יעלענאַ לאָבאַנאָוואַ — אַ פּראַוואָסלאַוונע רוסישע פּאָעטעסע, וועלכע זעצט איבער די ציגײַנערישע לידער פֿונעם ייִדישן פּאָעט ישׂראל נעקראַסאָוו. אַ בילד פֿון דער וועבזײַט "stihi.ru" |
לויט אַ באַקאַנטן ווערטל, טאָר מען נישט אָפּשאַצן אַ בוך לויט זײַן טאָוול. דער איינציקער אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל זענען די אילוסיטרירטע קונסט־אויסגאַבעס. ס׳רובֿ קלאַסישע ווערק פֿון וועלט־ליטעראַטור ווערן געדרוקט דווקא מאָנאָטאָניש־באַשיידן; אַדרבה, שרײַענדיקע בונטע טאָוולען זענען אָפֿט אַ סימן פֿון שונד־ביכער.
וואָס קאָן מען זאָגן, אָבער, ווען אַ בוך האָט בכלל נישט קיין טאָוול, און אַפֿילו נישט קיין זײַטן אינעם טראַדיציאָנעלן זין פֿון וואָרט; און ווערט פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, אַנשטאָט דער געוויינטלעכער פּאַפּיר־פֿאָרעם? אַ טייל ליטעראַטור־קריטיקער — אַפֿילו די, וואָס פֿאַרשטייען גאַנץ גוט דאָס דערמאָנטע שפּריכווערטל — באַציִען זיך צו דער נעץ־ליטעראַטור נאָך אַלץ מיט אַ חשד. די רוסישע לייענער האָבן לעצטנס צוגעטראַכט אַ ספּעציעל וואָרט, "сетература" — כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דער "אינטעראַטור" און די קאָנווענציאָנעלע פּאַפּירענע ביכער.
די "אינטעראַטור" ווערט כאַראַקטעריזירט מיט געוויסע אייגנשאַפֿטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די ספּעציפֿישע מעלות פֿון קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס. אַ סך אינטערנעץ־שאַפֿונגען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ היפּערטעקסט — אַ "לאַבירינט" פֿון פֿאַררופֿונגען. דער לייענער קאָן געבן אַ קוועטש אויף געוויסע ווערטער און פֿראַזעס, וועלכע שיקט אים אָפּ צו אַן אַנדער טייל פֿונעם בוך אָדער גאָר צו אַן אַנדער וועבזײַט. עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז מע גיט אַ קוועטש, דערנאָך נאָך אַ מאָל — און צום סוף, לאָזט מען זיך אין אַ פֿרײַער נסיעה איבער דער אינטערנעץ, פֿאַרגעסנדיק דאָס בוך, פֿון וועלכן מע האָט אָנגעהויבן.
אַן אַנדער באַזונדערקייט פֿון דער אינטערנעץ־ליטעראַטור איז קאָלעקטיווע שאַפֿונגען און דינאַמישקייט. די מחברים פֿירן אָפֿט דיסקוסיעס מיט די קריטיקער און בײַטן דעם טעקסט אויפֿן אָרט, גיבן צו נײַע פֿראַגמענטן, וואָס עמעצער לייגט זיי פֿאָר. דער חילוק צווישן די אויטאָרן און די לייענער ווערט צומאָל אינגאַנצן בטל; נישט זעלטן ווערן די טעקסטן געשאַפֿן אויף דער אינטערנעץ דורך אַ גאַנצן קאָלעקטיוו.
יעדער ווייסט, אַז די אינטערנעץ איז אָנגעפֿילט מיט נאַרישער גראַפֿאָמאַניע. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון די טראַדיציאָנעלע פּאַפּירענע ביכער, טאָר מען אָבער נישט אָפּשאַצן די ביכער לויט זייער טאָוול און אַוועקמאַכן דעם גאַנצן זשאַנער פֿון וועב־ליטעראַטור. אַדרבה, ווערן די סאַמע פֿרישסטע, אָריגינעלסטע און באַגאַבטטע ווערק אויך געשאַפֿן גאַנץ אָפֿט דווקא אויף דער אינטערנעץ. מע מוז אָבער וויסן די ריכטיקע נעמען פֿון גוטע שרײַבער, כּדי זיי אָפּצוטיילן פֿונעם ריזיקן ים גראַפֿאָמאַנען.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָט דער מחבר פֿון די שורות נאָכגעפֿאָלגט די שאַפֿונג פֿון אַ בוך, וואָס מײַנע אַ באַקאַנטע, די מאָסקווער ציגײַנערישע פּאָעטעסע, פּראָזאַיִקערין און קולטור־טוערין ליליט מאַזיקינאַ, שרײַבט איצט אויף דעם פּאָפּולערן רוסישן ליטעראַרישן וועב־פּאָרטאַל "prozaru.com" — אַ ספּעציעל אָרט, וווּ די אינטערנעץ־פּראָזאַיִקער קאָנען אַרויסשטעלן זייערע ווערק.
