערקלערט אַז "זי איז שטאַרק צופֿרידן, וואָס דאָנאַ גראַציאַ, איר לעבנס־געשיכטע און אירע פֿאַרדינסטן פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, וועלן אַרײַנגענומען ווערן אין דעם אַלגעמיינעם לערנפּלאַן פֿון דעם דערציִונגס־מיניסטעריום, פֿאַר די שולן אין ישׂראל".


* * *

איך וויל אויך מודה זײַן, אַז איך און מײַן פֿרוי ציונה, האָבן אַ סך געלערנט און באַרײַכערט אונדזער אייגן וויסן וועגן דער דאָזיקער פֿרוי, דאָנאַ גראַציאַ; וועגן אירע אויפֿטוען לטובֿת די ייִדן־אַנוסים אין די יאָרן פֿון דער אינקוויזיציע, און איר וויזיע פֿון שיבֿת־ציון, לאַנג, לאַנג פֿאַר דעם ווי דאָקטאָר טעאָדאָר הערצל איז אַרויסגעקומען אויף דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל אין יאָר 1897 מיט זײַן וויזיע וועגן צוריקקער פֿון די ייִדן פֿון גלות — פֿון אַלע תּפֿוצות — אין דעם ייִדישן "היימלאַנד" — ארץ־ישׂראל.