|
אַ חדר פֿאַר מיידלעך אין ביאַלע, 1926 |
Credit: Kacyzne |
די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿאַרנעמען זיך נישט מער מיט בלויז היסטאָרישע געשעענישן און פֿאַקטן, נאָר אויך מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן. די גרענעץ צווישן די אַקאַדעמישע פֿעלדער פֿון פֿאָלקלאָר, אַנטראָפּאָלאָגיע, עטנאָגראַפֿיע און געשיכטע איז געוואָרן "ווייכער". וויכטיקע פֿאָרשונגען ווערן געדרוקט די טעג וועגן דעם אַמאָליקן לעבן־שטייגער פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע און כאָטש איך, ווי אַ פֿאָלקלאָריסט, וואָלט זיי אָנגערופֿן "פֿאָלקלאָר", מײַדט מען בכלל אויס דאָס וואָרט אין די ווערק. וויכטיקער איז, אַוודאי, וואָס מע לערנט זיך אויס דורך די פֿאָרשונגען, און נישט צו וועלכער אַקאַדעמישער קאַטעגאָריע זיי געהערן.
אויך טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, אַז די לעצטע פֿאָרשונגען אַנטפּלעקן מער וועגן דעם מיטל־עלטערישן לעבן פֿון ייִדן ווי דעם לעבן־שטייגער אין דער מאָדערנער צײַט. למשל, אין איר בוך "מאַמעס און קינדער" [Mothers and Children] פֿאָרשט פּראָפֿ׳ אלישבֿע באַומגאַרטן די צײַט פֿון לעבן, ווען מאַמעס האָבן געהאַט קינדער אין מיטל־עלטערישן דײַטשלאַנד און צפֿון־פֿראַנקרײַך; דאָס הייסט, בײַם אָנהייב פֿון דער אַשכּנזישער עדה. איר שטודיע גייט נאָך, סטאַדיע נאָך סטאַדיע, דער מאַמעס לעבן, פֿונעם קינדס געבוירן ווערן, ביז דאָס קינד איז גרייט צו גיין אין חדר.
אירע מקורים האָט זי געפֿונען, דער עיקר, אין אַלטע מינהגים־ביכער און רבנישע שאלות און תּשובֿות. אָבער וואָס מאַכט די שטודיע אַפֿילו מער אינטערעסאַנט איז איר פֿאַרגלײַכיקער צוגאַנג צו דער טעמע, אין וועלכער זי פֿאַרגלײַכט קריסטלעכע און אייראָפּעיִשע משפּחות מיט ייִדישע משפּחות פֿון דער זעלבער צײַט. דער לייענער וועט זיך חידושן פֿון די ענלעכקייטן צווישן די ייִדישע און נישט־ייִדישע מינהגים. די מחברטע האָט געפֿונען נישט נאָר סטרוקטורעלע, נאָר אויך "פּסיכאָלאָגישע" פּאַראַלעלן.
אין דער תּקופֿה וואָס די מחברטע באַהאַנדלט, פֿונעם 12טן ביזן 16טן יאָרהונדערט, זענען ייִדן און קריסטן אָפֿט געווען שכנים און האָבן אָנגעהאַלטן קאָנטאַקטן יעדן טאָג. די שאלות און תּשובֿות אַנטפּלעקן, אַז ייִדישע און קריסטלעכע פֿרויען האָבן אַפֿילו געבאָרגט קליידער איינער בײַ דער אַנדערער און גוט געקענט די טראַדיציעס און די פֿירעכצן פֿונעם שכנותדיקן פֿאָלק. אויף די נאָענטע פֿאַרבינדונגען צווישן די צוויי פֿרויענוועלטן שטעלט באַומגאַרטן דעם טראָפּ. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע היסטאָריקער, וויל זי אונטערשטרײַכן, אַז ייִדן האָבן געהערט צו אַן אייראָפּעיִשער קולטור, אַז זיי האָבן בפֿירוש נישט געלעבט אין אַ וועלט אָפּגעזונדערט פֿון נישט־ייִדן. אַזוי ווי זי שרײַבט וועגן משפּחה־לעבן, קען זי אויך אויסמײַדן די טענדעץ פֿון היסטאָריקער צו דערמאָנען כּסדר די שלעכטע זײַט פֿון ייִדיש־קריסטלעכע באַציִונגען אין דער צײַט, די פּאָלעמיקעס און די רדיפֿות.
די שטודיע הייבט אָן פֿון די טראַדיציעס פֿאַרבונדן מיטן טראָגן קינדער, שוואַנגערשאַפֿט. דער געדאַנק, אַז די ייִדישע טאָכטער האָט נישט דערגרייכט איר תּכלית אויף דער וועלט, ביז זי האָט נישט געבאָרן קיין קינדער איז, ווי באַקאַנט, אַ גאָר אַלטע, און לעבט מיט אונדז נאָך הײַנט, כאָטש מע זאָגט דאָס מער נישט אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט. דעריבער איז די עקרה, די פֿרוי וואָס קען נישט האָבן קיין קינדער, שוין באַטראַכט געוואָרן אינעם מיטל־עלטער, ווי אַ בוים אָן פֿרוכטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ טרויעריק עקרה־ליד, אין וועלכן די פֿרוי באַשרײַבט איר מצבֿ אויפֿן זעלביקט אופֿן, מיט די זעלביקע אימאַזשן, ווי מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער:
איך וואָלט מיך גערן ערקינדיקט [אויסגעפֿונען]
וואָס איך האָב אַזוינע גרויסע זינד?
וואָס איך האָב מיך אַזוי פֿאַרזינדיקט,
איך בין פֿאַרשאָלטן פֿון אַ קינד.
דער נאָמען "מאַמע" איז אַ גרויס וווּנדער,
ווויל איז דער מאַמען, וואָס זי אַזוינס הערט,
איך בין פֿאַרשאָלטן פֿון קינדער,
"מאַמע" צו הערן, בין איך גאָר נישט ווערט.
וואָס פֿאַר אַ ווערט האָט דער בוים,
אָן פּירות, און אָן צווײַגן?
ער ליגט בײַ דר׳ערד, און ווערט געצערט,
אים איז נעבעך צו באַקלאָגן.
אין די ווײַטערדיקע קאַפּיטלעך פֿונעם ווערק "מאַמעס און קינדער" באַהאַנדלט פּראָפֿ׳ באַומגאַרטן די מינהגים פֿון געבוירן ווערן, פֿון מילה (וואָס זי פֿאַרגלײַכט מיט קריסטיקונגען אין וואַסער), פֿון הייבאַמס און זייגערינס (נאַמען) און בכלל באַציִונגען פֿון מאַמעס מיט קינדער.
עס געפֿינט זיך דאָ זייער אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן די מיטל־עלטערישע יאָרן, אָבער שוין צײַט, מע זאָל לייענען און לערנען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און פֿון דער זכרונות־ליטעראַטור אויף ייִדיש כּדי צו באַשרײַבן די זעלביקע טעמעס וואָס שייך דעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. אין ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישער אַנקעטע פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה געפֿינט מען אַ סך ענלעכקייטן צו דעם וואָס באַומגאַרטן באַשרײַבט וועגן דעם 13טן און 14טן יאָרהונדערט, און מע דאַרף דאָס ווײַטער פֿאָרשן.