ביאָגראַפֿיעס, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק אַהרונאָוויץ, שיף־קאָמאַנדיר
יצחק אַהרונאָוויץ, שיף־קאָמאַנדיר

(צו זײַנע שלושים)

מיטוואָך, י׳ טבֿת תש"ע, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, איז אין עלטער פֿון 86 יאָר אַוועק פֿון דער וועלט יצחק "אײַק" אַהרונאָוויץ, דער קאַפּיטאַן פֿון דער באַרימטער "עקסאָדוס"־שיף, וועלכע האָט צוזאַמען מיט זײַן מאַנשאַפֿט אַרײַנגעשריבן אַ העראָיִש קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם קאַמף קעגן דעם בריטישן מאַנדאַט פֿון די אומלעגאַלע עולים (מעפּילים), אָנצוקומען צו די ברעגעס פֿון ארץ־ישׂראל.

ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1923 אין דײַטשלאַנד און אין 1932 איז ער אָנגעקומען מיט זײַן משפּחה קיין ארץ־ישׂראל אין עלטער פֿון 9 יאָר. אין 1940, זײַענדיק אין קיבוץ "יגור", האָט ער אין עלטער פֿון 17 יאָר באַשלאָסן זיך אָנצושליסן אין די רייען פֿון דער רויטער אַרמיי, כּדי צו קעמפֿן קעגן די נאַציס אין אייראָפּע. ער שמוגלט זיך אַרײַן אויף אַ "סולל־ובונה"־שיף, וואָס איז געשוווּמען קיין טערקײַ. ער ווערט אָבער אַנטדעקט און מען ברענגט אים צוריק אַהיים, קיין ארץ־ישׂראל.

עס דויערט ניט לאַנג און ער שליסט זיך אָן אין דעם פּלי״ם (די ים־אָפּטיילונג פֿון פּלמ״ח). שפּעטער פֿאָרט ער קיין לאָנדאָן, וווּ ער לערנט ים־וועזן און נאַוויגאַציע. איידער ער פֿאַרענדיקט זײַנע לימודים קערט ער זיך אום אַהיים, כּדי זיך אָנצושליסן אין דער "העפּלה" און צו דער אָנגייענדיקער אַקציע צו ברענגען קיין ארץ־ישׂראל די אומלעגאַלע עולים פֿון די פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און איטאַליע.

ער קומט אָן קיין באָלטימאָר, פֿש״אַ און שליסט זיך אָן אין דער מאַנשאַפֿט, וואָס גרייט צו די אַלטע אַמעריקאַנער עקסקורסיע־שיף "SS WARFIELD", פֿאַר טראַנספּאָרטירן די אומלעגאַלע עולים קיין ארץ־ישׂראל. נאָך דעם ווי דער פּוילישער קאַפּיטאַן פֿאַרלאָזט זײַן באַשעפֿטיקונג, ווערט באַשטימט אויף זײַן אָרט דער נאָך יונגער 23־יאָריקער יצחק אַהרונאָוויץ.

ווי באַוווּסט, האָט זיך די סאַגע פֿון דער "עקסאָדוס" און אירע פּאַסאַזשירן אָנגעהויבן דעם 1טן יולי 1947, ווען 4,554 איבערגעבליבענע פּליטים פֿון דעם שרעקלעכן חורבן, צווישן זיי 655 קינדער, זענען אַרויף אויף דער שיף אין קליינעם, דרום־פֿראַנצויזישן פּאָרט De Buk, ניט ווײַט פֿון מאַרסיי. די מאַנשאַפֿט האָט אַראָפּגענומען פֿון דער שיף דעם ענגלישן נאָמען, און אַרויסגעהאָנגען לענג־אויס דער גאַנצער שיף אַ גרויסן, שרײַענדיקן טראַנספּאַראַנט מיטן נאָמען "יציאת־מצרים תש״ז — עקסאָדוס 1947" — "HAGANAH-EXODUS".

