ליטעראַטור

קודם־כּל, פֿונעם סאַמע ערשטן בליק, דערזעט מען אַז קאַזואַ אַועדאַס מײַסטערווערק איז אויך אַ יאַפּאַניש־קונסטווערק. עס שטייט שטאָלץ און עלעגאַנט, אײַנגעקעסטלט אין אַן אַרומנעמיק קאַרטאָנען קעסטעלע, דעקאָראַטיוו אויסגעכּתבֿעט און באַקעפּלט מיט גרויסע, קידוש־לבֿנהדיקע, יאַפּאַנישע "אותיות", וואָס זייער מיין איז: "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך". דער צונויפֿשטעלער פֿונעם איבערראַשנדיקן (מען וואָלט אַפֿילו געקענט זאָגן "אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן") ווערטערבוך איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן אוניווערסיטעט "פֿוקואָקאַ", וווּ ער לייענט שוין העכער ווי אַ דריטל־יאָרהונדערט לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.

לעת־עתּה האָט שוין פּראָפֿעסאָר אַועדאַ אַרויסגעגעבן עטלעכע וויכטיקע ווערק אינעם שטח פֿון ייִדיש, דהײַנו: אַ ייִדישע גראַמאַטיק, אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דערציילונגען, אַ לערנבוך פֿון ייִדישע אויסדרוקן און אַ בוך שפּראַך־געניטונגען, אַלץ פֿאַר יאַפּאַניש־רעדערס. מען קען זיך משער זײַן פֿון דער גרייס פֿונעם ווערטערבוך אַליין (1,302 זז׳ + 20 זז׳ אויפֿקלערונגען וועגן דעם ווי אַזוי זיך צו באַנוצן מיטן בוך). אַועדאַ גופֿא האָט אַרײַנגעלייגט אין אָט דער אַרבעט גאָר אַ סך יאָרן און געזונט, און דער פֿאַרלאַג "דייגאַקוסוואַרין" — אַן אוצר מיט געלט!


פֿון וואַנען קומען די ווערטער?

פֿון וואַנען שעפּט דער לעקסיקאָלאָג דעם "חומר" (דאָס הייסט, די צענדליקער און צענדליקער טויזנטער ווערטער) וואָס זײַן ווערטערבוך דעפֿינירט אָדער טײַטשט איבער? אַועדאַ נעמט זיי פֿון דרײַ הויפּט־מקורים: (1) פֿריִערדיקע צוויישפּראַכיקע ווערטער־ביכער וואָס זענען אַרויסגעקומען אין משך פֿון די לעצטע 85 יאָר, אָנהייבנדיק מיט האַרקאַוויס באַרימט ווערטערבוך פֿון 1926; (2) אַ מוסטערונג פֿון די וויכטיקסטע זשורנאַלן, ספּעציעל פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און פֿון ישׂראל, דאָס הייסט, פֿון לענדער מיט אַ זייער ספּעציפֿישן ווערטער־אוצר, וועלכע האָבן אין אַ גרויסער מאָס אויך באַווירקט ייִדיש מחוץ זייערע אייגענע גרענעצן, און (3) געקליבענע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס זײַנען געדרוקט געוואָרן איבער דער גאָרער וועלט; בפֿרט אַזעלכע, וואָס זענען שטאַרק פֿאַרשפּרייט געוואָרן מחוץ זייערע אייגענע גרענעצן. אַרום און אַרום, ציילט דאָס בוך מער ווי 20,000 ווערטער און נאָך אַ גרעסערע צאָל פֿראַזעס און ציטאַטעס כּדי אָט די ווערטער צו דערקלערן און אילוסטרירן אויף אַ ניואַנסירטן אופֿן. למשל: בײַם וואָרט "אומזיסט" גיט אַועדאַ ניט נאָר דעם געוויינטלעכן טײַטש, נאָר אויך דעם אויסדרוק "ס׳איז געווען אומזיסט מײַן מי".

