פּובליציסטיק
מאיר פֿײַנשטיין ז״ל
מאיר פֿײַנשטיין ז״ל

גרעסערע און קלענערע אימפּרעזעס און אונטערנעמונגען גייען נאָך אַלץ אָן אין ישׂראל אין שײַכות מיט דער דאַטע פֿון 40 יאָר זינט דער זעקסטאָגיקער מלחמה און דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — די אַלט־שטאָט פֿון ירושלים.

לויט דעם באַשלוס פֿון דער רעגירונג, וועלן די דאָזיקע פֿײַערונגען זיך ציִען ביז דעם קומענדיקן יאָר, ווען מדינת־ישׂראל וועט אָפּמערקן דאָס 60סטע יאָר פֿון איר זעלבשטענדיקייט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם.

ישׂראל האָט ליב צו פֿײַערן קײַלעכדיקע היסטאָרישע ציפֿערן, וואָס צייכענען אָפּ געוויסע געשעענישן אין איר ווײַטער און נאָענטער געשיכטע. זיי דערוועקן דעם ווילן צו פֿײַערן, אָפּמערקן די דאַטע און ווידמען געדאַנקען, זכרונות און אָפּשאַצונגען פֿון געשעענישן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿריילעכע ווי אויך טרויעריקע.

דעם לעצטן אַפּריל איז אויסגעפֿאַלן דער יאָרצײַט פֿונעם טראַגישן טויט פֿון דעם אצ״ל־קעמפֿער מאיר פֿײַנשטיין ז״ל און זײַן חבֿר, דעם לח״י־קעמפֿער משה באַראַזאַני ז״ל. ביידע האָבן זיך אויפֿגעריסן אין 1947 אין זייער צעל, אין דער עכּו־תּפֿיסה, איידער די ענגלישע זעלנער האָבן זיי געדאַרפֿט פֿירן צו דער תּליה. דעם גראַנאַט, מיט וועלכן זיי זײַנען באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, האָבן זיי באַקומען אַרײַנגעשמוגלט אין זייער צעל אין אַ תּפּוז (אַ מאַראַנץ), דורך קאַמפֿס־חבֿרים פֿון דרויסן. זייער העלדישער טאַט האָט דאַן דערשיטערט דעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל און די ייִדן אין די תּפֿוצות און עס האָט געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג איבער גאָר דער וועלט.

עס איז דאַן נישט געווען דער איינציקער פֿאַל, ווען קעמפֿער פֿון דער אונטערגרונט אין ארץ־ישׂראל זענען באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן לעבעדיקערהייט אין די הענט פֿון די ענגלענדער. אויך אין צײַט פֿון דעם חורבן האָבן געטאָ־קעמפֿער און פּאַרטיזאַנער זיך גענומען דאָס לעבן, איידער אַרײַנצופֿאַלן אין געפֿענגעניש צו די רוצחים, די דײַטשן. אונדזער חורבן־געשיכטע איז פֿול מיט אַזעלכע טראַגישע פֿאַלן.

דער אויפֿרײַס פֿון מאיר פֿײַנשטיין און משה באַראַזאַני ז״ל אין דער אַראַבישער עכּו־תּפֿיסה אין ארץ־ישׂראל מיט 60 יאָר צוריק, איז הײַיאָר אַרויפֿגעשוווּמען אין דער עפֿנטלעכקייט אַ דאַנק דעם זעלטענעם און רירנדיקן פֿאַל, וואָס איז געשען אין ירושלים מיט העכער אַ חודש צוריק. וועגן דעם וויל איך זיך טיילן הײַנט מיט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" אומעטום.

די צוויי העלדישע אונטערגרונט־קעמפֿער פֿון אצ״ל און לח״י זענען באַגאַנגען זעלבסטמאָרד איידער די ענגלענדער האָבן פּלאַנירט זיי צו פֿירן צו דער תּליה. אין יענעם פֿרימאָרגן האָבן די ענגלישע זעלנער געמאַכט אַלע נייטיקע הכנות, לויט אַלע פֿאָרשריפֿטן פֿון דעם תּליה־אַקט, ווי עס שטייט געשריבן אין דעם קאָדעקס פֿון אויספֿירן אַ טויט־אורטייל אויף אַ באַשולדיקטן קעמפֿער קעגן דער ענגלישער קאָלאניאַלער מאַכט. דאָס איז געווען נישט דער ערשטער, און נישט דער לעצטער, תּליה־אַקט אין דער תּפֿיסה פֿון עכּו, וווּ זיי האָבן אויפֿגעהאָנגען במשך יענע יאָרן אַנדערע 7 ייִדישע אונטערגרונט־קעמפֿער. די עקזעקוציעס איבער די ייִדישע קעמפֿער זענען אויסגעפֿירט געוואָרן אין דער אַראַבישער תּפֿיסה אין עכּו, און ניט אין דער ירושלימער תּפֿיסה, ווײַל די ענגלענדער האָבן מורא געהאַט פֿאַר אַן אויסברוך פֿון אַ שאַרפֿער רעאַקציע מצד דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ירושלים.