די שיף איז געווען איבערגעפֿולט מיט מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט. די ענגשאַפֿט איז געווען גרויס, קוים, קוים האָבן זיי געקענט געפֿינען אַ פֿרײַ פּלאַץ, אַוועקצולייגן דעם קאָפּ. זייער גורל איז געלעגן אין די הענט פֿון יוסי הראל ז״ל, דעם מפֿקד (קאָמאַנדיר) פֿון "הגנה" אויף דער שיף (ניפֿטר געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק, אין עלטער פֿון 90 יאָר) און אין די הענט פֿון דעם יונגן קאַפּיטאַן יצחק אַהרונאָוויץ.

דער דאָזיקער געוואַגטער אַקט איז וואָכן־לאַנג צוגעגרייט געוואָרן אין געהיים, אַז די ענגלענדער זאָלן זיי ניט כאַפּן און ניט שטערן אין זייער דרייסטן, ריזיקאַלישן פּלאַן, אָבער נאָכן פֿאַרלאָזן דעם פּאָרט, האָט זיך פּלוצעם אויפֿן האָריזאָנט באַוויזן אַ קאָנוווי פֿון בריטישע קריגשיפֿן, וועלכע זענען נאָכגעשוווּמען דער "עקסאָדוס"־שיף, ביז אַרום 40 מײַל פֿון די ברעגעס פֿון ארץ־ישׂראל.

בײַ נאַכט האָבן זיי זיך דערנענטערט צו דער "עקסאָדוס" און דורך הילכערס געלאָזט וויסן, אַז אַלע פּאַסאַזשירן זאָלן זיך אונטערגעבן און ניט שטעלן קיין ווידערשאַנד.

דער הגנה־קאָמאַנדיר יוסי הראל האָט זיך טעלעפֿאָניש באַראַטן מיט די אָנפֿירער פֿון ייִשובֿ, ווי אַזוי צו רעאַגירן. בן־גוריון איז געווען בײַ דער מיינונג, אַז די פּאַסאַזשירן זאָלן אויספֿאָלגן דעם באַפֿעל פֿון די ענגלענדער און אויסמײַדן בלוט־פֿאַרגיסונג און מענטשלעכע קרבנות.

דאַקעגן יצחק אַהרונאָוויץ, דער יונגער, בראַווער קאַפּיטאַן, וועמען אַלע האָבן מיט ליבשאַפֿט גערופֿן "אײַק" איז געווען אַנטשלאָסן ניט אויסצופֿירן דעם באַפֿעל, זיך ניט אונטערגעבן און שטעלן אַ ווידערשטאַנד קעגן דעם שטאַרקן, באַוואָפֿנטן ענגלישן קריגס־פֿלאָט.

בשײַכות מיט מײַן הײַנטיקן אַרטיקל, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט מײַן גוטן פֿרײַנד, יצחק גנוז (גאַנוזאָוויטש), וועלכער איז דאַן געווען איינער פֿון די פּאַסאַזשירן אויף דער שיף און זיך פּערזענלעך באַטייליקט אין די קאַמפֿן קעגן די ענגלענדער. הײַנט איז ער דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער וויכטיקער און וואָגיקער אויסגאַבע "ידע־עם", וואָס דערשײַנט פּעריאָדיש אין תּל־אָבֿיבֿ און איז געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. איך האָב אים געבעטן צו שילדערן פֿאַר אונדזערע לייענער, וואָס עס איז געשען אויף דער שיף אין יענע קריטישע און שפּאַנענדיקע מאָמענטן.

אָט וואָס ער האָט דערציילט:

