פּובליציסטיק

בײַ אונדז אין ישׂראל איז דער וועטער איצט טריב און רעגנדיק. אין אַ סך לענדער פֿון דער וועלט הערשט איצט דער שווערער, קאַלטער ווינטער, מיט זײַנע שניישטורעמס און פֿרעסט. אין אַ געוויסער טייל פֿון דער וועלט זענען גרויסע שטחים פֿאַרפֿלייצט צוליב די גרויסע ווינטער־רעגנס.

מיט קאַרגע דרײַ וואָכן צוריק, האָט די קריסטלעכע וועלט, געפֿײַערט דעם אָנהייב פֿון זייער נײַ-יאָר מיט הוליאַנקעס, מיט טענץ און כּלערליי פֿאַרווײַלונגען.

דאַקעגן מיר, ייִדן, וועלן אין דער קומענדיקער וואָך פֿײַערן אויך אַ נײַ-יאָר, אָבער צוליב אַ גאַנץ אַנדער סיבה פֿון אַ גאַנץ אַנדער כאַראַקטער. אונדזער נײַער ייִדישער לוח, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט א׳ תּישרי, תּשע״א (דעם 9טן סעפּטעמבער 2010) ווײַזט אָן, אַז דאָנערשטיק, דעם 15טן טאָג אין שבֿט (דעם 20סטן יאַנואַר) איז אַ יום־טובֿ, וואָס מיר רופֿן ט״ו בשבֿט, וועלן מיר אָפּמערקן מיט ספּעציעלע פֿײַערונגען, דעם "ראָש־השנה לאילנות", דאָס נײַ-יאָר פֿון די ביימער. עס האָט ניט קיין רעליגיעזן באַטײַט און טראָגט ניט קיין רעליגיעזן כאַראַקטער.

דער תּלמוד ווײַזט ניט אָן אויף קיין שום רעליגיעזע פֿײַערונגען אין דעם טאָג פֿון חמישה־עשׂר בשבֿט. אין דעם טאָג זאָגט מען ניט קיין שום ספּעציעלע תּפֿילות, נאָר מען טאָר ניט פֿאַסטן. אָבער, זינט דעם 17טן י״ה איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אונדז צו דערמאָנען, וואָס עס שטייט אין ספֿר דבֿרים כ׳, 19:

"כּי־תצור אל־עיר ימים רבים להילחם עליה לתפֿשׂה לא־תשחית את־עצה לנדוח עליו גרזן כּי ממנו תאוכל ואותו לא תכרות כּי האָדם עץ השׂדה לבֿוא מפּניך במצור" — אַז דו וועסט לאַגערן אויף אַ שטאָט פֿיל טעג, צו האַלטן מלחמה אויף איר, כּדי זי אײַנצונעמען, זאָלסטו ניט צעשטערן אירע ביימער דורך אויפֿהייבן דערויף אַ האַק: ווײַל עסן פֿון זיי מעגסטו, אָבער זיי אָפּהאַקן טאָרסטו ניט; וואָרום איז דער בוים פֿון פֿעלד אַ מענטש, צו זײַן אין באַלאַגערונג פֿון דיר? בלויז אַ בוים וואָס דו ווייסט, אַז ער איז ניט אַ בוים צו עסן, אים מעגסטו צעשטערן און אָפּהאַקן, און בויען באַלאַגער־ווערק אַרום דער שטאָט וואָס האַלט מיט דיר מלחמה ביז איר נידערונג (ייִדיש: יהואש).

אַ מאָל, ווען ייִדן זענען געזעסן אין זייער לאַנד "איש תּחת תּאנתו וגפֿנו" — ווען דער מענטש איז געזעסן אונטער זײַן פֿײַגנבוים, אונטער זײַן ווײַנשטאָק, ווען ער האָט געאַרבעט אין זײַן פֿעלד און ווײַנגאָרטן, האָט ט״ו בשבֿט געהאַט אַן אַגריקולטורעלן באַטײַט.

ווען די ייִדן זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייער לאַנד, האָט דער ראָש־השנה לאילנות, דאָס נײַ-יאָר פֿון די ביימער, פֿאַרלוירן זײַן באַטײַט.