די מעשׂה קומט פֿאָר אין אַן אַלטערנאַטיווער וועלט, וווּ די עסטרײַך־אונגאַרישע אימפּעריע איז זיך געפֿאַלן ביז די 1990ער יאָרן. ביידע וועלט־מלחמות זענען נישט געשען; די נאַציס זענען קיינמאָל נישט געקומען צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד. מיליאָנען ייִדן און ציגײַנער וווינען נאָך אַלץ אין גאַליציע און בוקאָווינע. אין הסכּם מיטן פֿאָלקלאָרישן גײַסט פֿון דער פֿאַרצײַטישער טראַנסילוואַניע, לעבן צווישן די שפּליטערס פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע אַ צווייטע באַהאַלטענע אַלטערנאַטיווע וועלט — פֿון וואַמפּירן. די אינטערנעץ־לייענער — ציגײַנער, ייִדן, אוקראַיִנער און אַנדערע — גיבן כּסדר עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן דאָס בוך. פֿון טאָג צו טאָג זעט, ווי דאָס ווערק ווערט אויסגעשליפֿן, ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ לעבעדיקן דיאַלאָג צווישן דער שרײַבערין און די לייענער. עס באַקומט זיך גאָר אַ פֿאַרכאַפּנדיקער ראָמאַן, וואָס אַ סך פֿאַרלאַג וואָלטן פּובליקירט מיט פֿאַרגעניגן.
עטלעכע רוסישע וועבזײַטן זענען ספּעציעל געשאַפֿן געוואָרן, כּדי צו געבן די אינטערנעץ־באַנוצער אַן אָפֿענעם פּלאַץ צו פּובליקירן זייערע פּאָטעישע ווערק. איין אַזאַ אָרט איז "stihi.ru". אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון ענלעכע פּראָזאַיִשע וועבזײַטן, מוז מען וויסן די ריכטיקע נעמען, כּדי זיך נישט צו פֿאַרבלאָנדזשען אינעם ריזיקן אָקעאַן פֿון ווילדער גראַפֿאָמאַניע. איבער 325 טויזנט מחברים זענען רעגיסטרירט אויף דער דאָזיקער וועבזײַט. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען פֿאַרביסענע גראַפֿאָמאַנען, וועלכע ווילן באַקענען די גאָרע וועלט מיט זייער פֿעיִקייט צונויפֿצופֿלעכטן אַזעלכע גראַמען ווי "כ׳בין אַ גאונישער דיכטער — שרײַב איך באַרימטע געדיכטן". צווישן די גראַפֿאָמאַנען טרעפֿן זיך אויך גענוג משוגעים מכּל־המינים.
צו געפֿינען די אינדזלען פֿון עכטער פּאָעזיע אינעם דאָזיקן ים פֿון גראַפֿאָמאַניע, איז אַזוי ווי צו זוכן גאָלד אינעם מיסט. ס׳איז שווער, אָבער מעגלעך — בפֿרט ווען מע קען אַ פּאָר פּאָעטן, וואָס קאָנען העלפֿן זיך צו אָריענטירן. די דערמאָנטע ציגײַנערישע שרײַבערין ליליט מאַזיקינאַ האָט אויך אַ פּאָטעיש זײַטל אויף "stihi.ru". אַ טייל אירע ווערק זענען האַרציקע ראָמאַנטישע באַלאַדעס, וואָס דערמאָנען די לידער פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט סערגיי יעסענין.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָב איך צופֿעליק געפֿונען אויף דער זעלבער וועבזײַט גאָר שיינע לידער פֿונעם סאָוועטישן פּאָעט אייזשען גורעוויטש (1939—1994), געדרוקט דורך זײַן זון, אַלבערט גורעוויטש — אויך אַ באַגאַבטער דיכטער, וועלכער וווינט איצט אין ישׂראל. האָב איך באַמערקט, אַז צווישן גורעוויטשס חבֿרים אויף דער וועבזײַט געפֿינט זיך אַן אַנדער באַגאַבטער ישׂראלדיקער פּאָעט — גײַ פֿרידמאַן. דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אויף "stihi.ru" דרייען זיך טאַקע גוטע פּאָעטן.
