פּובליציסטיק
אַ גרופּע רעכט־ליניקע אַקטיוויסטן דריקן אויס זייער שטיצע פֿאַרן רבֿס בריוו, וואָס פֿאַרווערט ייִדן צו פֿאַרקויפֿן אָדער דינגען הײַזער צו נישט־ייִדן
אַ גרופּע רעכט־ליניקע אַקטיוויסטן דריקן אויס זייער שטיצע פֿאַרן רבֿס בריוו, וואָס פֿאַרווערט ייִדן צו פֿאַרקויפֿן אָדער דינגען הײַזער צו נישט־ייִדן
Credit: Getty Images

עס פֿירט זיך אין קאָמערציעלע געשעפֿטן, אין רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, אַז "מע נעמט" אַן אינווענטאַר־ציילונג, אַ סך־הכּל, פֿון די אַנטוויקלונגען און געשעענישן פֿון זייערע אינטערעסן אין דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר.

אויך אין פּריוואַטן לעבן מאַכן מענטשן אַ סך־הכּל, און מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון פֿון דעם וואָס עס איז געשען מיט זיי אין דעם אַלטן יאָר און וווּ זיי האַלטן מיט זיך אין די טעג, ווען מיר שטייען פֿאַר דעם אָנקומענדיקן נײַעם יאָר.

אומעטום, איבער דער גאָרער וועלט, האָט מען מיט צוויי נעכט צוריק געפּראַוועט הוליאַנקעס, געטרונקען און געגעסן, געטאַנצט און "געבאַלעוועט", זיך געלאָזט וווילגיין מיט פֿרייד, עקזאַלטאַציע און "הו־האַ", ווען מען האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט דעם פֿאַרגייענדיקן אַלטן קאַלענדאַר־יאָר, און באַגעגנט דעם נײַעם אָנקומענדיקן יאָר 2011.

פֿאַר אונדז אין ישׂראל איז דאָס יאָר 2010 געווען אַ שווערס און זייער טרויעריקס, אַ יאָר פֿול מיט קאַטאַסטראָפֿעס, קאַטאַקליזם, פּאָליטישע און עקאָנאָמישע קריזיסן, אַלגעמיינע און פּערזענלעכע פּראָבלעמען, צרות און דאגות אָן אַ שיעור.

דאָס יאָר 2010 וועט בלי־ספֿק, פֿאַרשריבן ווערן אין אונדזער געשיכטע ווי אַ יאָר פֿון אַנטוישטע האָפֿענונגען, ניט־רעאַליזירטע קאָלעקטיווע און פּערזענלעכע פּלענער.

דער פּלאַץ אין אונדזער צײַטונג פֿאַרן "בריוו פֿון ירושלים" איז ליידער באַגרענעצט, כּדי איך זאָל קענען אויסרעכענען און באַשרײַבן אַלע וויכטיקע פּראָבלעמען און געשעענישן, וואָס זענען געשטאַנען פֿאַר אונדז אין לאַנד, מיט וועלכע מיר האָבן זיך געראַנגלט אין דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר.

די מערסטע פֿון זיי זענען זיכער גוט באַקאַנט צו אונדזערע לייענער. אין דעם הײַנטיקן בריוו וועל איך באַהאַנדלען בלויז עטלעכע פֿון זיי:

דאָס יאָר האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער האָפֿענונג, אַז אפֿשר, אפֿשר, וועט זיך דאָך אַ ריר טאָן עפּעס פּאָזיטיווס אין דער ריכטונג פֿון שלום מיט אונדזערע שכנים, די פּאַלעסטינער.

מיט דער דערוויילונג פֿון נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָבן זיך אָנגעהויבן רײַזעס הין און צוריק קיין וואַשינגטאָן, צו באַגעגענען און באַהאַנדלען מיט אים און מיט זײַן נײַער אַדמיניסטראַציע, ווי אַזוי צו געפֿינען אַ לייזונג צו אונדזערע אָנגייענדיקע, ווייטיקלעכע, אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער בפֿרט און מיט דער אַראַבישער וועלט אַרום אונדז בכלל.

מיר האָבן געהאָפֿט, אַז פֿון זײַנע צוזאָגן און מיט זײַן פֿרישער ענערגיע און אַמביציעס, וועט אפֿשר קומען אַ געוויסע ענדערונג צום גוטן, און מיר וועלן דערגרייכן דעם געגאַרטן שלום מיט אונדזערע שכנים.

ליידער האָט זיך "אויסגעלאָזט אַ בוידעם". אַבו מאַזען, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, זײַנע אַרויסהעלפֿער און ראַטגעבער זענען אײַנגעעקשנט, און ניט גרייט אָנצונעמען די פֿאַרשיידענע פֿאָרשלאָגן און פּלענער, וואָס אָבאַמאַס שליחים האָבן זיי געבראַכט פֿון וואַשינגטאָן. אַפֿילו ביבי נתּניהוס פּלאַן פֿאַר צוויי זעלבשטענדיקע מדינות — אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע אין די ראַמען פֿון געמיינזאַם באַשטימטע גרענעצן, האָבן זיי ניט אָנגענומען. זייערע פֿאָדערונגען און אַמביציעס, זייערע אַפּעטיטן האָבן ניט קיין גרענעץ, זיי מערן זיך און וואַקסן מיט יעדן טאָג און מיט יעדן חודש...

דערווײַל וואַקסט און שטאַרקט זיך בײַ אונדז אין לאַנד אויך די עקסטרעם־רעכטע מחנה, בראָש מיט דעם פֿאַרביסענעם פֿאַנאַטישן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן און זײַנע נאָענטע אַרויסהעלפֿער, וואָס זענען קעגן אַוועלכן עס איז קאָמפּראָמיס מיט די אַראַבער.

ווי עס ווײַזט אויס, וועלן מיר דאַרפֿן וואַרטן נאָך אַ לענגערע צײַט (חלילה, אפֿשר יאָרן), ביז מיר וועלן דערלעבן צו זען די ליכטיקע שײַן פֿון אַ מעגלעכן סוף צו אונדזער שווערער פּאָליטישער מערכה דאָ אין לאַנד גופֿא, און אונדזער מצבֿ אויף דער אַלגעמיינער, צווישנפֿעלקערלעכער אַרענע בכלל.


* * *

במשך דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן מיר דערפֿאַרן אַן אויפֿשטײַג פֿון אַן אָפֿענער, אַנטיאַראַבישער קאַמפּאַניע מצד אַ גאָר גרויסער מחנה רבנים אין לאַנד, וואָס האָט אונדז אַלעמען פֿאַרשאַפֿט ניט ווייניק בושה און חרפּה.

עס האַנדלט זיך וועגן דעם שענדלעכן בריוו, וואָס 50 רבנים אין לאַנד האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער פּרעסע און אין אַלע קאָמוניקאַציע־מיטלען, אַ רוף אַז ייִדן זאָלן ניט פֿאַרדינגען אָדער פֿאַרקויפֿן זייערע הײַזער און באָדן צו ניט־ייִדן, באַזונדערס ניט צו אַראַבער, וועלכע ווילן באַהערשן ייִדיש אייגנטום אין ייִדישע שטעט און ייִשובֿים איבערן לאַנד.

דער דאָזיקער אָפֿענער דיסקרימינאַטאָרישער אַנטיאַראַבישער רוף איז עפֿנטלעך אַרויס פֿון צפֿת, בראָש מיט דעם דאָרטיקן רבֿ, הרבֿ שמואל אליהו, וועלכער האָט אַפֿילו געפֿונען אַן אַסמכתּא, אַ באַווײַז אין דעם שולחן־ערוך און בײַם רמב״ם, וואָס זאָגט אָן אַז "ייִדן זאָלן חס־וחלילה ניט פֿאַרקויפֿן ייִדיש אייגנטום אין לאַנד צו אַ גוי".

דער דאָזיקער חרדישער אַנטיאַראַבישער רוף האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע און שאַרפֿע רעאַקציע און קריטיק מצד פֿאַרשיידענע קרײַזן און פּערזענלעכקייטן אין לאַנד. אַפֿילו מעסיקע רבנים האָבן זיך אָפּגעשיידט און קריטיקירט דעם דאָזיקן רוף. אויך פּאָליטישע און רעגירונגס־פּערזענלעכקייטן זענען אַרויסגעקומען מיט עפֿנטלעכע דערקלערונגען קעגן דעם דאָזיקן העסלעכן בריוו.

זיי אַלע ווײַזן אָן, אַז עס האָט געבראַכט שאָדן אין די באַמיִונגען צו דערגרייכן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט אונדזערע אַראַבישע מיטבירגער און עס האָט ממש "אַרײַגעשפּילט" אין די הענט פֿון די שׂונאים פֿון אונדזער לאַנד בפֿרט, און אונדזער ייִדיש פֿאָלק בכלל, וואָס ברענגט זיי נוצן אין זייער אַנטי־ישׂראל־פּראָפּאַגאַנדע.

ניט געקוקט אויף דעם אַלעם, איז מיט עטלעכע וואָכן צוריק פֿאָרגעקומען אַ שטורמישע מאַסן־דעמאָנסטראַציע פֿון טויזנטער חרדים און זייערע נאָכפֿאָלגער אין כּיכּר־ציון, אין ירושלים. מען האָט געהערט העצערישע דרשות פֿון רבנים און פֿון עקסטרעמע כּנסת־דעפּוטאַטן. מען האָט געבלאָזן שופֿר און געזאָגט קאַפּיטלעך תּהילים, אָפּצושרײַען די גזירה, די געפֿאַר פֿון דערנענטערן זיך און צוזאַמענלעבן מיט די אַראַבישע שכנים, וואָס "וועט זיכער פֿירן צו אַסימילאַציע און אונטערגאַנג פֿון אונדזער פֿאָלק".


* * *

אויך די ווײַבער, די רביצינס פֿון די רבנים, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן דעם העצערישן בריוו, זענען אַרויסגעקומען מיט אַ באַזונדערן בריוו, וואָס האָט גערופֿן: "געוואַלד ייִדישע טעכטער, ראַטעוועט זיך, מײַדט אויס צו קומען אין קאָנטאַקט מיט אַראַבישע מענער, אַרבעט ניט אין פּלעצער וווּ עס זענען באַשעפֿטיקט אַראַבישע יונגע־לײַט".

זיי וואָרענען יונגע מיידלעך, אַז אַ סך יונגע אַראַבער האָבן אָנגענומען העברעיִשע נעמען — יוסף אַנשטאָט יוסופּ, סאַמי אַנשטאָט סאַמיר, עמי אַנשטאָט אַכמאַד, אַז זיי באַמיִען זיך צו געפֿעלן ווערן בײַ ייִדישע מיידלעך און זיי זאָגן צו "גאָלדענע גליקן".

"אין מאָמענט ווען איר וועט אַרײַנפֿאַלן אין זייערע הענט, וועלן אײַערע לעבנס זײַן אין געפֿאַר, זיי וועלן אײַך שעלטן, שלאָגן און דערנידעריקן", וואָרענען די 27 רביצינס, ייִדישע טעכטער אין זייער עפֿנטלעכן בריוו.

קעגן די דאָזיקע אַנטיאַראַבישע בריוו האָבן זיך שאַרף אַרויסגעזאָגט פּרעמיער־מיניסטער נתּניהו, דער כּנסת־פֿאָרזיצער ראובֿן ריבלין און דער זיכערהייט־מיניסטער און פֿאָרזיצער פֿון דער אַרבעטס־פּאַרטיי אהוד ברק (באַראַק).

אָט זענען עטלעכע ציטאַטן פֿון זייער שאַרפֿער קריטיק:

בעת דער סעסיע פֿון כּנסת, געווידמעט דעם "אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון מענטשנרעכט", האָט ראובֿן ריבלין געטאַדלט דעם "נאַרישן בריוו" פֿון די רבנים, אַז זיי שעדיקן די פֿונדאַמענטאַלע רעכט פֿון די אַראַבער און עס איז אַ זינד קעגן די אַראַבישע ישׂראל־בירגער.

