גרופּע פּאַרטיזאַנער פֿון ביעלסקיס אָטריאַד |
בײַ דעם לעצטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין קאַן, פֿראַנקרײַך, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אין האָליוווּד ווערט פּראָדוצירט אַ מאָנומענטאַלער פֿילם וועגן דעם באַוווּסטן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די העלדישע דרײַ ברידער ביעלסקי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די דײַטשע רוצחים און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער.
אין די קרײַזן פֿון דער פֿילם־אינדוסטריע בכלל, און בײַ די אַלע געוועזענע פּאַרטיזאַנער און זייערע משפּחות אומעטום, באַזונדערס בײַ די אַלע וואָס האָבן אַ געוויסן שײַכות און קרובֿישאַפֿט צו דער “ביעלסקי־גרופּע", האָט די דאָזיקע ידיעה אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס און צופֿרידנקייט.
דער פֿאַקט אַליין, אַז דעם דאָזיקן פֿילם וועט פּראָדוצירן עד זוויק, וועלכער האָט זיך באַרימט געמאַכט איבער דער וועלט מיט זײַנע דערפֿאָלגרײַכע פֿילמען, ווי “The Last Samurai", “Blood Diamond", “Glory" א״אַ, און דערצו נאָך, אַז דער גוט־באַקאַנטער האָליוווּד־שוישפּילער דניאל קרייק, וועלכער האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון דזשיימס באָנד אין דעם פֿילם “Casino Royal", וועט אויספֿירן די הויפּט־ראָלע פֿון טובֿיה ביעלסקין, האָט נאָך מער פֿאַרשטאַרקט די צופֿרידנקייט פֿון אַלעמען.
עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין די לעצטע יאָרן איז שטאַרק געוואָקסן דער אינטערעס צו דער געשיכטע פֿון די ייִדישע פּאַרטיזאַנער־גרופּעס אין די וועלדער אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע, אין די העראָיִשע קאַמפֿן קעגן דער דײַטשער מאַכט און זייערע קריסטלעכע קאָלאַבאָראַטאָרן, און ווי אַזוי זיי האָבן געראַטעוועט און באַשיצט די גרויסע צאָל מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט אין די שווערע באַדינגונגען אין די וועלדער און זומפּן פֿון יענע געגנטן.
דער דאָזיקער אינטערעס איז סטימולירט געוואָרן פֿון די פּראָגראַמען אויף דער טעלעוויזיע, פֿון די אויסשטעלונגען אין מוזייען און פֿון אַ צאָל ערנסטע פּובליקאַציעס אין דער ענגלישער פּרעסע און וויכטיקע פֿאָרשאַרבעטן אויף דער טעמע פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד קעגן די נאַציס אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.
צווישן זיי, דאָס בוך “Defiance: The Bielski Partisans" פֿון פּראָפֿ’ נחמה טעק, וואָס איז דערשינען אין 1993 אין ענגליש און איז איבערגעזעצט געוואָרן אין דײַטש, העברעיִש (“יד־ושם") און אַנדערע שפּראַכן, ווי אויך דאָס בוך “The True Story of Three Men who Defied The Nazis, Built a Village in The Forest, and Saved 1,200 Jews" (Harper Collins, 2003), וואָס האָט געמאַכט אַ רושם מיט זײַן פֿאַרנעם און אינהאַלט.
נחמה טעק, פּראָפֿ’ פֿון סאָציאָלאָגיע אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט אין קאָנעטיקוט, אַמעריקע, האָט פֿאַרפֿאַסט אַ צאָל וויכטיקע און וואָגיקע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן חורבן. ווי זי גיט איבער, איז זי דערגאַנגען צו דער געשיכטע פֿון די ביעלסקי־פּאַרטיזאַנער, ווען זי האָט געאַרבעט אויף איר בוך וועגן דעם נזיר דניאל רופֿאײַזן, וועלכער האָט זיך בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּויליש־דײַטש, געאַרבעט בײַ זיי ווי אַן איבערזעצער און האָט געהאָלפֿן ראַטעווען ייִדן פֿון טויט. נאָך דער מלחמה איז ער געקומען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין חיפֿה. די ישׂראל־רעגירונג האָט זיך אַנטזאָגט אים צו געבן ישׂראל־בירגערשאַפֿט ווי אַ נײַער עולה, ווײַל ער האָט זיך געהאַט געשמדט, כאָטש ער האָט געטענהט, אַז ער איז נאָך אַלץ געבליבן אַ ייִד, אָבער פֿון קריסטלעכן גלויבן.
