- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַוועק זײַנען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט די ערשטע צען יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. עס גייען אָבער אונדז ווײַטער נאָך די פֿאַלשע קלאַנגען, וואָס האָבן די דאָזיקע יאָרן באַגלייט, אַרויסגעלאָזט נאָך ערבֿ דעם נײַעם מילעניום. איר געדענקט אַוודאי דעם אָנגעבלאָזענעם בלאָטער פֿון אַ קאָמפּיוטער־קראַך, וועלכער קאָן, חלילה, אומברענגען די גאַנצע באַנק־סיסטעם, ווירטשאַפֿט, וויסנשאַפֿט און וואָס נאָר נישט... דעמאָלט האָט מען אים אָנגעהויבן אָנבלאָזן, געקראַכט האָט ער אָבער מיט צוויי יאָר צוריק; און גאָר נישט צוליב קאָמפּיוטערײַ, נאָר צוליב מענטשלעכער געלטגיריקייט.
Hear Me Out
A New York Jew in China יצחק לעוויטאַן (1860—1900) איז אפֿשר איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע קינסטלער. רעפּראָדוקציעס פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן באַגלייטן יעדעס קינד פֿון די סאַמע ערשטע שול יאָרן; מען זעט זיי אין לערנביכער פֿאַר רוסישער ליטעראַטור, אין קלאַסצימערן און צומאָל אין אָפֿיציעלע ביוראָען. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז לעוויטאַן האָט אין אַ געוויסן זין אַנטדעקט די רוסישע לאַנדשאַפֿט ווי אַן עסטעטישן און מאָלערישן יש. אָבער דווקא די דאָזיקע ברייטע פּאָפּולערקייט, דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון לעוויטאַן אין דער רוסישער קולטור שטערט צו זען זײַן אָריגינעלקייט. לעוויטאַן איז פּשוט צו גוט באַקאַנט, מען זאָל קענען באַמערקן אין זײַנע ווערק עפּעס נײַס. אָבער ווען מען קוקט זיך צו צו זײַן לעבן און זײַן שאַפֿונג מיט מער אויפֿמערק, שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי פֿראַגעס, וועלכע ווערן קוים באַרירט אינעם אָפֿיציעלן נוסח פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען אין ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ-אונטערנעמונג, און שוין נאָך אָפּדברן מײַנס האָב איך, זיצנדיק אין זאַל, זיך דערמאָנט, ווי מיר איז אויסגעקומען אָפּצומערקן עפּעס אַ דאַטע, פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן — אָדער זײַן געבוירנטאָג אָדער דעם טאָג פֿון זײַן טראַגישן טויט. געווען איז עס אין מאָסקווע, אין 1988 אָדער 1989, דאָס הייסט, אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". מאָדנע יאָרן זײַנען עס געווען: פֿון איין זײַט איז שוין אַ סך דערלויבט געוואָרן צו טאָן, אָבער גלײַכצײַטיק האָט נאָך אַלץ געאַרבעט די גאַנצע סאָוועטישע סיסטעם, מיט דער פּאַרטיי, קיי-דזשי-בי און אַנדערע זאַכן. לייזער בורקאָ, אַ דאָקטאָראַנט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק, איז שוין 7 יאָר אַקטיוו אין דער "וועלט פֿון ייִדיש". אַ סטודענט פֿון די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן, איז ער אַריבער צו ייִדיש צוליב דער לינגוויסטישער קרובֿישאַפֿט און כּדי צו קענען רעדן מיט באָבע־זיידע, ווי אויך זיך צו באַקענען מיט ייִדישקייט בכלל. ער האָט דרײַ יאָר געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס" און באַטייליקט זיך ווײַטער אין דער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", אַ גרופּע יונגע אַרטיסטן. ער און מרים־חיה סגל גרייטן צום דרוק אַ זאַמלונג פֿון נחום סטוטשקאָווס "מאַמע־לשון"־אַרטיקלען, ווי אויך אַ פֿאָרשטעלונג, באַזירט אויף סטושטקאָווס ראַדיאָ־דראַמעס. אַ צוהערער פֿונעם מײַסטער־קלאַס פֿון פּראָזע בײַ דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע. עס פֿירט זיך אין קאָמערציעלע געשעפֿטן, אין רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, אַז "מע נעמט" אַן אינווענטאַר־ציילונג, אַ סך־הכּל, פֿון די אַנטוויקלונגען און געשעענישן פֿון זייערע אינטערעסן אין דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר. אויך אין פּריוואַטן לעבן מאַכן מענטשן אַ סך־הכּל, און מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון פֿון דעם וואָס עס איז געשען מיט זיי אין דעם אַלטן יאָר און וווּ זיי האַלטן מיט זיך אין די טעג, ווען מיר שטייען פֿאַר דעם אָנקומענדיקן נײַעם יאָר. אומעטום, איבער דער גאָרער וועלט, האָט מען מיט צוויי נעכט צוריק געפּראַוועט הוליאַנקעס, געטרונקען און געגעסן, געטאַנצט און "געבאַלעוועט", זיך געלאָזט וווילגיין מיט פֿרייד, עקזאַלטאַציע און "הו־האַ", ווען מען האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דעם פֿאַרגייענדיקן אַלטן קאַלענדאַר־יאָר, און באַגעגנט דעם נײַעם אָנקומענדיקן יאָר 2011. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "וארא", האָבן מיר באַטראַכט צוויי מדרגות פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. די ערשטע מדרגה, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט שם "ש־די", איז פֿאַרבונדן מיט דעם געוויינטלעכן, ציקלישן "דרייעניש" פֿונעם אוניווערס. דורך אַזאַ נאָמען האָט דער באַשעפֿער זיך אַנטפּלעקט צו די ייִדישע אָבֿות. די חז״ל דערקלערן, אַז דער שם "ש-די" שטאַמט פֿונעם וואָרט "די" — "גענוג". דער אייבערשטער האָט אײַנגעשטעלט באַשטימטע גרענעצן פֿון די נאַטור־געזעצן, כּדי די וועלט זאָל זיך דרייען ווי עס דאַרף צו זײַן, און נישט אַראָפּ פֿון די "רעלסן". די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿאַרנעמען זיך נישט מער מיט בלויז היסטאָרישע געשעענישן און פֿאַקטן, נאָר אויך מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן. די גרענעץ צווישן די אַקאַדעמישע פֿעלדער פֿון פֿאָלקלאָר, אַנטראָפּאָלאָגיע, עטנאָגראַפֿיע און געשיכטע איז געוואָרן "ווייכער". וויכטיקע פֿאָרשונגען ווערן געדרוקט די טעג וועגן דעם אַמאָליקן לעבן־שטייגער פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע און כאָטש איך, ווי אַ פֿאָלקלאָריסט, וואָלט זיי אָנגערופֿן "פֿאָלקלאָר", מײַדט מען בכלל אויס דאָס וואָרט אין די ווערק. וויכטיקער איז, אַוודאי, וואָס מע לערנט זיך אויס דורך די פֿאָרשונגען, און נישט צו וועלכער אַקאַדעמישער קאַטעגאָריע זיי געהערן. האָט איר געוווּסט, אַז דער אַקטיאָר עדוואַרד דזשי. ראָבינזאָן איז געבוירן געוואָרן אין בוקאַרעשט מיטן נאָמען עמנואל גאָלדענבערג? אַז דער קינסטלער און קאַריקאַטוריסט שואל שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראַמניקו סאַראַט, רומעניע, און איז ערשט געקומען קיין אַמעריקע אין 1942, ווען ער איז געווען 28 יאָר אַלט? אַז דער דזשעז־פֿלייטיסט, הערבי מאַן, איז דער זון פֿון רומענישע ייִדן? אין זײַן נײַ בוך האָט דער ביבליאָטעקער און פֿאָרשער וולאַדימיר ווערטסמאַן, געשטרעבט צו באַקענען דעם ברייטערן אַמעריקאַנער עולם מיט די דערגרייכונגען פֿון די רומענישע ייִדן אין אַמעריקע און קאַנאַדע. לויט זײַן רעכענונג, האָט מען געקענט אין יאָר 2010 פּראַווען 160 יאָר זינט רומענישע ייִדן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, און 140 יאָר פֿון ייִדישע רומעניש־אַמעריקאַנער דיפּלאָמטישע פֿאַרבינדונגען. דער ערשטער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע, דער ייִד בנימין פּיישאָטאָ, האָט געדינט דאָ פֿון 1870 ביז 1875. דער איצטיקער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע איז אויך אַ ייִד — מאַרק גיטענשטיין. לויט אַ באַקאַנטן ווערטל, טאָר מען נישט אָפּשאַצן אַ בוך לויט זײַן טאָוול. דער איינציקער אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל זענען די אילוסיטרירטע קונסט־אויסגאַבעס. ס׳רובֿ קלאַסישע ווערק פֿון וועלט־ליטעראַטור ווערן געדרוקט דווקא מאָנאָטאָניש־באַשיידן; אַדרבה, שרײַענדיקע בונטע טאָוולען זענען אָפֿט אַ סימן פֿון שונד־ביכער. וואָס קאָן מען זאָגן, אָבער, ווען אַ בוך האָט בכלל נישט קיין טאָוול, און אַפֿילו נישט קיין זײַטן אינעם טראַדיציאָנעלן זין פֿון וואָרט; און ווערט פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, אַנשטאָט דער געוויינטלעכער פּאַפּיר־פֿאָרעם? אַ טייל ליטעראַטור־קריטיקער — אַפֿילו די, וואָס פֿאַרשטייען גאַנץ גוט דאָס דערמאָנטע שפּריכווערטל — באַציִען זיך צו דער נעץ־ליטעראַטור נאָך אַלץ מיט אַ חשד. די רוסישע לייענער האָבן לעצטנס צוגעטראַכט אַ ספּעציעל וואָרט, "сетература" — כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דער "אינטעראַטור" און די קאָנווענציאָנעלע פּאַפּירענע ביכער. קודם־כּל, פֿונעם סאַמע ערשטן בליק, דערזעט מען אַז קאַזואַ אַועדאַס מײַסטערווערק איז אויך אַ יאַפּאַניש־קונסטווערק. עס שטייט שטאָלץ און עלעגאַנט, אײַנגעקעסטלט אין אַן אַרומנעמיק קאַרטאָנען קעסטעלע, דעקאָראַטיוו אויסגעכּתבֿעט און באַקעפּלט מיט גרויסע, קידוש־לבֿנהדיקע, יאַפּאַנישע "אותיות", וואָס זייער מיין איז: "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך". דער צונויפֿשטעלער פֿונעם איבערראַשנדיקן (מען וואָלט אַפֿילו געקענט זאָגן "אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן") ווערטערבוך איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן אוניווערסיטעט "פֿוקואָקאַ", וווּ ער לייענט שוין העכער ווי אַ דריטל־יאָרהונדערט לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. לעת־עתּה האָט שוין פּראָפֿעסאָר אַועדאַ אַרויסגעגעבן עטלעכע וויכטיקע ווערק אינעם שטח פֿון ייִדיש, דהײַנו: אַ ייִדישע גראַמאַטיק, אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דערציילונגען, אַ לערנבוך פֿון ייִדישע אויסדרוקן און אַ בוך שפּראַך־געניטונגען, אַלץ פֿאַר יאַפּאַניש־רעדערס. מען קען זיך משער זײַן פֿון דער גרייס פֿונעם ווערטערבוך אַליין (1,302 זז׳ + 20 זז׳ אויפֿקלערונגען וועגן דעם ווי אַזוי זיך צו באַנוצן מיטן בוך). אַועדאַ גופֿא האָט אַרײַנגעלייגט אין אָט דער אַרבעט גאָר אַ סך יאָרן און געזונט, און דער פֿאַרלאַג "דייגאַקוסוואַרין" — אַן אוצר מיט געלט! |