אויטאָ־פּאָרטרעט פֿון יצחק לעוויטאַן |
יצחק לעוויטאַן (1860—1900) איז אפֿשר איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע רוסישע קינסטלער. רעפּראָדוקציעס פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן באַגלייטן יעדעס קינד פֿון די סאַמע ערשטע שול יאָרן; מען זעט זיי אין לערנביכער פֿאַר רוסישער ליטעראַטור, אין קלאַסצימערן און צומאָל אין אָפֿיציעלע ביוראָען. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז לעוויטאַן האָט אין אַ געוויסן זין אַנטדעקט די רוסישע לאַנדשאַפֿט ווי אַן עסטעטישן און מאָלערישן יש.
אָבער דווקא די דאָזיקע ברייטע פּאָפּולערקייט, דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון לעוויטאַן אין דער רוסישער קולטור שטערט צו זען זײַן אָריגינעלקייט. לעוויטאַן איז פּשוט צו גוט באַקאַנט, מען זאָל קענען באַמערקן אין זײַנע ווערק עפּעס נײַס. אָבער ווען מען קוקט זיך צו צו זײַן לעבן און זײַן שאַפֿונג מיט מער אויפֿמערק, שטויסט מען זיך אָן אויף כּלערליי פֿראַגעס, וועלכע ווערן קוים באַרירט אינעם אָפֿיציעלן נוסח פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע.
צום סאַמע ערשטן איז דאָס דער ענין פֿון זײַן ייִדישקייט. ווי אַזוי האָט אַן אָרעם ייִדיש ייִנגל פֿונעם ליטווישן שטעטל קיבאָרט (הײַנט קיבאַרטײַ אויף דער ליטוויש־פּוילישער גרענעץ) געקאָנט ווערן דער סאַמע באַרימטסטער, מען קאָן זאָגן, דער איקאָנישער, מאָלער פֿון דער רוסישער נאַטור? דער עיקרדיקער עלעמענט פֿון זײַנע לאַנדשאַפֿטן איז אַ קלויסטער, תּמיד מיט אַ בולטן צלם אויבן־אָן, און פֿון דעסטוועגן איז לעוויטאַן קיין מאָל ניט געוואָרן אַ קריסט — הגם קיין אינטערעס צו ייִדן און ייִדישקייט האָט ער אַ פּנים אויך ניט געהאַט.
אויף דער אָזערע |
לעוויטאַנס לעבן איז געווען שווער. אין די יונגע יאָרן פֿאַרלירט ער זײַנע עלטערן און קען קוים פֿאַרענדיקן דעם מאָסקווער לערן־אַנשטאַלט פֿאַר מאָלערײַ און אַרכיטעקטור, אָבער באַקומט ניט דעם געהעריקן דיפּלאָם. ווי אַ ייִד, איז ער צוויי מאָל אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון מאָסקווע, איין מאָל בעת זײַנע שטודיעס אין 1879 און דערנאָך אין 1892, ווען ער האָט זיך שוין קונה שם געווען אין דער רוסישער קונסט. אינטערעסאַנט, וואָס דער מאָסקווער גענעראַל־גובערנאַטאָר, דער גרויספֿירשט סערגיי, וועלכער האָט גורם געווען דעם גירוש־מאָסקווע אין 1891, האָט אין 1899 באַזוכט לעוויטאַנס אַטעליע, כּדי אָפּצוגעבן דעם קינסטלער כּבֿוד.
זײַן גאַנץ לעבן איז לעוויטאַן געווען אַ היימלאָזער נע־ונדניק. ער האָט זיך אַליין פֿאַרגליכן מיטן "אייביקן ייִד", און קיין מאָל ניט געהאַט קיין אייגענע היים. זומערן פֿלעגט ער פֿאַרברענגען אין די מאַיאָנטקעס פֿון זײַנע פֿרײַנד און שטיצער, רוסישע פּריצים. דאָרט האָט ער ליב געהאַט צו וואַנדערן איבער וועלדער און פֿעלדער מיט זײַן הונט און ביקס. ער האָט געהאַט עטלעכע ליבע־אַפֿערעס מיט רוסישע פֿרויען, אָבער קיין מאָל ניט חתונה געהאַט.
זומער, 1894 |
לעוויטאַן האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע קינסטלערישע ירושה, וואָס לאָזט גענוי פֿאָלגן זײַן אַנטוויקלונג ווי אַ מאָלער. ער האָט זיך געלערנט סײַ בײַ דעם עלטערן דור רוסישע קינסטלער פֿון דער ניט־אַקאַדעמישער ריכטונג, דער עיקר, בײַ סאַווראַסאָוו און פּאָלענאָוו, ווי אויך בײַ די פֿראַנצויזישע קינסטלער פֿון דער "באַרביזאָנער שיטה". די מער מאָדערנע אימפּרעסיאָניסטן האָבן אים אַ פּנים געלאָזט גלײַכגילטיק. דאָס וויכטיקסטע איז פֿאַר אים געווען צו בלײַבן געטרײַ דער נאַטור, צו פֿאַרפֿיקסירן דאָס ליכט און די פֿאַרבן אויפֿן לײַוונט פּונקט אַזוי ווי מען זעט עס אין דער ווירקלעכקייט.