פּראָפֿ’ טעק דערציילט, אַז זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט טובֿיה ביעלסקין אין ברוקלין, וווּ ער האָט געוווינט נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָזט ישׂראל. אין איר שמועס מיט אים האָט טובֿיה ביעלסקי עטלעכע מאָל אונטערגעשטראָכן, אַז “רופֿאײַזן האָט געראַטעוועט עטלעכע הונדערט ייִדן, איך האָב געראַטעוועט 1,200 ייִדן!" עס איז אויך באַוווּסט, אַז ער האָט בײַ פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן דערקלערט, אַז “עס איז פֿאַר מיר געווען וויכטיקער צו ראַטעווען 10 ייִדן, ווי צו הרגענען איין נאַצי".
“מיט בערך 10 יאָר צוריק", דערציילט פּראָפֿ’ טעק, “ווען ער איז שוין געווען 81 יאָר אַלט, האָב איך געוואָלט אינטערוויויִרן אים פֿאַר דעם בוך אויף וועלכן איך האָב דאַן געאַרבעט". זי איז געקומען צו אים אין שטוב, אָבער זײַן פֿרוי האָט געוואָלט אויסמײַדן זייער באַגעגעניש, זאָגנדיק, אַז “ער האָט געהאַט אַ שווערע נאַכט און עס איז נישט געוווּנטשן אים אויפֿצורעגן מיט די זכרונות פֿון אַמאָל"...
פּלוצעם האָט זיך דערהערט טובֿיהס שוואַכע שטימע פֿון זײַן צימער: “לאָז זי אַרײַן!"
זיי זענען געזעסן און געשמועסט עטלעכע שעה. טובֿיה איז געווען זייער פֿרײַנדלעך און האָט געענטפֿערט וויליק אויף אירע פֿראַגעס, וואָס שייך זײַן פֿאַרגאַנגענהייט און אָנפֿירן מיט דעם פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, צוזאַמען מיט זײַנע אַנדערע צוויי ברידער. מיט צוויי וואָכן שפּעטער נאָך דער דאָזיקער באַגעגעניש, איז טובֿיה ניפֿטר געוואָרן. ער איז געקומען צו קבֿורה אויפֿן הר־המנוחות אין ירושלים, צווישן די שורות־קבֿרים פֿון די קעמפֿער פֿון די אונטערגרונט־באַוועגונגען פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, מיט אַ פֿולן מיליטערישן און בכּבֿודיקן צערעמאָניאַל, און דער באַטייליקונג פֿון וויכטיקע מיליטערישע און מדינה־פּעזענלעכקייטן.
* * *
ברודער ביעלסקי (פֿון רעכטס): טובֿיה, עשׂהאל און זוסיע |
ווי אַזוי, און אין וועלכע באַדינגונגען עס איז אַנטשטאַנען דער ביעלסקי־אָטריאַד, איז אַ העכסט אינטערעסאַנט און געשפּאַנט קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג אין דער צווייטער וועלט־מלחמה בכלל.
לייזער ענגעלשטערן, אָפּשטאַמיקער פֿון ווילנע, געוועזענער פּאַרטיזאַן אין ביעלסקי־אָטריאַד, שילדערט עס אין זײַן זכרונות־בוך “אין געטאָס און וועלדער — פֿון ווילנע ביז די נאַליבאָקער ווילדערנישן", אַרויסגעגעבן פֿון דער “בית לוחמי הגטאות ע״ש יצחק קצנלסון" אין 1972, רעדאַגירט פֿון ישׂראל רודניצקי. אין דער ביעלסקי־משפּחה זענען געווען 9 זין און 3 טעכטער. דער פֿאָטער דוד האָט געהאַט אַ מיל אין דאָרף סטאַנקעוויטש, 10 קילאָמעטער פֿון דער שטאָט נאָוואָגרודאָק (נאָוואַרעדאָק), אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד. אויסער דער מיל האָט ער אויך פֿאַרמאָגט ערד און אַליין באַאַרבעט זײַנע פֿעלדער. אויסגעהאָדעוועט אין שויס פֿון דער נאַטור, זענען די ביעלסקיס פֿון קינדווײַז אָן צוגעוווינט געווען צו וואַלד און פֿעלד, וווּ זיי האָבן געקענט אַלע וועגן און סטעזשקעס ווײַט אַרום, און באַקאַנט געווען מיט די פּויערים פֿון דער געגנט, וועלכע פֿלעגן ברענגען זייערע תּבֿואות אין מיל.
