פּערזענלעכקײטן
מיכאָעלס אין דער פּיעסע "קיניג ליר", 1935
מיכאָעלס אין דער פּיעסע "קיניג ליר", 1935
Forward Association

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען אין ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ-אונטערנעמונג, און שוין נאָך אָפּדברן מײַנס האָב איך, זיצנדיק אין זאַל, זיך דערמאָנט, ווי מיר איז אויסגעקומען אָפּצומערקן עפּעס אַ דאַטע, פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן — אָדער זײַן געבוירנטאָג אָדער דעם טאָג פֿון זײַן טראַגישן טויט. געווען איז עס אין מאָסקווע, אין 1988 אָדער 1989, דאָס הייסט, אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". מאָדנע יאָרן זײַנען עס געווען: פֿון איין זײַט איז שוין אַ סך דערלויבט געוואָרן צו טאָן, אָבער גלײַכצײַטיק האָט נאָך אַלץ געאַרבעט די גאַנצע סאָוועטישע סיסטעם, מיט דער פּאַרטיי, קיי-דזשי-בי און אַנדערע זאַכן.

בין איך געפֿאָרן אין דאָנסקוי מאָנאַסטיר. דאָרטן איז דאָס גוטע-אָרט (וואָס איז — לכל-הפּחות דעמאָלט — געווען ניט קריסטלעך און בכלל ניט רעליגיעז), צום קבֿר פֿון דעם קינסטלער. ווען איך בין אָנגעקומען, האָב איך גלײַך דערזען בײַם אַרײַנגאַנג עטלעכע קיי-דזשי-בי-לײַט. זיי זײַנען געווען ציוויל אָנגעטאָן, אָבער קיין סוד פֿון זייער שליחות האָבן זיי ניט געמאַכט. האָב איך בײַ זיי געפֿרעגט, וווּ ס'איז דערלויבט געווען איבערצולאָזן אַן אויטאָ, און איינער פֿון זיי האָט מיר העפֿלעך אָנגעוויזן אויף אַזאַ אָרט.

בײַם קבֿר האָבן זיך צונויפֿגעקליבן צוואַנציק צי דרײַסיק מענטשן. עמעצער — אפֿשר וועלוול טשערנין, דער יונגער מיטאַרבעטער פֿון דעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און אַ ייִדישער אַקטיוויסט — האָט גערעדט. פֿילמירט האָט מען אונדז אויף צוויי פּראָפֿעסיאָנעלע קינאָ-קאַמערעס. איינע האָט געהערט צו עפּעס אַן אויסלענדישער טעלעוויזיע-קאָמפּאַניע, און די צווייטע איז געווען אין די הענט פֿון קיי-דזשי-בי-לײַט.

בכלל, אַרום שלמה מיכאָעלסעס נאָמען האָט זיך געבויט אַ טייל פֿון דער ייִדישער אויפֿלעבונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ סך טאַראַראַם האָט מען געמאַכט בײַם עפֿענען אין מאָסקווע דעם מיכאָעלס-צענטער. דאָס איז פֿאָרגעקומען אין פֿעברואַר 1989. ייִדישע פּני זײַנען דעמאָלט געקומען פֿון דער גאָרער וועלט, אָבער קיין ממשותדיקער המשך איז פֿון דעם ענין ניט אַרויס. איך האָב שוין געשריבן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק וועגן דעם בטלנות, וואָס דער וועלטלעכער סעקטאָר (אין פֿאַרגלײַך מיט די ליובאַוויטשער) האָט געוויזן אין רוסלאַנד. און דער מיכאָעלס-צענטער איז געוואָרן נאָך איין לאָקאָמאָטיוו, אין וועלכן כּמעט די גאַנצע ענערגיע איז גלײַך אַוועק מיט דעם סאַמע ערשטן פֿײַף.

שלמה מיכאָעלס רעדט בײַ אַן אָוונט לכּבֿוד דעם קאָמיקער טשאַרלי טשאַפּלין, 1946
שלמה מיכאָעלס רעדט בײַ אַן אָוונט לכּבֿוד דעם קאָמיקער טשאַרלי טשאַפּלין, 1946
Forward Association

איך בין ניט זיכער, צי דעם ייִנגערן דור אין רוסלאַנד און אויסלאַנד איז שלמה מיכאָעלסעס נאָמען גוט באַקאַנט. עלטערע מענטשן, בפֿרט אין אַמעריקע און קאַנאַדע, געדענקען זײַן נאָמען; דער עיקר, צוליב דער נסיעה, וועלכע ער און דער דיכטער איציק פֿעפֿער האָבן געמאַכט אין צפֿון-אַמעריקע אין יאָר 1943. זיי זײַנען דעמאָלט געקומען ווי פֿאָרשטייער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אין וועלכן מיכאָעלס איז געווען דער פֿאָרזיצער. איצט פֿאַרגעסט מען געוויינטלעך, אַז גאָר ניט פֿאַר אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זײַנען זיי געווען אָנגעלייגטע געסט. די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה האָט מיט דער סאָוועטישער דעלעגאַציע קיין מגע-ומשׂא ניט געוואָלט האָבן. דאָס זעלבע איז געווען מיטן "אַרבעטער-רינג".