... "אויב אַזאַ דערקלערונג וואָלט געמאַכט געוואָרן אין די גלות־לענדער קעגן ייִדן, וואָלט עס זיכער אויפֿגערודערט אונדז אַלעמען אין ישׂראל... די דאָזיקע רבנים מיינען, אַז זיי ראַטעווען דאָס ייִדישע פֿאָלק, מיט זייער פֿאַררופֿן זיך אויף דער הלכה און אויף דעם רמב״ם. מיט זייער טאַט גראָבן זיי אונטער אונדזער עקסיסטענץ אין לאַנד", האָט ריבלין געזאָגט.

דער זיכערהייט־מיניסטער אהוד ברק האָט זיך שאַרף אויסגעדריקט קעגן דעם בריוו פֿון די רביצינס, וואָס האָבן גערופֿן ייִדישע טעכטער, חס־וחלילה, ניט חתונה האָבן מיט אַראַבער.

ער האָט דערקלערט, אַז די בריוו פֿון די רבנים און פֿון די רביצינס איז אַ טייל פֿון דעם ראַסיזם, וואָס דראָט אַרײַנצושלעפּן אונדזערע ייִדישע מאַסן אין ישׂראל אין פֿינצטערע, סכּנותדיקע פּלעצער.

"מיר שטרעבן צו אַ דערנענטערונג פֿון עטנישע גרופּעס, באַזונדערס די אַראַבישע בירגער פֿון ישׂראל, אין גײַסט פֿון דער דעקלאַראַציע פֿון דער זעלבשטענדיקייט פֿון מדינת־ישׂראל".


* * *

דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעזידענט משה קצבֿ אין אַ ירושלימער געריכט
דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעזידענט משה קצבֿ אין אַ ירושלימער געריכט
Credit: Getty Images

אין די לעצטע טעג פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט גאַנץ ישׂראל, און אויך דאָס ייִדישע פֿאָלק אין די תּפֿוצות איבערגעלעבט אַ מישפּט אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז געריכט, וואָס וועט זיכער פֿאַרשריבן ווערן אין אונדזער געשיכטע, ווי אַ געשעעניש וואָס האָט פֿאַרשוואַרצט אונדזערע פּנימער און געבראַכט צו שאַנד און צו שפּאָט אונדזער מדינה.

אונדזער געוועזענער נשׂיא (פּרעזידענט) משה קצבֿ איז באַשולדיקט געוואָרן פֿון די שופֿטים אין קרײַזגעריכט, ווי אַ פֿאַרגוואַלדיקער, געשלעכטס־פֿאַרברעכער, ווי אַ ליגנער און פֿעלשער, ווי אַן "אַלץ וואָס אין דער קאָרט".

מיר האָבן מיט קלאַפּנדיקע הערצער נאָכגעפֿאָלגט אויף דער טעלעוויזיע און אויף דעם ראַדיאָ, דאָס לייענען פֿון דעם פּסק־דין, דעם אורטייל, פֿון די שופֿטים אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַזגעריכט, און ניט געקענט גלייבן אונדזערע אויגן און אונדזערע אויערן, וואָס מיר האָבן געזען און געהערט.

איך בין זיכער אַז אונדזערע לייענער פֿון נאָענט און ווײַט האָבן דאָס זעלבע אויך איבערגעלעבט.

די פּרעסע אין ישׂראל און אין אויסלאַנד האָט עס ברייט געשילדערט, מיט אַלע פּרטים און ניואַנסן. עס איז איבעריק פֿאַר מיר דאָס צו באַשרײַבן.

די דאָזיקע געשעעניש איז געווען, בלי־ספֿק, איינע פֿון די באַדויערנדיקע הויפּט־קאַפּיטלעך אין אונדזער אַוועקגייענדיקן קאַלענדאַר־יאָר 2010!

איך ווינטש אַלע אונדזערע לייענער אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות, אַ בעסערן, פֿריילעכן, געזונטן און גליקלעכן נײַעם יאָר 2011!