געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ לעבן געבליבענע פֿונעם באָגדאַנאָווקער קאָנצענטראַציע־לאַגער טראָגט אַ מגן־דוד, אַזוי ווי זי האָט געמוזט טראָגן בעת דער נאַצי־תּקופֿה; בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע, יום־השואה, דעם 2טן מײַ, אין "יד־ושם"
אַ לעבן געבליבענע פֿונעם באָגדאַנאָווקער קאָנצענטראַציע־לאַגער טראָגט אַ מגן־דוד, אַזוי ווי זי האָט געמוזט טראָגן בעת דער נאַצי־תּקופֿה; בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע, יום־השואה, דעם 2טן מײַ, אין "יד־ושם"
Credit: Getty Images

די טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם"

דער "יום־השואה והגבֿורה" — דער אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה — איז שוין פֿאַרבײַ, אָבער דאָך, פֿילן מיר נאָך אַלץ אין אונדז דעם צער און ציטער, וואָס נעמט אונדז אַרום, ווען עס קומט אָן און ווען עס לאָזט איבער מיט אונדז דער אומהיילבאַרער ווייטיק, ביז דעם קומענדיקן יאָר.

עס איז שטענדיק שווער, זייער שווער, זיך צו באַרויִקן פֿון דעם וואָס מען זעט און מען הערט אין די דאָזיקע דערמאָנונגס־טעג, אין דער מעדיאַ און מען לייענט די שילדערונגען אין דער פּרעסע.

די אָנדענק־פּראָגראַמען לזכר דעם אומקום פֿון אונדזערע משפּחות בעת דעם חורבן און די שאַלנדיקע סירענע־קלאַנגען אין דעם אַלגעמיינעם טרויער־טאָג שטעלן אָפּ, ניט נאָר די באַוועגונג און פֿאַרקער אין די גאַסן און שאָסייען איבערן לאַנד, נאָר אויך אויף אַ ווײַל, אונדזער אָטעמצוג. זיי ברענגען פֿאַר די אויגן די בילדער פֿון יענע טראַגישע, שוידערלעכע טעג פֿון מאָרד און חורבן פֿון אונדזערע ליבסטע; פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.

אין דער טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" אין ירושלים, האָבן 6 ניצולי־השואה — געראַטעוועטע פֿון חורבן — אָנגעצונדן משׂואות — שטורקאַצן. יעדער איינער פֿון זיי איז באַגלייט געוואָרן פֿון אַן אייניקל, וועלכע האָבן בײַ דער געלעגנהייט זיי עפֿנטלעך באַגריסט און אויסגעדריקט זייער ליבע, דאַנק און שטאָלץ, וואָס זיי זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון טויט און זוכה געווען צוריק אויפֿצושטעלן אַ היים — אַ משפּחה אין ישׂראל. דער דאָזיקער זשעסט פֿון המשך־דור איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אָנערקענונג פֿון אַלעמען.

מיט פּאַסיקע טרויער־ווערטער זענען אויפֿגעטראָטן דער נשׂיא פֿון דער מדינה שמעון פּערעס, דער פּרעמיער־מיניסטער ביבי נתניהו און דער הרבֿ הראָשי יונה מעצקער.

אויף צו מאָרגנס איז אין "יד־ושם" פֿאָרגעקומען די צערעמאָניע פֿון לייגן קרענץ בײַם דענקמאָל פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, אין נאָמען פֿון די רעגירונגס־אַנשטאַלטן, דער ישׂראל־אַרמיי און צענדליקער אינסטיטוציעס אין לאַנד. שפּעטער איז אין דער כּנסת פֿאָרגעקומען דער אַקט פֿון דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע פֿון זייערע משפּחות, אונטערן מאָטאָ "לכל איש יש שם" — יעדער מענטש האָט געהאַט אַ נאָמען.

אין לויף פֿון דעם טאָג, זענען אין "יד־ושם" אויך פֿאָרגעקומען פֿאַרשיידענע באַגעגענישן פֿון יוגנט־גרופּעס פֿונעם גאַנצן לאַנד. טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן האָבן באַזוכט דעם גרויסן מוזיי און זײַנע פֿאַרשיידענע פֿיליאַלן.


טרויעריקע סטאַטיסטישע ציפֿערן דערציילן...

ערבֿ דעם הײַיאָריקן "יום־השואה" זענען באַריכטעט געוואָרן גאָרניט קיין פֿריילעכע פּרטים וועגן דעם מצבֿ פֿון די געראַטעוועטע פֿון חורבן, וועלכע לעבן אויס זייערע לעצטע יאָרן אין מדינת־ישׂראל:

אין ישׂראל געפֿינען זיך הײַנט־צו־טאָג 204,000 ניצולי־השואה. דער באַריכט לאָזט אונדז וויסן, אַז אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, זענען אַוועק פֿון דער וועלט 12,800 (צוועלף טויזנט און אַכט הונדערט!) לעבן־געבליבענע פֿון חורבן. לויט דער אָפּשאַצונג פֿון דעם "ברוקדייל־פֿאָרש־אינסטיטוט" וועט די צאָל פֿון די ניצולי־השואה אין ישׂראל ביזן יאָר 2015 (בלויז אין 4 יאָר אַרום), זיך פֿאַרקלענערן מיט אַרום 30% פֿון זיי, און עס וועלן בלײַבן בערך אַרום 145,000 חורבן־געראַטעוועטע. אין יאָר 2025 וועט זייער צאָל גרייכן בלויז צו אַרום 48,000!

הײַנט־צו־טאָג איז זייער איצטיקער פֿיזישער און עקאָנאָמישער מצבֿ זייער אַ באַדויערנדיקער. 33%, מער ווי 60,000 פֿון זיי זענען נויט־באַדערפֿטיקע. זיי נייטיקן זיך אין עלעמענטאַרער הילף, כּדי אויסצופֿירן זייערע טאָג־טעגלעכע באַדערפֿענישן; 10,000 פֿון זיי נייטיקן זיך אין יסודותדיקע לעבנס־מיטלען. זיי לעבן אין עלנטקייט און גײַסטיקער דעפּרעסיע. זיי האָבן שוועריקייטן אַליין אַרויסצוגיין פֿון זייערע וווינונגען, כּדי אײַנצוקויפֿן די נייטיקע מעדיצינען, גיין צו דאָקטוירים און אַנדערע נויטווענדיקייטן.

די פֿאָרשונג באַווײַזט אויך, אַז זייערע וווינונג־באַדינגונגען זענען ניט קיין גינסטיקע. אין די קאַלטע וועטערן לײַדן זיי פֿון קעלט צוליב דער שלעכטער באַהייצונג, און זומערצײַט — צוליב די גרויסע היצן.

ד״ר אליעזר שטערן, פֿאָרזיצער פֿון דעם וווילשטאַנד־פֿאָנד לטובֿת די לעבן־געבליבענע, האָט לעצטנס דערקלערט, אַז אין רעזולטאַט פֿון זייער אַוואַנסירטן עלטער, וועלן אין עטלעכע יאָר אַרום, די דאָזיקע נויטן און זייער אַלגעמיינער געזונט־מצבֿ, זיך באַטײַטיק פֿאַרערגערן.


* * *

ווי עס איז באַקאַנט, עקזיסטירן אין לאַנד אַ צאָל רעגירונגס־ און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, וואָס באַשעפֿטיקן זיך, און באַמיִען זיך צו העלפֿן די דאָזיקע נויט־באַדערפֿטיקע, געראַטעוועטע פֿון חורבן.

ניט ווייניקער ווי 10 צענטראַלע קערפּערשאַפֿטן געפֿינען זיך אין לאַנד, וואָס זענען זיך מתעסק מיט די פֿאָנדן, וועלכע זענען באַשטימט פֿאַר דעם צוועק. אָבער ליידער, איז ניטאָ קיין איין צענטראַלע פֿאַרוואַלטונג, וואָס זאָל קאָאָרדינירן די דאָזיקע לעבנס־וויכטיקע אַרבעט און ממשותדיק העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע ניצולי־השואה.

עס איז באַקאַנט, אַז סײַ דער באַשטימטער אַמט אין ישׂראל — דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום, וואָס דיספּאָנירט מיט די גרויסע "ווידערגוטמאַכונג"־געלטער, וואָס קומען אַרײַן פֿון דײַטשלאַנד, און סײַ די אַלע אַנדערע אינסטיטוציעס, וואָס פֿאַרוואַלטן מיט גרויסע ווידערגוטמאַכונג־פֿאָנדן, האָבן יאָרן־לאַנג ניט קאָאָרדינירט איינע מיט דער צווייטער, זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט זעלבשטענדיק, ווי עס זאָגט דאָס ייִדישע פֿאָלקסווערטל: "זיי האָבן געמאַכט שבת פֿאַר זיך"...

אין רעזולטאַט, זענען צוליב דעם כאַאָטישן צושטאַנד, טויזנטער געראַטעוועטע פֿון חורבן געבליבן אָן וועלכער עס איז וועזנטלעכער הילף, אָדער מיט אַ מינימאַלער פֿינאַנציעלער שטיצע, וואָס באַפֿרידיקט ניט זייער טאָג־טעגלעכע עקזיסטענץ.

די ניצולי־השואה האָבן יאָרן־לאַנג פּראָטעסטירט קעגן דעם דאָזיקן צושטאַנד. עס זענען פֿאָרגעקומען אָפֿטע דעמאָנסטראַציעס בײַ דער כּנסת אין ירושלים און אין אַנדערע פּלעצער איבערן לאַנד. זייער פּײַנלעך איז געווען צו זען אויף די טעלעוויזיע־עקראַנען, די אַלטע, קראַנקע, עלנטע לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן — אַ גרויסע צאָל פֿון זיי, אויף שטול־וועגעלעך, אָדער מיט גיי־שטעקנס — ווען זיי זענען געקומען פֿון אַלע עקן לאַנד, אויסצושרײַען לעבן דעם כּנסת־בנין זייער פּראָטעסט און ווייטיק קעגן דער עוולה, באַגאַנגען לגבי זיי פֿון פֿונקציאָנערן פֿון רעגירונגס־אינסטיטוציעס, פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר זייער בידנעם עקאָנאָמישן און פֿיזישן מצבֿ, און ניט געבן זיי די נייטיקע שטיצע, צו העלפֿן זיי אויסצולעבן זייערע לעצטע יאָרן אויף אַ געהעריקן, בכּבֿודיקן אופֿן אין דער ייִדישער מדינה.

לאָמיר האָפֿן, אַז זייערע געבעטן און וווּנטשן וועלן מקוים ווערן און די מערסטע פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון דעם שרעקלעכן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע וועלן האָבן אַריכות־ימים, און זײַן מיט אונדז אַלעמען אין מדינת־ישׂראל נאָך לאַנגע, לאַנגע יאָרן. אָמן!