|
וולאַדימיר ווערטסמאַנס נײַ בוך וועגן די רומענישע ייִדן אין אַמעריקע |
|
האָט איר געוווּסט, אַז דער אַקטיאָר עדוואַרד דזשי. ראָבינזאָן איז געבוירן געוואָרן אין בוקאַרעשט מיטן נאָמען עמנואל גאָלדענבערג? אַז דער קינסטלער און קאַריקאַטוריסט שואל שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראַמניקו סאַראַט, רומעניע, און איז ערשט געקומען קיין אַמעריקע אין 1942, ווען ער איז געווען 28 יאָר אַלט? אַז דער דזשעז־פֿלייטיסט, הערבי מאַן, איז דער זון פֿון רומענישע ייִדן?
אין זײַן נײַ בוך האָט דער ביבליאָטעקער און פֿאָרשער וולאַדימיר ווערטסמאַן, געשטרעבט צו באַקענען דעם ברייטערן אַמעריקאַנער עולם מיט די דערגרייכונגען פֿון די רומענישע ייִדן אין אַמעריקע און קאַנאַדע. לויט זײַן רעכענונג, האָט מען געקענט אין יאָר 2010 פּראַווען 160 יאָר זינט רומענישע ייִדן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, און 140 יאָר פֿון ייִדישע רומעניש־אַמעריקאַנער דיפּלאָמטישע פֿאַרבינדונגען. דער ערשטער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע, דער ייִד בנימין פּיישאָטאָ, האָט געדינט דאָ פֿון 1870 ביז 1875. דער איצטיקער אַמעריקאַנער קאָנסול אין רומעניע איז אויך אַ ייִד — מאַרק גיטענשטיין.
וולאַדימיר ווערטסמאַן איז געקומען אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע, כּדי פֿאָרצושטעלן זײַן אינטערעס צו דער טעמע און איבערגעבן זײַן פֿאָרשערישע געפֿינסן. זײַן אייגענע ביאָגראַפֿיע איז פּונקט אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק ווי ס׳רובֿ ביאָגראַפֿיעס אין זײַן בוך. ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סקולען, באַסאַראַביע, און געווען פֿאַרשיקט ווי אַ ייִנגל קיין טראַנסניסטריע מיט זײַן משפּחה בעת דער מלחמה. נאָכן חורבן איז ער געבליבן אין רומעניע און האָט גראַדויִרט פֿון דער יוריספּרודענץ־שול. ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו ווערן אַן אַדוואָקאַט און ריכטער אין דער קאָמוניסטישער רומעניע, און די עפּיזאָדן פֿון דער תּקופֿה דאַרפֿן באַשריבן ווערן אין אַ באַזונדערן אַרטיקל. אין די 1960ער יאָרן האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע און געביטן זײַן קאַריערע אויף אַ ביבליאָטעקער אין ניו־יאָרק.
זײַענדיק אַ קענער פֿון אַ צאָל שפּראַכן, האָט ער זיך אונטערגענומען צונויפֿצושטעלן פֿאָרש־ביבליאָגראַפֿיעס וועגן פֿאַרשיידענע קולטורן — "די אוקראַיִנער אין אַמעריקע, 1608—1975" "די רומענער אין אַמעריקע 1748—1974", "די רוסן אין אַמעריקע, 1727—1970". אַן ענלעכע ביבליאָגראַפֿיע האָט ער אַרויסגעגעבן וועגן די אַרמענער אין אַמעריקע לזכּרון אַן אַלטן חבֿר פֿון רומעניע, אַן אַרמענער, וואָס האָט געבעטן ווערטסמאַן, ער זאָל תּמיד געדענקען די אַרמענער אין זײַנע פֿאָרשונגען, ווײַל זיי האָבן אויך געליטן אין זייער געשיכטע. סוף־כּל־סוף, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט — "נו, פֿאַר וואָס שטעלט איר נישט צונויף אַ בוך וועגן דער אייגענער קולטור, די רומענישע ייִדן אין אַמעריקע?" און — נעשׂה-ונשמע.