נישט לאַנג צוריק האָב איך זיך ווידער פֿאַראינטערעסירט מיט דער דאָזיקער וועבזײַט און אויסגעפֿינען, אַז לעצטנס האָבן זיך דאָרטן געשאַפֿן גאַנצע קרײַזן פֿון אויסגעצייכנטע פּאָעטן און פּאָעטישע איבערזעצער.
עפּעס אַ פּאָעטעסע, וואָס שרײַבט אויף רוסיש און ענגליש אונטערן פּסעוודאָנים "קאָשקאַ ווי אָקראָשקע" ("אַ קאַץ אין קוואַס־באָרשט"), האָט וווּנדערלעך איבערגעזעצט אויף אַ רוסיש אַ ריי ייִדישע לידער פֿון מיינקע קאַץ, שיקע דריז און אַנע מאַרגאָלין. אַחוץ דעם, האָב איך באַמערקט אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון ישׂראל נעקראַסאָוון — אַ יונגער ייִדישער דיכטער פֿון פּעטערבורג. די איבערזעצונג איז געווען אָבער נישט פֿון ייִדיש, נאָר גאָר פֿון ציגײַנעריש; אַחוץ ייִדיש, קאָן נעקראַסאָוו פֿליסיק די ציגײַנערישע שפּראַך, און שרײַבט אייגענע לידער, וואָס אַנדערע פּאָעטן — אויך לאַוו־דווקא ציגײַנער — זעצן איצט איבער אויף רוסיש.
ישׂראל נעקראַסאָווס זײַטל אויף "stihi.ru" איז פֿול מיט שייענע לידער און איבערזעצונגען — דער עיקר, פֿון ייִדיש און בולגאַריש אויף רוסיש. יעלענאַ לאָבאַנאָוואַ, אַ געניטע פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצערין, זעצט אויך איבער פֿון ייִדיש אויף רוסיש. צווישן אַנדערע לידער, האָט זי איבערגעזעצט נעקראַסאָווס ליד "די בולגאַרן". עס האָט מיר גענומען אַ פּאָר מינוט צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס דאָזיקע ליד איז טאַקע געווען אָנגעשריבן אויף ייִדיש, ווײַל אין אַזאַ פּאָעטישן אינטערנאַציאָנאַל וואַנדערן די לידער גאַנץ גרינג און אומגעריכט פֿון איין שפּראַך צו אַ צווייטער.
ווען מע מאַכט אַ פּאָר טריט אַרום די דערמאָנטע זײַטלעך, קוועטשנדיק אויף די "לינקן", געפֿינט מען אַנדערע קרײַזלעך פֿון מחברים, וועלכע קענען ייִדיש, העברעיִש, אירלענדיש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, יאַפּאַניש. עס מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אָן אַ גוזמא, אַז אין אַזאַ אינטערנעץ־קאָלעקטיוו קאָן מען גרינג געפֿינען אַ קענער פֿון כּמעט יעדער שפּראַך אין דער וועלט, און דערצו אַ באַגאַבטן פּאָעט. די פּאָעטן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און לענדער שמועסן אויף דער אינטערנעץ, טיילן זיך מיט זייערע לידער, קריטישע באַמערקונגען און נאָוואַטאָרישע אידעען.
אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, האָבן די ליטעראַטור־קענער גערעדט וועגן די באַזונדערע שטריכן פֿון די פּעטערבורגער אַקמעיִסטן און ניו־יאָרקער איזיכיסטן. ס׳זעט אויס, אַז אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וועלן די פּאָעטישע טראַדיציע זיך אויסשמידן נישט אין די פּאָעטישע קלובן און סאַלאָנען, נאָר אויף די "בלאָגן" און "טשאַטן". און אפֿשר, ס׳איז טאַקע בעסער צו שאַפֿן שעפֿערישע קרײַזן אויף דער אינטערנעץ, ווײַל זיי דערלויבן גובֿר צו זײַן אַלע געאָגראַפֿישע און אַפֿילו שפּראַכלעכע גרענעצן.