אין איינע פֿון די שחיטות זענען אומגעקומען זייערע עלטערן. די צוויי ברידער, זוסיע און עשׂהאל, זענען אַנטלאָפֿן און האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין די אַרומיקע וועלדער. דער עלטערער ברודער טובֿיה, וועלכער האָט דאַן געלעבט אין לידע, האָט אײַנגעשטעלט זײַן לעבן אין סכּנה און איז געקומען אַהיים, כּדי צו זײַן צוזאַמען מיט דער משפּחה.
אַנטלויפֿנדיק אין וואַלד, האָבן די ברידער, זוסיע און עשׂהאל, מיטגענומען מעסערס, וואָס האָבן זיי געזאָלט דינען ווי געווער אין פֿאַל פֿון אַ געפֿאַר. מיט דער הילף פֿון באַקאַנטע פּויערים האָבן זיי אָנגעהאַלטן קאָנטאַקט מיט זייערע קרובֿים, און עס האָט לאַנג ניט געדויערט, ווי די אַלע, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט פֿון דער שחיטה, זענען אָנגעקומען צו זיי אין וואַלד.
מיט דער צײַט איז זייער גרופּע געוואַקסן מיט נאָך עטלעכע אַנטלאָפֿענע ייִדן שוין געציילט 19 מענטשן. די גרופּע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אָפּשרעק־כּוח קעגן די פּויערים, וועלכע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אַרויסצוהעלפֿן די דײַטשן צו מאָרדן ייִדן. צוויי חדשים צײַט האָבן זיי אַרומגעוואַנדערט איבער די וועלדער, בײַ טאָג זיך געוואַרעמט אַרום די פֿײַערן און בײַ נאַכט געגאַנגען אין די דערפֿער אַרום נאָך שפּײַז. נאָך דעם, ווי זיי איז געלונגען צו באַקומען 9 ביקסן און דרײַ רעוואָלווערן, האָבן זיי זיך מיט אַ מאָל דערפֿילט האָפֿערדיק און זיכער: אַפֿילו די פּויערים אַרום האָבן באַקומען פֿאַר זיי דרך־ארץ.
נאָך דער ערשטער שחיטה אין נאָוואָגרודקער געטאָ זענען געקומען נאָך 8 לעבן־געבליבענע און די גרופּע האָט שוין געציילט 27 מענטשן, עס איז שוין געווען נייטיק, אַז עמעצער זאָל אָנפֿירן מיט דער גרופּע. נאָך אַ באַראַטונג איז טובֿיה ביעלסקי באַשטימט געוואָרן פֿאַר איר קאָמאַנדיר. ווי די ערשטע “זאַדאַטשע" (אויפֿגאַבע, אונטערנעמונג) איז באַשלאָסן געוואָרן צו נעמען נקמה אין די נאַצישע מערדער און אויפֿן ערשטן אָרט “אָפּצוראַמען" פֿון וועג אַזעלכע פּויערים וואָס האָבן געהאַט אַ האַנט אין העלפֿן די דײַטשן הרגענען ייִדן. מיט דעם האָבן זיי גלײַכצײַטיק געצילט אָנצוּוואַרפֿן אַ מורא אויף די פּויערים, וועלכע האָבן געלויערט אויף זיי גופֿאַ.
דער ערשטער נקמה־אַקט איז אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַ פּאָליציייִשער משפּחה מאַרצינעווסקי, וואָס האָבן געדינט די נאַצישע מערדערס. אויסער דעם האָבן זיי אָנטייל גענומען אין צורויבן ייִדיש פֿאַרמעג. ביעלסקיס גרופּע האָט אין מיטן דער נאַכט זיך אַרײַנגעריסן צו זיי אין שטוב און אַלעמען אויסגעשאָכטן. נאָך דעם האָבן זיי אַוועקגעלאָזט מיטן פֿײַער די גאַנצע ווירטשאַפֿט זייערע.
דער דאָזיקער ערשטער נקמה־אַקט האָט געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין אַלע דערפֿער פֿון יענער געגנט. אין עטלעכע טעג אַרום איז ביעלסקיס גרופּע אַוועק אין אַן אַנדער דאָרף און דאָרטן האָבן זיי “דורכגעפֿירט גענוי אַזאַ שטיקל אַרבעט". קורץ נאָך דעם האָבן זיי געכאַפּט אַ שפּיאָן, וואָס האָט געלויערט אויף זייער גרופּע; אויך ער איז דערשאָסן געוואָרן.