אַועדאַ באַמיט זיך אויך צוצופּאַסן זײַן ווערטערבוך פֿאַר די וואָס לייענען די סאָוועטישע ליטעראַטור. דערפֿאַר ברענגט ער דעם "סאָוועטישן" אויסלייג וווּ נאָר ס׳איז נייטיק, ספּעציעל אין פֿאַרבינדונג מיט די העברעיִזמען וואָס זענען בײַ די סאָוועטן (און צווישן די מערסטע לינקע קרײַזן אומעטום) געווען אויסגעלייגט פֿאָנעטיש. נאָר אַלץ איז ביז אַ געוויסער מאָס. פֿאָרט וואַרפֿט ער ניט אַוועק די סוף־אותיות און גיט בײַ זיי אַ צייכנדל, אַז אויף "סאָוועטיש" האָט מען סוף־וואָרט געשריבן דעם אָנגעוויזענעם אות אַזוי ווי עס איז אין מיטן צי אין אָנהייב וואָרט. אַלע העברעיִזמען ווערן אויך טראַנסליטערירט מיט לאַטײַנישע אותיות, כּדי דער לייענער זאָל זיי קענען ריכטיק אַרויסזאָגן. כּדי אַרויסצוהעלפֿן דעם לייענער געפֿינען אין ווערטערבוך אַ העברעיִזם וואָס ער קען שוין פֿון פֿריִער בעל־פּהיק, ברענגט אַועדאַ בײַם סאַמע סוף פֿונעם בוך גאָר אַ לאַנגע רשימה העברעיִזמען געשריבן פֿאָנעטיש. אָט אַזאַ רשימה פֿלעגט "בימים ההם" אויך גענוצט ווערן אין די שרײַבהעפֿטן וואָס אייניקע ייִדיש־וועלטלעכע שולן האָבן צעטיילט צו זייערע תּלמידים. ס׳איז אַ גוטער אײַנפֿאַל וואָס קומט צו הילף דעם אָנהייבער.


צוזאַמען צי באַזונדער?

דער הויפּט־אָרטאָגראַפֿישער אָנשפּאַר איז בײַ אַועדאַן, פֿאַרשטייט זיך, דער ייִוואָ. ער שרײַבט "הײַנט צו טאָג" און ניט "הײַנטצוטאָג", "אַזוי פֿיל" און ניט "אַזויפֿיל", "ווי אַזוי" און ניט "וויִאַזוי", "אַ מאָל" און ניט "אַמאָל" אאַז״וו. ער שרײַבט אומעטום "אויפֿ־" (אויפֿשטיין אין דער פֿרי) און ניט "אופֿן־" צי "אַפֿ־" (ווי אין "אַפֿן שפּראַכפֿראָנט"). ס׳קען גאָר זײַן, אַז אַועדאַ איז דער אויסגעהאַלטנסטער "ייִוואָיִסט" פֿון אַלע אונדזערע לעקסיקאָלאָגן צווישן די וואָס האָבן אין ייִוואָ גופֿא קיין מאָל ניט באַוויזן צו זײַן.


רעטענישן

מיר האָבן אינעם ווערטערבוך געפֿונען מכּל־טובֿ, חוץ דעם ענטפֿער אויף דער שאלה "פֿאַרוואָס דווקא אין יאַפּאַן?" וויפֿל בעלנים אויף אַזאַ ריזיק ווערטערבוך קען מען אין יאַפּאַן געפֿינען? די יאַפּאַנישע שרײַבסיסטעם איז אַ קאָמפּליצירטע און וועט זיך ניט פֿאַרשפּרייטן אין קיין שום אַנדערע לענדער. דאָס זעצן אַזאַ דרײַשריפֿטיק בוך איז אויך ניט פֿון די ביליקע זאַכן. די זײַטלעך זענען זייער שיין אויסגעשטעלט. דאָס וואָס פֿאַר ייִדיש האָט מען אַפֿילו צוויי פֿאַרשיידענע שריפֿטן, אַ בולטערע (פֿאַר די זוכווערטער) און אַ דינערע (פֿאַר די פֿראַזעס) איז נאָך אַ גרויסע מעלה און העלפֿט, אַז מען זאָל זיך ניט פֿאַרלירן אין די לאַנגע שפּאַלטן פֿונעם בוך. און דאָס אַלץ העכערט נאָך מער די הוצאָות פֿון אַרויסגעבן דאָס ווערק.

בײַ אַ מתּנה איז ניט איידל צו פֿרעגן "מה־יקר?" האָב איך געבעטן מען זאָל זיך נאָכפֿרעגן בײַם פֿאַרלאַג אַליין. דער ענטפֿער איז געווען גאָר אַן אומגעריכטער: קנאַפּע $800. יאָ, איר האָט ריכטיק איבערגעלייענט, $800. נאָר אַפֿילו דאָס ענטפֿערט ניט אויף דער תּוכיקער פֿראַגע: פֿאַרוואָס דווקא אין יאַפּאַן?

אין אַ צײַט ווען אין אַמעריקע פֿאַרמאַכן זיך יעדע וואָך שפּראַכקורסן, און אַפֿילו שפּראַך־אָפּטיילן אין די אוניווערסיטעטן; ווען מען זאָגט ממש אָפּ שפּראַך־לערערס פֿון די פּאָסטנס און קיין נײַע אויף זייערע ערטער שטעלט מען ניט אָן, אין אַזאַ צײַט קען מען אין יאַפּאַן נאָך געפֿינען אַ פֿאַרלאַג וואָס זאָל אַרויסגעבן אַן 800 דאָלאַרדיקן ווערטערבוך? קיין אַנדערע אוניווערסיטעטישע ייִדישקורסן אין יאַפּאַן, חוץ פֿון אַועדאַס, זענען ניט פֿאַראַן. אפֿשר איז דאָרטן פֿאַראַן אַ מעצענאַט מיט אַ באַזונדער וואַרעם געפֿיל צו אַועדאַן און צו זײַן ווערטערבוך? אפֿשר? אַועדאַ, אין זײַן "וואָרט פֿריִער", באַדאַנקט קאָלעגעס וואָס זענען אים אַנטקעגנגעקומען מיט עצות. צווישן אַלעמען טיילט ער אויס איינעם, אַ פּראָפֿעסאָר האַטאַ, וועלכער האָט תּמיד נאָכגעפֿאָלגט זײַן אַרבעט מיט "גרויס אינטערעס און אונטערשטיצונג" און וועלכער האָט אים, אַועדאַן, פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן פּרעזידענט פֿונעם פֿאַרלאַג וואָס האָט איצט אַרויסגעגעבן אָט דאָס קאָסטבאַרע בוך. די יאַפּאַנער זענען בטבֿע זייער אַ דרך־ארצדיק (אַ ריטועל דרך־ארצדיק) פֿאָלק און ס׳קען זײַן, אַז הינטער אָט די עטלעכע דרך־ארצדיקע דאַנקזאָגונגען שטעקט דער ענטפֿער אויף מײַן שאלה. אפֿשר.


הלוואַי אויף אונדז געזאָגט געוואָרן!

נאָר אפֿשר אַהין און אפֿשר אַהער, קיין ענטפֿער איז עס ניט! בײַ אונדז ליגט שוין יודל מאַרקס ניט פֿאַרענדיקטער "גרויסער ווערטערבוך" גאַנצע 36 יאָר און וואַרט אויף אַ ישועה. צו ביסלעך גרייטן זײַנע ידידים צום דרוק אויך דעם ווערטערבוך פֿון "ייִדיש פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט", וואָס מרדכי שעכטער ע״ה האָט ביז זײַן לעצטער מינוט געאַרבעט דערויף. אפֿשר וועט אונדז אויך געשען אַ נס און אַ מעצענאַט וועט זיך צעשמייכלען און זיך מרחם זײַן אויף אונדזערע ניט־געבוירענע, און כּמעט געבוירענע, ווערטערביכער.

דערווײַל, "אַ גרויסן יישר־כּוח" דעם ענערגישן, פֿעיִקן און אין ייִדיש פֿאַרליבטן קאַזואַ אַועדאַן! זאָל ער זײַן געזונט און שטאַרק — עד־מאה־ועשׂרים — כּדי ער און מיר אַלע זאָלן נאָך דערלעבן צו שעפּן כּסדר נײַעם נחת פֿון זײַנע ביכער און מאמרים! כּה לחיי!