- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(צו זײַנע שלושים) מיטוואָך, י׳ טבֿת תש"ע, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, איז אין עלטער פֿון 86 יאָר אַוועק פֿון דער וועלט יצחק "אײַק" אַהרונאָוויץ, דער קאַפּיטאַן פֿון דער באַרימטער "עקסאָדוס"־שיף, וועלכע האָט צוזאַמען מיט זײַן מאַנשאַפֿט אַרײַנגעשריבן אַ העראָיִש קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם קאַמף קעגן דעם בריטישן מאַנדאַט פֿון די אומלעגאַלע עולים (מעפּילים), אָנצוקומען צו די ברעגעס פֿון ארץ־ישׂראל. דאָנערשטיק, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, אין דער פֿרי, זענען הונדערטער יוגנטלעכע פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, אָנגעקומען אויפֿן לופֿטפֿעלד אין לוד אויף אַ 10־טאָגיקן באַזוך אין ישׂראל, אין די ראַמען פֿון דעם פּראָיעקט "תּגלית" (אַנטדעקונג, discovery). מען האָט זיי מקבל־פּנים געווען מיט גרויס פֿײַערלעכקייט און פּאַראַד. עס האָבן זיי באַגעגנט דער מיניסטער פֿון די תּפֿוצות יולי עדלשטיין, (אײַנדרוקן און קאָמענטאַרן) גאַנצע פֿיר יום־טובֿדיקע טעג אין דער וואָכן, פֿון 7טן ביזן 10טן דעצעמבער 2009, איז דאָ פֿאָרגעקומען די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ: "הונדערט יאָר ייִדיש 1908—2008". אין דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע, מיט דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט, צוזאַמען מיט דעם אינסטיטוט פֿאַר הײַנטצײַטיקן ייִדנטום און דעם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים — אונטער דער לייטונג פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך — האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די פּראָפֿעסאָרן אלי לעדערהענדלער, שאָול שטאַמפֿער און פּראָפֿ׳ אַהרון ממן. מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער. די ימים־נוראָים פֿון דעם נײַעם יאָר תּש״ע זענען שוין בע״ה הינטער אונדז. אַוועק זענען די אָנגעשטרענגטע הכנות אין דעם חודש אלול, אין וועלכן אַחינו־בני־ישׂראל האָבן זיך מכין געווען צו באַגעגענען די פֿאָרכטיקע טעג וואָס קומען באַלד אָן. יעדער איינער פֿון אונדז האָט זיך אַרײַנגעטראַכט, אויף זײַן טראַדיציאָנעלן שטייגער, וועגן די יאָרן וואָס פֿליסן אַזוי שנעל פֿאַרבײַ, אָדער וועגן די טעג ווען ער וועט שטיין פֿאַר דעם בית־דין־של־מעלה און דאַרפֿן אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. עטלעכע מחשבֿות און אײַנדרוקן ניטאָ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט אַזאַ שטאָט, וווּ מען פֿילט זיך אין די איצטיקע טעג אַזוי טיף־עמאָציאָנעל, ווי אין ירושלים. גענוג בלויז צו הערן, דאָס קול פֿונעם שמשׂ אין די נאָך־פֿינצטערע שעהען פֿון דעם פֿרימאָרגן: "ייִדן שטייט אויף צו סליחות!" און דעם הילכיקן קלאַנג פֿון דעם שופֿר, וואָס זאָגט אָן, אַז ייִדן זאָלן אָנהייבן "זיך מכין צו זײַן" צו די טעג פֿון יום־הדין און חשבון־הנפֿש, וואָס רירן און וועקן אויף אַ ציטעריקע סטרונע טיף אין האַרצן. עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים. אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו. פֿון דעם 2טן ביזן 6טן אויגוסט איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף דעם קאַמפּוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דער 15טער וועלט־קאָנגרעס פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן. דער ערשטער איז פֿאָרגעקומען חנוכּה 1924, און זינט דאַן, מיט געוויסע איבעררײַסן, קומען זיך צונויף אין ירושלים יעדע פֿיר יאָר, אַקאַדעמיקער, פֿאָרשער און געלערנטע אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, אָפּצוגעבן באַריכטן און דיסקוטירן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן. אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט. דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער. יעדעס מאָל, ווען איך באַזוך ראָש־פּינה (ווינקלשטיין), פֿאַרפֿעל איך ניט זיך אַרײַנצוכאַפּן, כאָטש אויף עטלעכע שעה, אין דער דאָרטיקער, לאָקאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין איינעם פֿון אירע אַלטע הײַזער. אויף אירע ביכער־פּאָליצעס און אין איר רײַכן אַרכיוו, קען מען געפֿינען אַ שלל מיט היסטאָרישע דאָקומענטן און כראָניק, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָלאָניע, וואָס איז שוין הײַנט כּמעט "אַ עיר־ואם־בישׂראל" — אַ שפּרודלדיק, דינאַמיש שטעטל. |