די צאָל מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער ביעלסקי־גרופּע איז געוואַקסן מיט דער צײַט. לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון די שחיטות אין די אַרומיקע שטעטלעך, פֿאַרבאַהאַלטענע אין קעלערס און בוידעמער, האָבן אין דער פֿינצטערניש פֿון די נעכט זיך באַמיט צו דערגרייכן מיט זייערע לעצטע כּוחות דעם וואַלד, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער ביעלסקי־אָטריאַד. טובֿיה און זײַנע אַרויסהעלפֿער, האָבן מיט אָפֿענע אָרעמס אויפֿגענומען יעדן ייִד, וועלכער האָט זיך געראַטעוועט פֿון די דײַטשע הענט. די ביעלסקיס האָבן געשיקט שליחים קיין נאָוואָגרודאָק, לידע און אַנדערע געטאָס, וועלכע האָבן גערופֿן, און געהאָלפֿן די ייִדן צו אַנטלויפֿן פֿון געטאָ און קומען אין וואַלד זיך אָנצושליסן אין זייער גרופּע.
אַ דאַנק די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען, וואָס די ביעלסקי־ברידער האָבן אָנגעהאַלטן מיט עטלעכע פּויערים אין דער געגנט, האָבן אייניקע פֿון זיי ענג מיטגעאַרבעט מיט די פּאַרטיזאַנער און זיי געהיים געהאָלפֿן מיט שפּײַז, נייטיקע לעבנס־מיטלען און אויך מיט וויכטיקער אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּאָזיציעס און באַוועגונגען פֿון די דײַטשע טראַנספּאָרטן. איינער פֿון זיי איז געווען דער פּויער קאָנסטאַנטין קאָזלאָווסקי אין דאָרף מאַקרעץ, וועלכער האָט געראַטעוועט 100 ייִדן, געהאָלפֿן זיי צו געפֿינען זייער וועג צו דער ביעלסקי־גרופּע אין וואַלד. ער איז געשטאַנען אין ענגן קאָנטאַקט מיט די פּאַרטיזאַנער און זיי געהאָלפֿן מיט ראַט און טאַט.
דער “יד־ושם" אין ירושלים האָט אים אָנערקענט ווי איינעם פֿון די “חסידי־אומות־העולם" און אים באַצייכנט מיט גרויס כּבֿוד פֿאַר זײַנע פֿאַרדינסטן אין ראַטעווען און העלפֿן ייִדן אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
איך פּערזענלעך, האָב אים צו פֿאַרדאַנקען, פֿאַר זײַן הילף אין מײַן אָנקום צו די ביעלסקי־פּאַרטיזאַנער, נאָך דעם ווי איך און נאָך צוויי “לאַגערניקעס" זענען דעם 14טן מײַ 1943 אַנטלאָפֿן פֿון דעם אַרבעטס־לאַגער אין נאָוואָגרודאָק, און זענען נאָך לאַנגע וואַנדערונגען אָנגעקומען צו דעם פֿאַרם־הויז פֿון קאָזלאָווסקין (נאָענט פֿון 12טן קילאָמעטער אויפֿן לידער־שאָסיי). ער האָט אונדז זייער פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען, אונדז געגעבן עסן און געלאָזט אונדז “אָפּכאַפּן דעם אָטעם". אין אַ פּאָר שעה אַרום זענען אַהין אָנגעקומען עטלעכע פֿון ביעלסקיס פּאַרטיזאַנער, וועלכע זענען געווען שטאַרק צופֿרידן אונדז צו זען לעבעדיקע, נאָך דער שחיטה פֿון די פֿרויען און קינדער אין לאַגער מיט אַ וואָך פֿריִער.
מיר זענען ניט געווען די איינציקע, וועלכע דער פּויער קאָזלאָווסקי האָט געהאָלפֿן צו דערגרייכן זיי פֿרײַהייט און זיכערהייט אין ביעלסקיס אָטריאַד. דאָס זעלבע איז געשען מיט צענדליקער אַנדערע אַנטלאָפֿענע פֿון די שחיטות.
* * *
אין נאָוואָגרודקער אַרבעטס־לאַגער האָט מען באַשלאָסן, אַז עס וועט לאַנג ניט דויערן, אַז נאָך דער שחיטה פֿון דעם 7טן מײַ וועט קומען אַ צווייטע שחיטה און די איבעריקע ייִדן אין לאַגער וועלן אויך ליקווידירט ווערן.
דעם 26סטן סעפּטעמבער 1943, 9 אַ זייגער אין אָוונט, איז געגעבן געוואָרן דער סיגנאַל צו אַנטלויפֿן. אין דרויסן האָט גערעגנט און ס’האָבן געבלאָזן קאַלטע ווינטן. די געטאָ־שומרים האָבן ניט געקאָנט הערן די נישט־געוויינלעכע באַוועגונג אין געטאָ. דער עלעקטריקער נעוועראָוויטש האָט געמאַכט אַ קורצשלוס און דער פּראָזשעקטאָר, וואָס האָט באַלויכטן דעם גאַנצן שטח פֿון לאַגער, איז אויסגעלאָשן געוואָרן.
אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט און אין דער אײַלעניש, האָבן אַ סך פֿון די וועלכע האָבן באַוויזן אַרויסצוקריכן פֿון טונעל, פֿאַרלאָרן די ריכטונג וווּהין צו גיין. זיי זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די דײַטשן און די ווײַסרוסישע פּאָליציאַנטן. צווישן זיי זענען געווען די פֿירער פֿון דער אונטערערדישער אָרגאַניזאַציע אין לאַגער, ד״ר יעקבֿ קאָגאַן, אַ געוועזענער מיטגליד פֿון צ״ק פֿון “פּועלי־ציון" אין פּוילן, און דער בחור בערל יאָסעלעוויטש פֿון נאָוואָגרודאָק, וועלכער איז געשטאַנען בראָש פֿון דעם גאַנצן בוי־פּראָיעקט פֿון דעם טונעל.
בלויז 150 פֿון די 200, וועלכע זענען אַרויס פֿון טונעל, זענען מצליח געווען אָנצוקומען צו ביעלסקיס פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד. צווישן זיי איז אויך געווען מײַן איינציק־לעבן־געבליבענע שוועסטער פֿאַניע דוניץ, איצט בראָדסקי, וועלכע וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק.
זי איז דאָרטן געווען כּמעט 9 חדישם צײַט, ווי איינע פֿון ביעלסקיס פּאַרטיזאַנער־גרופּע. אין דער ביעלסקיס גרופּע בין איך געבליבן בלויז עטלעכע וואָכן. פֿון דאָרטן בין איך אַוועק אין דער ליפּיטשאַנסקער פּושטשע (געדיכט וואַלד), וווּ איך האָב זיך אָנגעשלאָסן אָן דעם “אָרליאַנסקי־אָטריאַד", וואָס איז מערסטן טייל באַשטאַנען פֿון זשעטלער ייִדן, געראַטעוועטע פֿון דער זשעטלער געטאָ. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט מײַן שוועסטער ערשט נאָך דער באַפֿרײַונג, ווען זי איז געקומען פֿון אונדזער חרובֿער היים אין זשעטל...
* * *
דער פּלאַנירטער פֿילם וועגן ביעלסקיס אָטריאַד וועט הייסן “Defiance" — (ווידערשטעלן זיך, ניט אונטערגעבן זיך, אויף צו להכעיס). עס וועט זײַן באַזירט אויף דעם בוך פֿון פּראָפֿ’ נחמה טק וואָס הייסט טאַקע: “Defiance: the Bielski Partisans". די מחברין פֿון בוך איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו קאָנסולטירן דעם רעזשיסאָר פֿון דעם פֿילם. עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז פּראָפֿ’ נחמה טעק איז אַליין אַ געראַטעוועטע פֿון חורבן, זי שטאַמט פֿון לובלין. זי איז געבליבן לעבן אַ דאַנק איר אַרישן אויסזען, וואָס האָט דערמעגלעכט איר און איר משפּחה צו פֿאַרשטעלן זיך ווי קאַטוילן. ביז איצט האָט זי שוין אַרויסגעגעבן 6 ביכער אויף פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון חורבן.
מיר ווילן האָפֿן און דערוואַרטן, אַז דער דאָזיקער פֿילם וועט געמאַכט ווערן געטרײַ צו דעם וואָס איז געשען אין דער ווירקלעכקייט און ניט פֿאַרוואַסערט ווערן מיט האָליוווּדער איבערגעטריבנקייט און עקסטראַוואַגאַנצן, ווי האָליוווּד איז מסוגל צו טאָן.
מיר ווילן האָפֿן, אַז דער פֿילם “Defiance" וועט ערלעך, מיט כּבֿוד און רעספּעקט אָפּשפּיגלען דעם דאָזיקן טראַגישן, העראָיִשן קאַפּיטל אין אונדזער געשיכטע, כּדי די דאָזיקע תּקופֿה זאָל אויף אייביק פֿאַרבלײַבן אין זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק.