קולטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעוו­געני יעווטושענקאָ אין "יד־ושם", 15 נאָוועמבער 2007

דער גרויסער אוידיטאָריע־זאַל פֿון "יד־ושם" אין ירושלים איז געווען איבער­געפֿולט, עס איז ניט געווען גענוג פּלאַץ פֿאַר אַלעמען. מענטשן זענען געשטאַנען אין דערבײַיִקן קאָרידאָר, אַ טייל פֿון זיי זענען אַפֿילו געזעסן אויף די טרעפּ.

דער עולם איז באַשטאַנען פֿון צענד­ליקער געראַטעוועטע פֿון חורבן, פֿון אַלטע און נײַע עולים פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿון נײַגעריקע ישׂראל־גע­בוירענע, פֿון עולים פֿון אַנדערע לענדער, וועלכע זענען נאָענט באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿון דעם חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל.

פּובליציסטיק, ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ זילבערשטיין (2טער פֿון לינקס) קוקט אַרײַן אינעם הוילן שטאַם פֿונעם בוים, אין וועלכן ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן בעתן חורבן. לעבן אים שטייען: אַנאַ גערלאָוואַ, די טאָכטער פֿון זײַן ראַטירער; לעבן איר שטייט נתן איתן, דירעקטאָר פֿון "יד־ושם", און פֿון הינטן שטייט אַנטאָנין הראַדילעק, געהילף־אַמבאַסאַדאָר פֿון דער טשעכישער רעפּובליק אין ישׂראל.

רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָר­געקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע.

עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנער­קענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער.

ייִדיש־וועלט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנ­צויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

גרופּע פּאַרטיזאַנער פֿון ביעלסקיס אָטריאַד

בײַ דעם לעצטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין קאַן, פֿראַנקרײַך, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אין האָליוווּד ווערט פּראָדוצירט אַ מאָנומענטאַלער פֿילם וועגן דעם באַוווּסטן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די העלדישע דרײַ ברידער ביעלסקי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די דײַטשע רוצחים און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
געמישטע פּאַרטיזאַנער־גרופּע א״נ פֿון לענין

דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט וואָס זאָגט, אַז "וואָס עס וועט ניט באַווײַזן דער שׂכל, וועט שוין די צײַט באַווײַזן" — ווערט באַשטעטיקט פֿאַר אונדזערע אויגן און אויערן, כאָטש בײַם רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווערן, ליידער, געוויסע געשעענישן און דערפֿאַרונגען פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן עטוואָס אָפּגעשוואַכט, פֿאַר­טונקלט און אײַנגעהילט אין אַ נעפּל פֿון פֿאַר­געסונג. עס זענען אָבער דאָ געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס דערלאָזן ניט, אַז עס זאָל אַזוי געשען.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין איינעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע "בריוו פֿון ירושלים" האָב איך באַ­מערקט, אַז אין ירושלים געפֿינען זיך מער ווי 70 מוזעומס. מען קען זיי זען אין אַלע עקן פֿון שטאָט, אין די אַלטע און נײַע קוואַרטאַלן און געגנטן.

זיי זענען פֿול מיט חפֿצים און אָביעקטן פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, פֿון די אַלטערטימלעכע, פּרע־היסטאָ­רישע צײַטן, פֿון מיטל־אַלטער, פֿון די לעצטע יאָרהונדערטער.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאיר פֿײַנשטיין ז״ל

גרעסערע און קלענערע אימפּרעזעס און אונטערנעמונגען גייען נאָך אַלץ אָן אין ישׂראל אין שײַכות מיט דער דאַטע פֿון 40 יאָר זינט דער זעקסטאָגיקער מלחמה און דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — די אַלט־שטאָט פֿון ירושלים.

לויט דעם באַשלוס פֿון דער רעגירונג, וועלן די דאָזיקע פֿײַערונגען זיך ציִען ביז דעם קומענדיקן יאָר, ווען מדינת־ישׂראל וועט אָפּמערקן דאָס 60סטע יאָר פֿון איר זעלבשטענדיקייט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם.

ישׂראל האָט ליב צו פֿײַערן קײַלעכדיקע היסטאָרישע ציפֿערן, וואָס צייכענען אָפּ געוויסע געשעענישן אין איר ווײַטער און נאָענטער געשיכטע.

קהילה־לעבן, ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ביכער יריד, אין "גני התערוכה", תּל־אָבֿיבֿ

מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש.

דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקו­מען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד.


פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדן פֿון דער באָמבאַרדירטער שטאָט שׂדרות באַזעצן זיך אויף אַ פּאָר טעג אין אַ געצעלט אין פּאַרק־הירקון אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ דאַנק דעם נגיד אַרקאַדי גײַדאַמאַק, דעם 24סטן מײַ 2007.

די “קאַסאַם"־ראַקעטן אויף דער שטאָט שׂדרות און די שכנותדיקע ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס, הערן ניט אויף צו פֿאַלן, סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט. מיר געפֿינען זיך איצט אין אַן אָנגייענדיקן, אוימאויפֿהערלעכן קאַמף מיט אַ קאָמפּראָמיסלאָזן בלוטיקן שׂונא, אַ געמיש פֿון דער פֿאַנאַטישער “כאַמאַס"־פּאַרטיי, צוזאַמען מיט אַ צאָל באַ­וואָפֿנטע שפּליטער־באַנדעס, ווי די מוסול­מענישע "דזשיהאַד"־גרופּע, און אַנדערע, וואָס דערקלערן אָפֿן, אַז זיי וועלן קיין מאָל ניט אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה אין פּאַלעסטינע, אַז זיי זענען גרייט מקריבֿ צו זײַן “ביז זייער לעצטן קעמפֿער", כּדי אָפּצוּווישן מדינת־ישׂראל פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך און באַ­פֿרײַען די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿון דער ייִדישער הערשאַפֿט. זיי ווערן דערמוטיקט און געשטיצט פֿון איראַן, סיריע און אַנדערע אַראַבישע, מוסולמענישע לענדער.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער און געוועזענער ירושלימער בירגערמײַסטער אהוד אָלמערט, מיטן איצטיקן בירגערמײַסטער, אורי לופּאָליאַנסקי, און דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני, בעת אַ קאַבינעט־זיצונג, זונטיק, וואָס מע האָט ספּעציעל אָפּגעהאַלטן אינעם

די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים.

נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן,