פּערזענלעכקײטן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק גנוז
יצחק גנוז

יצחק גנוז, ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער באַערט

דאָנערשטיק, דעם 17טן פֿעברואַר 2011 איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער און דיכטער יצחק גנוז, צום דערשײַנען פֿון זײַן נײַ בוך לידער "נוכח האָרץ ומלואה" — דאָס לאַנד און זײַן פֿולקייט.

יצחק גנוז איז ליטעראַריש שעפֿעריש סײַ אין ייִדיש און סײַ אין עבֿרית. ביז איצט האָט ער אַרויסגעגעבן צוויי ראָמאַנען אין עבֿרית: "במעגלי הדובה הגדולה" — אין די קרײַזן פֿון דעם גרויסן בער; און "כּיסופֿים וסער" (בענקשאַפֿט און שטורעם), און צוויי ביכער פּאָעזיע: "מעבֿר לגשרון העץ" (איבער דער הילצערנער קלאַטקע) און "נוכח האָרץ ומלואה".

אין ביידע ביכער פּאָעזיע שליסט גנוז אײַן לידער איבערגעזעצט פֿון עבֿרית אין ייִדיש, און פֿאַרקערט, ייִדישע לידער, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין עבֿרית.

אין צוגאָב איז יצחק גנוז דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל "ידע־עם", געווידמעט פֿאָלקלאָר אין ייִדיש לשון און פֿאָרשאַרבעטן אויף דעם געביט. חוץ דעם, פּובליקירט יצחק גנוז זײַנע אָפּהאַנדלונגען און עסייען, זייער אָפֿט, אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס אין לאַנד.

מיט צען יאָר צוריק האָט יצחק גנוז באַקומען דעם עמינח־פּרײַז. אין די מאָטיוון פֿאַר דעם פּרײַז ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "די דיכטונג פֿון יצחק גנוז שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מצבֿה אויף אַ תּקופֿה פֿון דעם ייִדנטום אין גלות, אויף דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה און ייִדיש־לעבן אין מיזרח־אייראָפּע".

מיט אַ קורצער צײַט צוריק, איז יצחק גנוז געווען איינער פֿון די, וועלכע האָבן באַקומען דעם רובינליכט־פּרײַז אין לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרן יאָר 2010.

אויך אין די מאָטיוון פֿון דעם פּרײַז ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "זײַענדיק אײַנגעוואָרצלט אין דער ייִדישער טראַדיציע, האָט יצחק גנוז געפֿונען אַן אייגנאַרטיקן גלײַכגעוויכט צווישן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ירושה און דער ארץ־ישׂראלדיקער קולטור".

אין ישׂראל זינט 1948, האָט ער זיך געלערנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט בײַ פּראָפֿ׳ דבֿ סדן און פּראָפֿ׳ דבֿ נוי. אויך אין דעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, און איז דאָרטן פֿאַרבליבן אַרבעטן אַ געוויסע צײַט, ווי אַ לעקטאָר פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר אויף דער ייִדיש־קאַטעדרע.


* * *

איז טאַקע ניט קיין וווּנדער, וואָס צו דעם פֿײַערלעכן אָוונט אין תּל־אָבֿיבֿ, זענען געקומען צענדליקער פֿון זײַנע פֿרײַנד, פֿאַרערערס און פֿאָרשטייערס פֿון דער ליטעראַרישער משפּחה אין לאַנד.

אין דער פּראָגראַם פֿון דעם אָוונט, זענען אַרויסגעטראָטן מיט אָפּשאַצונגען און וואַרעמע באַגריסונגען: חיים ישׂראלי, לאַורעאַט פֿון פּרס־ישׂראל, פֿאַר זײַנע גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר מדינת־ישׂראל; פּראָפֿ׳ הלל ווײַס, פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט, און דער פֿאָרזיצער פֿון פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין ישׂראל, בלפֿור חקק.

אין זייערע קורצע ווערטער האָט יעדער איינער פֿון זיי אַרויסגעהויבן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן אין די שאַפֿונגען פֿון יצחק גנוז, ווי אַ שרײַבער, דיכטער און רעדאַקטאָר פֿון "ידע־עם".

די פּרעזענטאַציע פֿון דעם דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דער "עקסאָדוס"־עפּאָפּעע, האָט געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן רושם. ווי באַוווּסט, איז יצחק גנוז, צוזאַמען מיט זײַן מוטער יהודית, זײַן שטעסטער חיה און זײַן ברודער ישׂראל ז״ל, געווען אויף דער שיף צווישן די 4,500 פּאַסאַזשירן, מיט די אומלעגאַלע מעפּילים. יצחק גנוז איז געווען דער אָנפֿירער פֿון דער גרויסער גרופּע קיבוץ־יוגנטלעכע, וועלכע ער האָט אָרגאַניזירט אין דער שטאָט שטעטין און זיי צוגעגרייט צו דער רײַזע. זיי אַלע האָבן געהאָפֿט, אַז זיי וועלן זיך דערשלאָגן צו די ברעגעס פֿון ארץ־ישׂראל.

די אַנטוויקלונגען, וואָס האָבן דערפֿירט צו דער דאָזיקער ריזיקאַלישער רײַזע פֿון אָנהייב ביזן סוף, דעם קאַמף מיט די ענגלענדער, און די דעפּאָרטאַציע פֿון די פּאַסאַזשירן צוריק קיין דײַטשלאַנד, איז אונדז געווען גוט באַקאַנט.

אָבער אין דעם אָוונט, האָבן מיר אַלע געזען און געהערט אין דעם פֿילם דעם לעבעדיקן עדות יצחק גנוז ווי אַ מדריך (וועגווײַזער), וואָס האָט מיט אַ ציטערנדיקער, אָבער קלאָרער עמאָציאָנעלער שטימע, געשילדערט דעם גאַנג פֿון דעם פֿילם, זײַנע פֿאַרשיידענע עטאַפּן און זײַנע אייגענע איבערלעבונגען וואָס האָבן אונדז אַלעמען געהאַלטן געשפּאַנט.

די דאָזיקע שילדערונגען קענען אַרויסקומען אַזוי לעבנדיק און רירנדיק, נאָר פֿון איינעם, וועלכער האָט איבערגעלעבט אַזעלכע געשעענישן בלבֿ־ונפֿש...

פֿאַר אונדז אַלעמען איז עס געווען אַן אָנגענעמער און גײַסטרײַכער אָוונט, וואָס האָט צוגעגרייט און אָנגעפֿירט זײַן טאַלאַנטפֿולער און ענערגישער זון משה. עס קומט אים טאַקע אַן אמתער און האַרציקער יישר־כּוח!


ברוניה קליבנסקי
ברוניה קליבנסקי

ברוניה (בראָניע) קליבנסקי ז״ל
(געוועזענע קעמפֿערין אין געטאָ ביאַליסטאָק)

מיט אַ וואָך צוריק איז אַוועק פֿון דער וועלט ברוניה קליבנסקי (בראָניע קליבאַנסקי) ז״ל. די וואָס האָבן זי געקענט פּערזענלעך, האָבן זי שטענדיק גערופֿן מיט איר פּוילישן נאָמען "בראָנקאַ".

פֿון נאַטור איז זי געווען אַ באַשיידענע, שטילע, סימפּאַטישע פֿרוי, וואָס פֿלעגט אָפֿט פֿאַרקערן אין פֿאַרשיידענע קולטור־קרײַזן אין ירושלים, אין דער ירושלימער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט און באַזונדערס אין די קרײַזן פֿון "יד־ושם", וווּ זי האָט יאָרן־לאַנג געאַרבעט, זינט איר עליה קיין ישׂראל.

ניט אַלע, וואָס פֿלעגן זיך טרעפֿן מיט איר פּנים־אל־פּנים, האָבן געוווּסט, אָדער געהאַט אַן אַנונג, אַז די דאָזיקע פֿרוי האָט אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין גראָדנע און אין ביאַליסטאָק אײַנגעשטעלט איר לעבן אין העלפֿן די ייִדן אין די געטאָס בעת אויספֿירן געפֿערלעכע מיסיעס, זײַענדיק אויף דער אַרישער זײַט.

דאָס האָט טאַקע אונטערגעשטראָכן אין דער קאָנדאָלענץ און טרויער־אויסדרוקן אין דער צײַטונג "האָרץ" די לייטונג פֿון "יד־ושם" אין נאָמען פֿון אַלע אירע מיטאַרבעטער:

"זי איז געווען אַן איידעלע פֿרוי, אַרכיוויסטין און פֿאָרשטייערין אין 'יד־ושם’, אַ שרײַבערין, מיטגליד פֿון ראַט פֿון 'יד־ושם’. אַ געבוירענע אין גראָדנע, קעמפֿערין אין אויפֿשטאַנד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ, פֿאַרבינדלערין אין דער גרופּע פֿון מרדכי טענעבוים ז״ל, פּארטיזאַנערין".

כּבֿוד איר אָנדענק!