די טענה, וואָס מע האָט געהאַט צום מיכאָעלס-פֿעפֿער-שליחות, איז געווען, אין תּוך אַרײַן, אַ באַרעכטיקטע. עס וואָלט דאָך געווען נאַיִוו צו קוקן אויף די צוויי לײַט ווי אויף פֿאָרשטייער פֿון דעם סאָוועטישן ייִדנטום. קיינער, אַ חוץ דעם רעגירונג-אַפּאַראַט, האָט דאָך זיי ניט אויסגעקליבן פֿאַר אַזאַ שליחות. און מיטן סאָוועטישן מלוכה-אַפּאַראַט האָט דער "פֿאָרווערטס" ניט געוואָלט האָבן קיין שום פֿאַרבינדונגען. דערווײַל האָט מען זיך אויסגעלאַכט פֿון שלום אַשן, פֿאַר זײַן אַרומטראָגן זיך מיט די סאָוועטישע געסט. אַש איז צו יענער צײַט געוואָרן טריף בײַם "פֿאָרווערטס" — אַב. קאַהאַן האָט דעם שרײַבער ניט געקענט מוחל זײַן די קריסטלעכע ראָמאַנען זײַנע. בײַם אָפּלאַכן פֿון אַשן האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען אים וועגן איציק פֿעפֿערס סאַטירישן ליד "אַש שאַ", אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן, ווען אַש איז געווען טריף אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד:


בײַם שוואַרצן אַדאָלף

און בײַ אַלע בײַ זיי

איך וואָלט אײַך געמאַכט

פֿאַרן ערשטן לאַקיי.


איך וואָלט געשאָנקען

דעם ערלעכסטן טשין.

איך וואָלט אײַך געמאַכט

פֿאַר אַ טשין אין בערלין.


פֿאַר וועלכע פֿאַרדינסטן?

פֿאַר וועלכע זינד?

ניט רויטלט זיך פּאַניע

איר האָט עס פֿאַרדינט.


מיכאָעלס אין דער פּיעסע "דער טויבער"
מיכאָעלס אין דער פּיעסע "דער טויבער"
Forward Association

איך קען אַ סך שרײַבן וועגן דעם פֿײַנטלעכן ברוך-הבא, וואָס די סאָוועטישע דעלעגאַטן האָבן באַקומען אויף די זײַטלעך פֿונעם "פֿאָרווערטס". אָבער איך וועל דערמאָנען בלויז איין אַרטיקל, פֿון דעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער דוד איינהאָרן. דעם 17טן יולי 1943 איז אַרויס זײַן עסיי "ווייס דער עולם דעם אמת וועגן דער סאָוועטישער דעלעגאַציע?" צווישן אַ סך "אמתן" האָט איינהאָרן אויך דערמאָנט דעם אַנטיסעמיטישן אונטערשלאַק פֿון דעם שליחות, ווײַל דער פֿאַקט אַליין פֿון שיקן דווקא ייִדן, ניט אוקראַיִנער אַ שטייגער, האָט אַנטפּלעקט (לכל-הפּחות פֿאַר איינהאָרנען) דעם אימאַזש, וועלכן מע האָט געהאַט אין מאָסקווע וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן: אַז זיי דאָמינירן אין דער פּרעסע, ראַדיאָ, קינאָ, און האָבן אַ גוואַלדיקע קאַפּיטאַליסטישע מאַכט.

אין "פֿאָרווערטס" זײַנען אַזעלכע מענטשן ווי שלמה מיכאָעלס כּשר געוואָרן נאָר אין די 1970ער יאָרן, בעת דעם ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה. אָבער דעמאָלט האָט מען פֿאַרגעסן, אָדער מע האָט געמאַכט אַן אָנשטעל פֿון פֿאַרגעסן, אַז מיכאָעלס, ווי אויך איציק פֿעפֿער, דוד בערגעלסאָן וכ', זײַנען געווען געטרײַע סאָוועטישע בירגער און אומגעקומען זײַנען זיי ניט צוליב זייער אָפּאָזיציע צו סטאַלינען. שלמה מיכאָעלסן האָט מען אומגעבראַכט אין יאַנואַר 1948, ווײַל אַזאַ טבֿע האָט סטאַלינס טיראַניע געהאַט — פּטור ווערן פֿון געטרײַע סאָוועטישע מענטשן, אויב זיי האָבן געשטערט צו רעאַליזירן געוויסע פּלענער.