אין דעם זין איז לעוויטאַן פֿאַרבליבן אין דער טראַדיציע פֿונעם קלאַסישן רעאַליזם פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און גאַנץ פֿרעמד די נײַע מאָדערניסטישע שטרעמונגען. אָבער דווקא די רוסישע מאָדערניסטן, קודם־כּל, פֿון דער סימבאָליסטישער שיטה, האָבן אים אָנערקענט פֿאַר זייער פֿאָרגייער. וואָלט לעוויטאַן ניט געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־קראַנקייט אינעם רעלאַטיוו יונגן עלטער פֿון פֿערציק יאָר, וואָלט ער זיך מסתּמא דערווײַטערט פֿונעם קלאַסישן רעאַליסטישן סטיל און געוואָרן מער אַבסטראַקט.
די גרויסע אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון לעוויטאַנס ווערק אין מאָסקווער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע, וואָס מערקט אָפּ זײַן 150סטן יוביליי, ברענגט צונויף זײַנע ווערק פֿון פּריוואַטע און עפֿנטלעכע זאַמלונגען פֿון רוסלאַנד און ישׂראל. ווי עס פּאַסט פֿאַרן קאָנסערוואַטיוון רוסישן צוגאַנג, ווערט דער טראָפּ געשטעלט אויף לעוויטאַנס "קאַנאָנישע" ווערק. אָבער הינטער דעם, קאָן מען זען די פֿילזײַטיקייט פֿון לעוויטאַנס קינסטלערישע זוכענישן.
לעוויטאַן איז, על־פּי־טבֿע, געווען אַ מעלאַנכאָליקער, און זײַן מרה־שחורהדיקער וועלטבאַנעם האָט געפֿונען זײַן אויסדרוק אין זײַנע נאַטור־בילדער. זײַן קינסטלערישע בלי־תּקופֿה איז אויסגעפֿאַלן אויף די לעצטע פּאָר יאָר פֿון זײַן לעבן. די לעצטע גרויסע ווערק זײַנע זײַנען דווקא ניט קיין לאַנדשאַפֿטן פֿון זײַנע באַליבטע ערטער אויף דער וואָלגע, נאָר סינטעטישע פּאָרטרעטן פֿון דער רוסישער נאַטור. יעדער עלעמענט פֿאַרמאָגט אַ סימבאָלישן באַטײַט׃ דאָס וואַסער מיינט די פֿליסיקע צײַט, דער קלויסטער — די אייביקייט, בעת די נאַטור סימבאָליזירט די קורצקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן.
מאַרץ, 1895 |
אין דעם זין פֿאַרבלײַבט לעוויטאַן, אפֿשר גאַנץ אומבאַוווּסטזיניקערהייט, אין דעם גערעם פֿון דער ייִדישער טראַדיציע פֿון סימבאָלישן אויסטײַטשן. ער לייענט די נאַטור ווי אַ געהיימע סימבאָלישע שפּראַך, און אַנטפּלעקט אין זײַנע בילדער די סודות פֿון לעבן און טויט. ער טוט עס לויטן טראַדיציאָנעלן מעטאָד פֿון פּרדס. דער רעאַליסטישער פּשט איז צוטריטלעך פֿאַר יעדן איינעם, דאָס זײַנען די באַקאַנטע פּאָסטקאַרטץ־אָנזיכטן פֿון דער רוסישער נאַטור. דער רמז האָט צו טאָן מיט די קינסטלערישע חידושים, מיט זײַן אייגנאַרטיקן סטיל פֿון איבערגעבן דאָס ליכט און פֿאַרבן. דער אויסטײַטש איז די געשיכטע פֿון זײַן לעבן, ווי אַ ליידיקער און איינזאַמער "אייביקער ייִד" אין דער פֿרעמדער רוסישער געזעלשאַפֿט; און דער סוד ווערט אַנטפּלעקט דורך דעם מעטאַפֿיזישן סימבאָליזם פֿון זײַנע לעצטע ווערק.
לעוויטאַן איז געשטאָרבן פֿאַרצײַטיק, און מען קאָן זיך נאָר משער זײַן, ווי אַזוי וואָלט זײַן זשעני זיך אַנטוויקלט אין דער נײַער מאָדערנער אַטמאָספֿער פֿון די 1900ער יאָרן. ער האָט מיטגענומען זײַן לעצטן סוד מיט זיך אין קבֿר אַרײַן, אָבער דער דאָזיקער סוד לעבט ווײַטער אויף זײַנע בילדער.