במשך דורות האָבן ייִדן אָפּגעמערקט די פֿײַערונג פֿון ט״ו בשבֿט ווי אַן אויסדרוק פֿון זייער בענקשאַפֿט נאָך ארץ־ישׂראל, נאָך שיבֿת־ציון. עס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אָנדענק נאָך דער אַמאָליקער, זעלבשטענדיקער היים. פֿאַרזוכנדיק אין דעם קאַלטן גלות ארץ־ישׂראל פּרות, מאַכנדיק אויף זיי די ברכה "שהחיינו", האָבן ייִדן דערפֿילט אין זייערע הערצער דעם באַגער און די האָפֿענונג, אַז די גאולה וועט דאָך קומען, און זיי וועלן זיך צוריקקערן צו דעם הייליקן לאַנד.

מיט העכער 400 יאָר צוריק, ווען די מקובלים האָבן זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, האָט זיך פֿאַרשטאַרקט די דאָזיקע האָפֿענונג וואָס האָט ערשט אין 1948 דערפֿירט צו דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל אין אונדזער צײַט.


ט״ו בשבֿט אין דער אַלטער היים

איך דערמאָן זיך, ווען אין די קינדער־יאָרן האָבן מיר מיט אומגעדולד אַרויסגעקוקט אויף דעם טאָג פֿון חמישה־עשׂר אין שטעטל.

דאָס פֿײַערן ט״ו בשבֿט אין שטעטל אין מיטן פֿון דעם קאַלטן, פֿראָסטיקן ווינטער, האָט אין אונדזערע הערצער אַרײַנגעבראַכט אַ ליבלעכע וואַרעמקייט. אין אונדזערע קינדערשע געדאַנקען האָבן מיר זיך אַריבערגעטראָגן אַהין, אין דעם ווײַטן, אויסגעחלומטן לאַנד, וווּ עס בליִען שוין אין דעם פֿרילינג פֿון ארץ־ישׂראל די פֿײַגנביימער, די אַקאַציע־ביימער און די באָקסער־ביימער...

אונדזערע לערער האָבן באַהויכט מיט זייערע שילדערונגען אין אונדזערע קינדערשע פֿאַנטאַזיעס די נאַטור פֿון ארץ־ישׂראל. מיר האָבן האַרציק געזונגען דאָס באַקאַנטע ישׂראל־ליד "השקדייה פּורחת ושמש פּז זורחת, ט״ו בשבֿט הגיע, חג לאילנות", אַרויסקוקנדיק דורך די שויבן פֿון די פֿענצטער פֿון קלאַסצימער, האָבן מיר געזען אין דרויסן דעם אויסגעשפּרייטן ווײַסן שניי, פֿון אונדזער קאַלטן ווינטער אין אונדזערע געגנטן.

לכּבֿוד דעם יום־טובֿ חמישה־עשׂר, פֿלעגט מײַן מאַמע ע״ה אײַנקויפֿן אַ ביסל פּרות, וואָס מען האָט אָנגערופֿן "ישׂראל־פּרות", כאָטש באמת זענען זיי געוואַקסן אין די וואַרעמע דרום־לענדער, בשכנות פֿון ארץ־ישׂראל, אין טערקײַ... מיר האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט מיט אַ פֿײַג, מיט אַ שטיקל האַרטן באָקסער און מיט עטלעכע ראָזשינקעס מיט מאַנדלען...

מײַן באָבע ע״ה, האָט מיט אירע שוואַכע ציין אין מויל, ניט געקענט אײַנבײַסן דאָס האַרטע שטיקל באָקסער, פֿלעגט זי עס אײַנטונקען אין הייסן וואַסער, און נאָכן מאַכן מיט דבֿקות, מיט פֿאַרמאַכטע אויגן, די ברכה "שהחיינו" פֿלעגט זי עס אַראָפּשלינגען און מיר אַלע האָבן געזאָגט "אָמן"!

מײַן זיידע שלמה־זלמן ע״ה, האָט אויסגעלעבט זײַנע לעצטע יאָרן עלנט אין אַ מושבֿ־זקנים אין ירושלים, אין אָנהייב פֿון די דרײַסיקער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. ער האָט ניט געוואָלט שטאַרבן אין גלות. אין די טעג פֿון די פֿײַערונגען פֿון ט״ו בשבֿט, פֿלעגט ער גיין צו פֿוס אין די דערבײַיִקע דערפֿער און מושבֿים נאָענט פֿון ירושלים, כּדי אָנצוקוקן און זיך דערקוויקן צו זען ווי די קינדער און זייערע עלטערן, ווי די חלוצים פֿלעגן פֿלאַנצן אין דעם ארץ־ישׂראל־באָדן די קליינע ביימעלעך.

פֿאַר אים איז עס געווען אַ קוואַל פֿון נחת און פֿרייד. ער האָט געזען אין דעם אַן אַקט פֿון גאולת־האָרץ און די דערנענטערונג פֿון ביאת־המשיח... ער איז אין דער היים געווען אַ פֿאַרברענטער ציוניסט, איינער פֿון די ערשטע חובֿבֿי־ציון, אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון הרבֿ שמואל מאָהילעווער, דעם גרינדער פֿון דער באַוועגונג אין רוסלאַנד.


ט״ו בשבֿט אין ישׂראל אין די איצטיקע טעג

הײַיאָר האָבן די פֿײַערונגען פֿון ט״ו בשבֿט בײַ אונדז אין ישׂראל באַקומען אַ באַזונדערע אָנזעעוודיקייט אין אָנבליק פֿון דער גרויסער שׂרפֿה אויף דעם כּרמל־באַרג מיט העכער אַ חודש צוריק, וואָס האָט פֿאַרברענט טויזנטער ביימער, לענג־אויס דעם פּאַס פֿון דעם באַרג, און אויך אַ גרויסע צאָל הײַזער און ווירטשאַפֿטן אין די דערבײַיִקע ייִשובֿים און קיבוצים.

דער גרינער כּרמל־באַרג, וואָס שפּרייט זיך אויס פֿון חיפֿה אין צפֿון ביז זכרון־יעקבֿ אין צענטער פֿון לאַנד, איז שטענדיק געווען דאָס שײַנדל פֿון דעם האָריזאָנט, וואָס האָט באַצויבערט אַלעמען, באַזונדערס די וועלכע פֿלעגן פֿאָרן אויף דעם שאָסיי לענג־אויס דעם ברעג פֿון ים.

ליידער האָט דער שטאַרקער ווינט פֿאַרשפּרייט דאָס פֿײַער, פֿאַרברענט טויזנטער ביימער און איבערגעלאָזט אַ שוואַרצן פֿלעק אויף דעם געוועזענעם גרינעם, פּאַסטאָראַלן פּאַס פֿון דעם כּרמל־באַרג.

די מומחים פֿון "קרן־קימת לישׂראל" האַלטן, אַז עס וועט געדויערן מער ווי 30 יאָר, ביז עס וועט זיך צוריק אויפֿלעבן און פֿאַרדעקן דעם דאָזיקן שוואַרצן שטח מיט אַ פֿרישן גרינעם וואַלד ביימער און אַנדערע געוויקסן.

די דאָזיקע עקאָלאָגישע קאַטאַסטראָפֿע האָט דערוועקט בײַ דער גאַנצער ישׂראל־באַפֿעלקערונג דעם באַוווּסטזײַן און די וויכטיקייט פֿון פֿלאַנצן ביימער וווּ עס איז נאָר מעגלעך איבערן גאַנצן לאַנד.

די פֿײַערונגען פֿון ט״ו בשבֿט וועלן דויערן גאַנצע צוויי וואָכן, גלײַכצײַטיק צוזאַמען מיטן עסן די טראַדיציאָנעלע פֿרוכטן פֿון לאַנד און מאַכן אויף זיי די ברכה "שהחיינו".

די פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס און די מוניציפּאַלע אינסטאַנצן וועלן צוזאַמען מיט די קינדער אין די שולן אויך אָפּהאַלטן לערנוואַרשטאַטן און אַרויספֿאָרן אין די פּאַרקן אין און אַרום זייערע שטעט און ייִשובֿים, ווי אַזוי אָפּצוהיטן און באַשיצן זיי פֿון פֿאַרשמוצן מיט מיסט, שפּײַזאָפּפֿאַלן און איבערבלײַבענישן נאָך די פּאָפּולערע "פּיקניקן" אין לאַנד אין משך פֿון יאָר.

טויזנטער שולקינדער און דערוואַקסענע וועלן אין די דאָזיקע טעג אַרויסקומען אין די וועלדער און פֿעלדער פֿון לאַנד פֿלאַנצן פֿרישע, יונגע ביימעלעך און זינגען דאָס טראַדיציאָנעלע ליד פֿון דעם יום־טובֿ "ט״ו בשבֿט הגיע, חג לאילנות" און אַנדערע יום־טובֿ־לידער.