אַוועק זײַנען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט די ערשטע צען יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. עס גייען אָבער אונדז ווײַטער נאָך די פֿאַלשע קלאַנגען, וואָס האָבן די דאָזיקע יאָרן באַגלייט, אַרויסגעלאָזט נאָך ערבֿ דעם נײַעם מילעניום. איר געדענקט אַוודאי דעם אָנגעבלאָזענעם בלאָטער פֿון אַ קאָמפּיוטער־קראַך, וועלכער קאָן, חלילה, אומברענגען די גאַנצע באַנק־סיסטעם, ווירטשאַפֿט, וויסנשאַפֿט און וואָס נאָר נישט... דעמאָלט האָט מען אים אָנגעהויבן אָנבלאָזן, געקראַכט האָט ער אָבער מיט צוויי יאָר צוריק; און גאָר נישט צוליב קאָמפּיוטערײַ, נאָר צוליב מענטשלעכער געלטגיריקייט.
דאָס וואַרפֿן אַ פּחד אויף די מענטשן איז געוואָרן אַ ריזיקער פֿאַקטאָר אין דער גלאָבאַליזירטער וועלט; פֿון איין זײַט, צו מאַניפּולירן מיט דער געזעלשאַפֿט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, צו מאַכן אויף דעם משוגענע געלטער. אַזוי איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן די "היט"־סטראַשונקע וועגן דער מגפֿה אונטערן נאָמען "הינער־גריפּע", דערנאָך "חזיר־גריפּע". אַרויסגעלאָזט האָט עס נישט אַבי ווער, נאָר די אַלוועלטלעכע געזונטהייט־אָרגאַניזאַציע. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די שרעקלעכע "מגפֿה", אויף וועלכער עס זײַנען אויסגעטיילט געוואָרן מיליאַרדן, טראָגט דעם זעלבן נאָמען — מענטשלעכע געלטגיריקייט. און אָנגענומען האָבן זיך פֿון דעם, קודם־כּל, די טשינאָווניקעס פֿון דער דאָזיקער וועלט־אָרגאַניזאַציע און די פֿאַרמאַצעווטישע פֿירמעס.
אין משך פֿון די 10 יאָר, באַזונדערס אין די לעצטע עטלעכע יאָר, האַלט מען אין איין רעדן וועגן דער גלאָבאַלער דערוואַרעמונג. אונדזער געוועזענער וויצע־פּרעזידענט אַל גאָר, האָט אַפֿילו באַקומען אַ נאָבעל־פּרײַז פֿאַר זײַן איבערגעגעבענער טעטיקייט אויף דעם פֿעלד. ס'איז נאָך אָבער ביז הײַנט נישט קלאָר (און ס'וועט נישט זײַן קלאָר אין די נאָענטסטע הונדערטער יאָרן), צי דאָס "פֿעלד" קאָן, חלילה, פֿאַרפֿרוירן ווערן, צי פֿאַרקערט — אויסברענען פֿון היץ; גלײַך ווי מיט טויזנטער יאָר צוריק, נאָך פֿאַר דער אײַז־תּקופֿה, האָבן די וועלט פֿאַרפֿלייצט אינדוסטריעלע קוימענס, וואָס האָבן פֿאַרגאַזט און פֿאַרמיסטיקט די לופֿט. וואָס ליגט אינעם יסוד פֿון דער טעאָריע פֿון "גלאָבאַלער דערוואַרעמונג"? די זעלבע מענטשלעכע געלטגיריקייט, וואָס קיין שום קעלט און היץ נעמט זי נישט!
קאָרופּציע, וואָס איז אין אַלע צײַטן געווען אַ מין "פּערפּעטווּם מאָבילע" פֿון די רעגירונגען, האָט אין דעם יאָרצענדליק איבערגעשטיגן אַלע פֿריִערדיקע סטאַנדאַרטן. נאַפֿט און גאַז וועגן איבער אַלע מאָראַלישע נאָרמעס און אַלע דעמאָקראַטישע פֿרײַהייטן. "דעמאָקראַטישע פֿרײַהייטן" זײַנען געוואָרן אַ שילד, וואָס קאָן פֿאַרשטעלן די אמתע כּוונות — צו האַלטן אַן אויג אויף די נאַפֿט־ און גאַז־קוואַלן. דעריבער קאָנען די לענדער, אָנגעפּאָמפּעט מיט דעם "שוואַרצן גאָלד", זיך פֿאַרגינען צו דערשטיקן בײַ זיך יעדע פֿרײַע שטימע; אײַנפֿירן אַ רעפּרעסיוון רעזשים; סטראַשעט מיט אָפּווישן פֿון דער וועלט גאַנצע מדינות...
כינע און רוסלאַנד קאָנען זיך דערלויבן פֿאַרמישפּטן די לײַט, וואָס פֿאָדערן בײַ זייערע רעגירער בלויז זיך האַלטן בײַ די קאָסטיטוציע־רעכט — נישט מער! דער מערבֿ בלאָזט די באַקן. און וואָס קאָן, נעבעך, דער מערבֿ טאָן, אַז מ׳איז צוגעטשעפּעט מיט אַ "גאָלדענער קייט" צו דער כינעזישער עקאָנאָמיע און צום רוסלענדישן נאַפֿט־און־גאַז מיט רערן? אַמאָל זײַנען אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע געווען אַ יש! הײַנט, נאָך דעם שווערן עקאָנאָמישן קריזיס, מוז מען אָפּווישן די ליפּן און שענקען אַ שמייכל.
טעראָר — אַ נײַע סטראַשונקע. נאָך אָנהייב דעם 21סטן יאָרהונדערט האָט מען געקוקט אויף טעראָר פֿון דער ווײַטנס: צו אונדז וועט עס נישט דערגיין. מיר חבֿרן זיך מיט די אַראַבישע לענדער. דערגאַנגען! מיינט איר, אַז מע מאַכט נישט אויף דעם קיין מיליאַרדן, זאָלן זיי אַפֿילו זײַן אײַנגעטונקען אין בלוט...
וואָס טוען קינדער, ווען מע שרעקט זיי? פֿאַרמאַכן די אויגן, ציילן ביז צען און עפֿענען די אויגן ווידער. צען יאָר האָבן מיר אָפּגעציילט, שוין צײַט צו עפֿענען די אויגן.