איך בין געווען אַן אָנפֿירער און לערער פֿון אַ גרופּע יוגנטלעכע אויף דער שיף, וואָס האָבן זיך אָרגאַניזירט נאָך דעם קריג אין דער פּוילישער שטאָט שטעטין. די מערסטע פֿון זיי זענען געווען יתומים, וועלכע האָבן אין דעם חורבן פֿאַרלאָרן זייערע עלטערן. צוויי טעג פֿאַר דעם צוזאַמענשטויס מיט די ענגלענדער, האָבן די אָנפֿירער פֿון די פֿאַרשיידענע גרופּעס אויף דער שיף באַקומען די לעצטע אינסטרוקציעס און אָנווײַזונגען פֿון דעם שיף־קאָמאַנדיר יוסי הראל, צו שטעלן אַ ווידערשטאַנד מיט שטיינער, שטעקנס, קאָנסערוון־פּושקעס, מיט וואָס עס קומט נאָר אונטער דער האַנט, אָבער אומבאַדינגט זיך ניט באַנוצן מיט הייסן געווער און אויסמײַדן בלוט־פֿאַרגיסונג און פֿאַרלוסטן פֿון מענטשלעכע קרבנות.

דער קאַמף איז געווען אַ העפֿטיקער און ביטערער. די געפּאַנצערטע קריגשיפֿן האָבן מיט זייערע שאַרפֿע שפּיצן דורכגעבראָכן די ווענט פֿון דער "עקסאָדוס" און די וואַסערן פֿון דעם ים האָבן אַרײַנגעשטראָמט אין די קאַבינעס און דעקן פֿון דער שיף.

אין דעם קאַמף זענען געפֿאַלן דרײַ פֿון די פּאַסאַזשירן און צענדליקער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. יוסי הראל, דער קאָמאַנדיר פֿון דער שיף, האָט באַקומען אַ פֿאָדערונג פֿון דוד בן־גוריון, וועלכער איז דאַן געשטאַנען בראָש פֿון דעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל, אויסצופֿאָלגן דעם באַפֿעל פֿון די ענגלענדער און אָפּשטעלן דעם ווידערשטאַנד. אָבער דער יונגער, העלדישער קאַפּיטאַן "אײַק" — יצחק אַהרונאָוויץ, איז געווען אײַנגעעקשנט אָנצוגיין מיטן קאַמף און ניט דערלאָזן, אַז די ענגלענדער זאָלן אַרויפֿגיין אויף דער שיף. ער האָט געטענהט, אַז "די שיף איז מסוגל זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער בלאָקאַדע און מיט איר פֿולער שנעלקייט דערגרייכן די ברעגעס פֿון בת־ים".

נאָך לענגערע און שאַרפֿע אַרגומענטן, און אין אָנבליק פֿון די מענטשלעכע פֿאַרלוסטן און די צענדליקער פֿאַרוווּנדעטע, האָט מען באַשלאָסן אָפּצושטעלן דעם ווידערשטאַנד. די בריטישע זעלנער זענען אַרויף אויף דער שיף און מיט כּוח באַגלייט די מידע און דערשעפּטע "עקסאָדוס"־פּאַסאַזשירן קיין חיפֿהר פּאָרט.

דעם דאָזיקן אַקט פֿון אונטערגעבן זיך צו די ענגלענדער האָט "אײַק" ניט געקענט פֿאַרגעבן און מוחל זײַן די, וועלכע זענען געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, בראָש מיט דוד בן־גוריון. ניט געקוקט אויף דעם וואָס עס זענען שוין פֿאַרבײַ אַ סך יאָר זינט דאַן, איז "אײַק" פֿאַרבליבן געטרײַ זײַנע פּרינציפּן "זיך ניט אונטערגעבן דעם שׂונא!"

..איך פּערזענלעך, — האָט געזאָגט גנוז, — בין ניט שטענדיק געווען מסכּים מיט אים, אָבער מיר זענען פֿאַרבליבן גוטע פֿרײַנד.

אין אַפּריל 2007, בין איך צוזאַמען מיט אים, אײַנגעלאַדן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אין אַ שיפֿרײַזע פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל־טוער פֿון דער "שתּדלנות"־גרופּע AIPAC און פֿון די עסקנים פֿון דער United Jewish Appeal — דעם פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל. די רײַזע איז געווען פֿון חיפֿה קיין ראָדאָס, ציפּערן און צוריק.

די דאָזיקע גרופּע האָט געוואָלט הערן פֿון אונדז, פֿון "דער ערשטער האַנט" וועגן די באַטייליקטע אין