חורבן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
בראָנקע קליבאַנסקי
בראָנקע קליבאַנסקי
Yad Vashem

עס דערנענטערט זיך כ״ז ניסן, דער טאָג ווען ייִדן אומעטום וועלן אָפּמערקן דעם יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה — דעם אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה. מיר באַוויינען דעם טראַגישן אומקום פֿון אונדזערע זעקס מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון אונדזערע אַמאָליקע היימען אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אויסגעפֿירט דורך די היטלעריסטישע מערדער און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אונדזערע וווּנדן זענען נאָך אַלץ ניט פֿאַרהיילט, אונדזערע פּײַנלעכע זכרונות פֿון יענע יאָרן, נאָך אַלץ ניט פֿאַרווישט...

מיר, די על־פּי נס געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן, זענען די לעצטע עדות פֿון דער דאָזיקער תּקופֿה אין אונדזער ייִדישער געשיכטע. ליידער איז שוין דער גרעסטער טייל פֿון דעם איבערגעבליבענעם רעשטל פֿון דער שארית־הפּליטה ניט מער מיט אונדז, זייער צאָל ווערט אַלץ קלענער און קלענער מיט יעדן יאָר.

זינט דעם סוף פֿון דער מלחמה איז אויפֿגעקומען אַ גרויסע, אַרומנעמיקע חורבן־ליטעראַטור פֿון פּערזענלעכע זכרונות, אַלגעמיינע שילדערונגען, היסטאָרישע, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען, וואָס פֿאַראייביקן די טראַגישע געשעענישן פֿון דעם חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, פֿאַר די קומענדיקע דורות.

אין דעם טאָג דערמאָנען מיר מיט ייִראה און כּבֿוד דעם הייליקן אָנדענק פֿון די גיבורים און קדושים פֿון אונדזער פֿאָלק, וועלכע האָבן העלדיש געקעמפֿט קעגן די נאַצישע מערדער אין די פֿאַרשיידענע געטאָס, אין די אַרבעט־לאַגערן, קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אין די פּאַרטיזאַנער־איינהייטן, אין די וועלדער, און אין די אַליִיִרטע אַרמייען אויף די פֿראָנטן אין אייראָפּע און אַפֿריקע. מיר געדענקען די העלדישע טאַטן פֿון די קעמפֿער אין וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, מיט מרדכי אַנילעוויטש און אַנדערע בראָש, די העלדן אין די אויפֿשטאַנדן און ווידערשטאַנדן אין גרעסערע און קלענערע געטאָס אין דער אָקופּירטער דורך די נאַציס אייראָפּע.

* * *

אין דער הײַיאָריקער הזכּרה־אַקאַדעמיע, וואָס די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים וועט דורכפֿירן דעם 20סטן מײַ, וועלן מיר באַזונדערס מיט צער און טרויער דערמאָנען די העלדין פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ בראָנקע קליבאַנסקי ז״ל, וועלכע האָט געלעבט צווישן אונדז אין ירושלים און איז ניפֿטר געוואָרן הײַיאָר, דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש פֿעברואַר. זי איז געווען אַ געטרײַע מיטגלידערין פֿון אונדזער קולטור־געזעלשאַפֿט, אַ לאַנג־יאָריקע מיטאַרבעטערין אין "יד־ושם", איינע פֿון די וויכטיקע פֿאָרשערס פֿון דער חורבן־תּקופֿה. אַ גרויסע צאָל פֿון אירע אַרבעטן זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין ענגליש, פֿראַנצויזיש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן, וואָס זענען דערשינען אין אויסלענדישע פּובליקאַציעס.

בראָנקע פֿלעגט אויפֿטרעטן בײַ די הזכּרות פֿון יום־השואה אין אונדזער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט און פֿלעגט זיך טיילן מיט זכרונות פֿון יענע יאָרן, ווען זי האָט אין דער ביאַליסטאָקער געטאָ אויסגעפֿירט סכּנותפֿולע שליחותן אויף דער אַרישער זײַט, מטעם דער אונטערגרונט־באַוועגונג אין געטאָ; אויפֿגאַבעס, וואָס קענען פֿאַרגליכן ווערן אין זייער פֿאַרנעם מיט דעם וואָס איז געשען אין וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. זי האָט אַרײַנגעשמוגלט אין געטאָ פֿון דער אַרישער זײַט געווער און אָנגעשלאָסן קאָנטאַקטן מיט דער פּוילישער אונטערגרונט. איר אויסערלעכער אַרישער אויסזען, מיט אירע בלאָנדע צעפּ, האָט איר געהאָלפֿן פֿרײַ צו פֿאַרקערן אויף דער אַרישער זײַט און מוטיק אײַנשטעלן איר לעבן לטובֿת די ייִדן אין דער פֿאַרשפּאַרטער געטאָ.