אַזוי ווי די גרענעצן פֿון רומעניע האָבן זיך אַזוי פֿיל מאָל געביטן, איז נישט אַזוי גרינג געווען פֿאַרן פֿאָרשער צו באַשליסן וואָס זאָל אַרײַן, און וואָס זאָל נישט אַרײַן אין אַזאַ ביאָ־ביבליאָגראַפֿיע. ווערטסמאַן האָט אָנגענומען אַן אַרומנעמיקן צוגאַנג און ייִדן פֿון באַסאַראַביע, בוקעווינע, מאָלדאָווע, זימבערג (טראַנסילוואַניע) זענען דאָ אויך פֿאָרגעשטעלט.
וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין רומעניע האָט דער מחבר אָנגעהויבן זײַן ווערק. ייִדן האָבן געלעבט אויף דער רומענישער ערד, נאָך איידער זי האָט זיך אָנגעהויבן רופֿן — רומעניע. פֿונעם 2טן יאָרהונדערט פֿאַר דער נײַער צײַט-רעכענונג האָט מען געפֿונען לאַטײַנישע אויפֿשריפֿטן מיט אַ מנורה־סימבאָל לעבן דעם טײַך טונע.
קיין דאַטשיע, אַ טעריטאָריע, וווּ ס'געפֿינט זיך רומעניע, דעמאָלט אַ שׂונא פֿון רוים, זענען די ייִדישע פּליטים אַנטלאָפֿן נאָכן צווייטן חורבן בית־המיקדש. בכלל זענען די קייסאָרים און מלכים פֿון רומעניע געווען אָפֿן צו באַזעצן די טעריטאָריע מיט ייִדן. דער גרויסער פּרינץ סטעפֿאַן טשעל מאַרע (1457—1504) האָט געהאַט אַ ייִדישן דאָקטער. ייִדישע סוחרים זענען דורכגעפֿאָרן פֿון מערבֿ־אייראָפּע און פּוילן דורך וואַלאַכיע און מאָלדאָווע צו דער טערקישער אימפּעריע אינעם 15טן יאָרהונדעטער, און אין די ייִדישע קרעטשמעס האָבן זיי זיך אָפּגעשטעלט.
|
רומעניש־ייִדישן אָפּשטאַם:
(אויבן פֿון רעכטס) דער אַקטיאָר דזשאַן האַוסמאַן, דער בייסבאָל־שפּילער האַנק גרינבערג,
די בירגערמײַסטערין סאָפֿי מאַסלאָף, דער אַקטיאָר עדוואַרד דזשי. ראָבינזאָן. |
|
אַגבֿ האָבן סײַ די ספֿרדישע, סײַ די אַשכּנזישע ייִדן זיך באַזעצט אין רומעניע און פֿאַרנומען אָנגעזעענע פּאָזיציעס אין דער רעגירונג במשך פֿון יאָרהונדערטער. רומעניע האָט אָפֿט געדינט ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר די גערודפֿטע ייִדן, ווי נאָך די כמעלניצקי־פּאָגראָמען אין 1648—1649. אויך בשעת די אוקראַיִנישע פּאָגראָמען נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן טויזנטער אוקראַיִשע ייִדן אַרײַנגעשטראָמט אין רומעניע אויפֿן וועג קיין אַמעריקע און אַנדערע לענדער.
די רומענישע ייִדן זענען באַקאַנט פֿאַר זייער מוזיק און אין 1744 האָט מען שוין דערמאָנט אַ ייִדישן צימבלער "לאַוטאַר (קלעזמער) סאָלאָמאָן" אין דאָקומענטן. דאָס וויגעלע פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז געשטאַנען אין יאַס, רומעניע, וווּ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט געשאַפֿן דעם ערשטן פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער אין 1876. דער נאַציאָנאַלער רומענישער פּאָעט מיהײַ יעמינעסקו האָט אַפֿילו רעצענזירט 5 פֿון גאָלדפֿאַדענס פֿאָרשטעלונגען.
אין 1848, ווען רעוואָלוציעס זענען פֿאָרגעקומען איבער דער וועלט, האָט אין רומעניע אויך אַ רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג זיך געשטעלט אַנטקעגן דער רעגירונג און אין זייער פּראָקלאַמאַציע שטייט בפֿירוש, אַז די "ישׂראלים" דאַרפֿן ווערן באַפֿרײַט און האָבן פּאָליטישע רעכט. ערשט אין 1859 איז געשאַפֿן געוואָרן די מאָדערנע מדינה, וואָס הייסט הײַנט רומעניע; דעמאָלט האָבן זיך וואַלאַכיע און מאָלדאָווע פֿאַראייניקט, אָבער נאָר די קריסטן האָבן געהאַט רעכט צו שטימען.
צו גלײַך מיט דער גוטער באַציִונג צו ייִדן פֿון ס׳רובֿ רומענער און רומענישע פֿירערס, האָט אָבער שוין לאַנג געברענט דאָרט דאָס אַנטיסעמיטישע פֿײַער. אין די 1880ער יאָרן האָבן די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיקער דורכגעפֿירט געזעצן וואָס האָבן באַגרענעצט דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן פֿון די ייִדן. מער ווי 75,000 ייִדן זענען געקומען קיין אַמעריקע, ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער עמיגראַציע־כוואַליע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 1881.
אין דער נײַער קאָנסטיטוציע פֿון 1923 האָט דער קעניג פֿערדינאַנד דער ערשטער, געגעבן פֿולע רעכט צו אַלע ייִדישע תּושבֿים פֿון רומעניע, אַ לאַנד וואָס האָט איצט אַרײַנגענומען בוקעווינע און באַסאַראַביע.
במשך פֿונעם חורבן האָט דער פֿאַשיסטישער אַנטאָנעסקו־רעזשים דורכגעפֿירט שרעקלעכע מערדערײַען איבער די ייִדן. הונדערטער טויזנטער רומענישע ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין טראַנסניסטריע און אין אַנדערע שטחים. פֿאָרט האָט דער רומענישער ייִד געהאַט אַ בעסערע געלעגנהייט איבערצולעבן ווי למשל, דער פּוילישער ייִד. אין דער קאָמוניסטישער רומעניע, פֿון 1947 ביז 1989, האָט מען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט די ציוניסטישע פֿירערס, און ייִדן האָבן צוגעטראָגן איינער אויפֿן אַנדערן. אָבער אין דער דאָזיקער שוואַרצער צײַט איז רומעניע געווען דאָס איינציקע לאַנד אונטער דער סאָוועטישער השפּעה וואָס האָט געלאָזט ייִדן עולה זײַן קיין ישׂראל. אמת, פֿאַר דעם פֿלעגט דער טשאַושעסקו־רעזשים באַקומען גרויסע געלטער פֿון ייִדישע וועלט־אָרגאַניזאַציעס.
אין זײַן ביבליאָגראַפֿיע האָט ווערטסמאַן נישט בלויז געמאַכט אַ רשימה פֿון באַקאַנטע רומענישע ייִדן אין אַמעריקע און זייערע מצליחדיקע קינדער, נאָר אויך צוגעגעבן טשיקאַווע פֿאַקטן און אַנעקדאָטן וועגן זייער לעבן און אויפֿטוען. למשל — די גרויסע "רומענישע שיל" אויף ריווינגטאָן־גאַס האָט מען גערופֿן דעם "חזנס קאַרנעגי־האָל", און צווישן די חזנים דאָרטן זענען געווען משה אוישער, ריטשאַרד טאָקער, משה קוסעוויצקי און דזשאַן פּירס. אין 2006 איז די שיל אָפּגעברענט געוואָרן. פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור רעכנט אויס דער מחבר אַזוינע שרײַבער ווי: אײַזיק ראַבוי, כאַווער-פּאַווער, עליזה גרינבלאַט און באָריס סאַנדלער.
צווישן די רומענישע ייִדן פֿונעם צווייטן דור, לייענט מען וועגן סאָפֿי מאַסלאָף, וואָס איז געוואָרן די בירגערמײַסטערין פֿון פּיטסבורג צו 70 יאָר. דער לעגענדאַרער בייסבאָל־שפּילער האַנק גרינבערג האָט אויך געשטאַמט פֿון רומענישע ייִדן.
דאָס נײַע בוך Salute to the Romanian Jews in America and Canada 1850—2010 פֿון וולאַדימיר ווערטסמאַן איז אַ פּאַסיק ווערק אָנצוהייבן די פֿאָרשאַרבעט אויף דער אינטערעסאַנטער טעמע פֿון די רומענישע ייִדן אינעם "גאָלדענעם לאַנד".