אייגנטלעך איז זי ניט געווען קיין ביאַליסטאָקער. זי איז געבוירן אין גראָדנע, אין אַ טראַדיציאָנעלער משפּחה. זי האָט געלערנט אין דער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, און טראָץ דעם וואָס די שול־פֿאַרוואַלטונג האָט פֿאַרבאָטן אירע תּלמידים צו געהערן צו וועלכער עס איז פּאָליטישער פּאַרטיי, האָט זי זיך דאָך אָנגעשלאָסן אין דער ציוניסטישער יוגנט־אָרגאַניזאַציע "דרור" אין גראָדנע.

אין יוני 1941, פֿאַלט אָן נאַצי־דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד און אָקופּירט גראָדנע. שוין אין נאָוועמבער דעם זעלבן יאָר ווערן די גראָדנער ייִדן פֿאַרשפּאַרט אין צוויי באַזונדערע געטאָס. בראָנקע געפֿינט זיך אין איינער פֿון זיי.

אין יאַנואַר 1942, באַווײַזט זיך אין געטאָ אַ יונגער בחור, וועלכער איז געקומען פֿון ווילנע אויף "פֿאַלשע פּאַפּירן" ווי אַ קאַראַיִמער, וועמען די דײַטשן האָבן ניט פֿאַרפֿאָלגט. דער דאָזיקער בחור האָט געהייסן מרדכי טענענבוים. ער איז געקומען פֿון ווילנע קיין גראָדנע אין אַ שליחות.

אויף דער רעקאָמענדאַציע פֿון בעלאַ חזן, אַ פֿאַרבינדלערין אין ביאַליסטאָקער געטאָ, האָט ער אויפֿגעזוכט בראָנקע קליבאַנסקי, וועלכע זי האָט נאָך געקענט פֿון דער ציוניסטישער יוגנט־באַוועגונג פֿאַר דעם קריג. מרדכי טענענבוים האָט געבעטן בראָנקען צו אָרגאַניזירן אַ געהיימע באַגעגעניש אין געטאָ נומ׳ 2 פֿון געוועזענע "דרור"־ און "שומר־הצעיר"־חבֿרים, כּדי אָפּצוגעבן זיי אַ באַריכט פֿון ווילנער געטאָ, וועגן די שחיטות וואָס די דײַטשן האָבן אויסגעפֿירט אין פּאָנאַר.

דער יונגער מרדכי טענענבוים האָט מיט זײַן באַריכט דערשיטערט אַלע אָנוועזנדיקע. ער האָט זיי דערקלערט, אַז דאָס וואָס עס איז געשען אין ווילנער געטאָ, וועט אויך געשען אין גראָדנע. ער האָט גערופֿן אַלעמען צו זײַן גרייט צו דעם דאָזיקן טאָג מיט דער וואָרענונג, אַז מען זאָל ניט גלייבן די דײַטשישע פֿאַרזיכערונגען און אַז אין גראָדנע וועלן די ייִדן ניט אויסמײַדן דעם גורל פֿון די אַנדערע געטאָס. פֿון גראָדנע איז מרדכי טענענבוים אַוועקגעפֿאָרן קיין ביאַליסטאָק און אויך דאָרטן אָפּגעהאַלטן אַן ענלעכע באַגעגעניש מיט די חבֿרים פֿון "דרור" און פֿון די געטאָס אַרום.

בראָנקע איז געקומען קיין ביאַליסטאָק צו דער דאָזיקער באַגעגעניש. גאַנצע צוויי טעג האָט מען דיסקוטירט ווי אַזוי זיך אָרגאַניזירן כּדי צו שטעלן אַ ווידערשטאַנד קעגן די דײַטשן, ווען זיי וועלן קומען ליקווידירן די געטאָס.

נאָך דער באַגעגעניש איז בראָנקע צוריקגעפֿאָרן קיין גראָדנע צו איר משפּחה. אָבער פֿרילינג־צײַט 1942 איז זי צוריקגעפֿאָרן קיין ביאַליסטאָק אָנטייל צו נעמען אין אַ סעמינאַר. זי האָט זיך מער ניט אומגעקערט קיין גראָדנע, זי איז דאָרטן פֿאַרבליבן, כּדי אָנצופֿירן דערציִערישע אַרבעט מיט דער יוגנט אין געטאָ און זיי צוגרייטן צום אויפֿשטאַנד.

סוף 1942 ווערן אַרעסטירט צוויי פֿאַרבינדלערס אויפֿן וועג צו דער וואַרשעווער געטאָ. עס איז פֿאַרבליבן בלויז איין פֿאַרבינדלערין טעמאַ שנײַדערמאַן. בראָנקע מיט אירע לאַנגע צעפּ האָט אויסגעזען ווי אַ קריסטלעך שיקסל, האָט מרדכי פֿאָרגעשלאָגן, אַז זי זאָל אַרויסגיין אויף דער אַרישער זײַט און זײַן אַ פֿאַרבינדלערין מיט דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער פּוילישער אונטערגרונט־באַוועגונג. זי האָט גערן אָנגענומען די דאָזיקע ריזיקאַלישע אויפֿגאַבע.

אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאַלשער מעטריקע האָט זי באַקומען פֿון דער דײַטשישער מאַכט אַן אידענטיטעט־צײַגעניש, אַז זי איז אַ פּויליש מיידל מיטן נאָמען יאַדוויגאַ סקיבעל. זי אַרבעט ווי אַ פּוילישע באַדינערין בײַ דרײַ דײַטשן, וועלכע זענען געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער באַן־באַוועגונג פֿון בראָנקע קליבאַנסקיביאַליסטאָק צו די אַנדערע טיילן פֿון לאַנד. פֿון זיי און אַ דאַנק די קאָנטאַקטן מיט געוויסע פּאָליאַקן האָט זי באַקומען וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע וואָס זי פֿלעגט אין געהיים איבערגעבן צו מרדכי טענענבוים, דעם אָנפֿירער פֿון דער "אונטערגרונט" אין געטאָ.

איינע פֿון אירע אויפֿגאַבעס אויף דער אַרישער זײַט, איז געווען צו געפֿינען אַן אָרט וווּ מען וועט קענען באַהאַלטן דעם אַרכיוו, וואָס מרדכי טענענבוים האָט געזאַמלט אין געטאָ. עס איז באַשטאַנען פֿון פּראָטאָקאָלן פֿון יודנראַט אין ביאַליסטאָקער געטאָ, וויכטיקע היסטאָרישע דאָקומענטן און אַפֿילו ליטעראַרישע שאַפֿונגען געשריבן אין געטאָ, ווי אויך גבֿית־עדות פֿון פּליטים פֿון די אַרומיקע געטאָס וועגן די געשעענישן אין זייערע קהילות.

בראָנקען איז געלונגען צו געפֿינען אַ קריסט מיטן נאָמען פֿיליפּאָווסקי, וועלכער איז געווען אַן אָפֿיציר אין דער פּוילישער אונטערגרונט־באַוועגונג, און איז מסכּים געווען צו באַגראָבן דעם דאָזיקן אַרכיוו אין אַ שטעלכל, הינטער זײַן הויז. נאָך דעם קריג האָט מען דעם גאַנצן אַרכיוו אויסגעגראָבן און טיילן פֿון אים געפֿינען זיך איצט אין דעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק, אין "יד־ושם", ירושלים, און אין דעם מוזיי פֿון קיבוץ "לוחמי־הגיטאות", נעבן נהריה אין גליל.

פֿיל מאָל פֿלעגט בראָנקע ריזיקירן מיט איר לעבן, כּדי צו באַקומען געוויסע פּאַפּירן פֿאַר ייִדן אין געטאָ; זי האָט אירע אויפֿגאַבעס אויסגעפֿירט מיט מוט און קוראַזש, שטענדיק האָט געלויערט די געפֿאַר, אַז די דײַטשן וועלן דערקענען, אַז זי איז ניט קיין פּוילישע שיקסע, נאָר אַ ייִדיש מיידל.

דעם 5טן פֿעברואַר 1943, איז פֿאָרגעקומען די ערשטע אַקציע אין דער ביאַליסטאָקער געטאָ. קרובֿ צו 10,000 ייִדן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין די טויט־לאַגערן. דעם 15טן אויגוסט 1943, האָבן די דײַטשן אַרומגערינגלט די געטאָ און עס האָט זיך אָנגעהויבן די דעפּאָרטאַציע פֿון די איבערגעבליבענע איבער 40,000 ייִדן.

אין אָנבליק פֿון דער אָנקומענדיקער סכּנה, איז געקומען צו אַ פֿאַראייניקונג פֿון די פֿאַרשיידענע יוגנט־גרופּעס אין געטאָ. מרדכי טענענבוים איז באַשטימט געוואָרן ווי דער אָנפֿירער פֿון דעם באַוואָפֿנטן אויפֿשטאַנד.

די ייִדן אין ביאַליסטאָקער געטאָ האָבן העלדיש געקעמפֿט קעגן דעם דײַטשישן מיליטערישן כּוח און זיי פֿאַראורזאַכט גרויסע פֿאַרלוסטן. די אויפֿשטענדלער האָבן ניט אויפֿגעגעבן זייער קאַמף, ביז דער לעצטער קויל, ביז זייער לעצטן אָטעמצוג. צווישן די געפֿאַלענע איז אויך געווען דער מוטיקער, העראָיִשער אָנפֿירער פֿון דעם אויפֿשטאַנד, מרדכי טענענבוים ז״ל.

דער אויפֿשטאַנד האָט געדויערט גאַנצע דרײַ וואָכן. אין לויף פֿון די דאָזיקע בלוטיקע טעג איז בראָנקע קליבאַנסקי אַרומגעגאַנגען געשפּאַנט אויף דער אַרישער זײַט, אַרום די שטעכיקע דראָטן פֿון געטאָ. זי האָט געזוכט וועגן ווי אַזוי צו העלפֿן די ייִדן אין זייער שווערער לאַגע. זי האָט געהערט די שיסערײַען און ווייגעשרייען פֿון די פֿאַרוווּנדעטע און געשלאָגענע אויף דעם זאַמלפּלאַץ, ווען מען האָט זיי בעסטיאַליש אַרײַנגעטריבן אין די לאַסט־וואַגאָנען צו פֿירן זיי קיין טרעבלינקע, מײַדאַנעק און אַנדערע טויטלאַגערן. זי איז אַרומגעגאַנגען אַ דערשיטערטע און אַ פֿאַרצווייפֿלטע אויף דער אַרישער זײַט, ניט קענענדיק העלפֿן וועמען עס איז אין די טראַגישע שעהען פֿון דעם אויפֿשטאַנד בעת דער ענדגילטיקער ליקווידאַציע פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ.

* * *

מיט 8 יאָר צוריק, אין יאָר 2002, האָט בראָנקע קליבאַנסקי פֿאַרעפֿנטלעכט איר בוך "אַריאַדנע" — זכרונות וועגן אירע איבערלעבונגען אין יענע טראַגישע יאָרן. אין דעם צווייטן טייל פֿון בוך האָט זי אָפּגעדרוקט אַ זאַמלונג פֿון בריוו, וואָס זי האָט באַקומען פֿון מרדכי טענענבוים פֿון געטאָ אויף דער אַרישער זײַט, אין דער צײַט פֿון אויפֿשטאַנד, און אירע אייגענע בריוו, וואָס זי האָט געשריבן צו אים און זיי זענען שוין ליידער ניט דערגאַנגען צו אים. זי האָט די דאָזיקע בריוו מיטגענומען מיט זיך אין אַלע אירע וואַנדערונגען, ביז זי האָט זיך דערשלאָגן צו די ברעגן פֿון מדינת־ישׂראל, אין יאָר 1949.

די בריוו אַנטפּלעקן פֿאַר דעם לייענער אַן אויסגוס פֿון האַרציקע, ראָמאַנטישע געפֿילן צווישן צוויי יונגע מענטשן, ניט געקוקט אויף די שווערע געטאָ־באַדינגונגען, די לויערנדיקע געפֿאַרן און די אַחריותדיקע פֿליכטן, וואָס זיי האָבן געטראָגן אויף זייערע יונגע פּלייצעס. זיי האָבן ניט פֿאַרלוירן זייער צלם־אלוקים, געפֿונען צײַט און געמיט אויסצודריקן זייערע טיפֿע עמאָציעס און די קעגנזײַטיקע פֿאַרערונג און ליבע איינער צום צווייטן.

עס איז אָן צווייפֿל אַ דאָקומענט פֿון מענטשלעכן אויסדויער און ייִדיש־גײַסטיקן כּוח, וואָס קומט צום אויסדרוק אין די שווערע צײַטן אין אונדזער געשיכטע.