אויך די צוויי פֿאַרמישפּטע מאיר פֿײַנשטיין און משה באַראַזאַני האָבן זיך מוטיק געגרייט צו דער תּליה. עטלעכע שעה פֿאַר דער עקזעקוציע האָט מאיר פֿײַנשטיין ז״ל צוגערופֿן צו זײַן צעל דעם ענגלישן פּאָליציאַנט טאָמאַס הענרי גודווין און אים איבערגעגעבן דעם "תּנ״ך אין בילדער", וואָס איז רײַך אילוסטרירט מיט 115 בילדער צו די דערציילונגען פֿון תּנ״ך, געצייכנט פֿון דעם באַרימטן מאָלער גוסטאַוו דאָרע.

אויף דער ערשטער זײַט פֿון דאָזיקן תּנ״ך האָט מאיר פֿײַנשטיין אָנגעשריבן אַ ווידמונג אין העברעיִש און אין ענגליש וואָס זענען אייגנטלעך געווען זײַנע לעצטע ווערטער פֿאַר זײַן טראַגישן טויט:


"אין שאָטן פֿון דער תּליה דעם 21.4.47, פֿאַר דעם ענגלישן זעלנער: ווען דו וועסט שטיין אויף דער וואַך בשעת מען וועט אונדז הענגען, נעם אָן דעם בוך פֿאַר אַן אָנדענק; געדענק, אַז מיר זענען געשטאַנען און געשפּאַנט צו דער תּליה בכּבֿודיק. טובֿ למות עם נשק בידיים — עס איז גוט צו שטאַרבן מיט געווער אין די הענט; מאשר לחיות עם הידיים למעלה — איידער צו לעבן מיט אויפֿגעהויבענע הענט אין דער הויך".
מאיר פֿײַנשטיין


נאָך דעם ווי דער ענגלענדער האָט פֿאַרענדיקט זײַן מיליטער־דינסט אין פּאַלעסטינע, און ער האָט זיך אומגעקערט צוריק אַהיים, האָט ער מיטגענומען דעם תּנ״ך מיט זיך קיין ענגלאַנד. ער האָט עס יאָרנלאַנג געהאַלטן, ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. פֿאַר זײַן טויט האָט ער געבעטן זײַן פֿרוי, זי זאָל זיך באַמיִען אומצוקערן דעם תּנ״ך צו דער משפּחה פֿון מאיר פֿײַנשטיין אין ישׂראל. טאָמאַס גודווין איז געשטאָרבן אין יאָר 2005.

די צוואה האָט מקיים געווען זייער זון דעניס גודווין. ער האָט זיך געוואָנדן צו דער קאַנצעלאַריע פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער אין ירושלים, און זיי האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט די קרובֿים פֿון מאיר פֿײַנשטיין, מיט דער מיטהילף פֿון דעם "מוזעאום המחתּרות" פֿון די אונטערגרונט־באַוועגונגען. נאָך 60 יאָר האָט דעניס גודווין, דער זון פֿון דעם געוועזענעם ענגלישן פּאָליציאַנט, צוריקגעבראַכט פּערזענלעך דעם תּנ״ך פֿון דעם אומגעקומענעם אצ״ל־קעמפֿער מאיר פֿײַנשטיין, און עס איבערגעגעבן צו זײַן פּלימעניק אליעזר פֿײַנשטיין אין אַ רירנדיקער באַגעגעניש אין ירושלים, מיט דער באַטייליקונג פֿון אהוד אָלמערט, פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל; געוועזענע חבֿרים פֿון אצ״ל און לח״י, מיט אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן און אַנדערע רעגירונג־פּערזענלעכקייטן.

דער זון פֿון דעם געוועזענעם ענגלישן פּאָליציאַנט האָט דערציילט פּרטים, וואָס ער האָט געהערט פֿון זײַן פֿאָטער, ווי אַזוי ער האָט באַקומען דעם דאָזיקן תּנ״ך פֿון מאיר פֿײַנשטיין איידער ער און זײַן חבֿר, משה באַראַזאַני ז״ל, האָבן זיך אויפֿגעריסן.

אין דעם טאָג פֿון דער עקזעקוציע האָט מאיר פֿײַנשטיין זיך געוואָנדן צו דעניס גודווינס פֿאָטער ער זאָל אַרײַנקומען אין זײַן צעל, ווײַל ער און זײַן חבֿר ווילן זאָגן מיט אים פּריוואַט עטלעכע תּפֿילות פֿאַר זייער טויט. נאָכן פֿאַרענדיקן די תּפֿילות האָט אים מאיר פֿײַנשטיין דערלאַנגט דעם תּנ״ך און אים געבעטן אַרויסצוגיין אין קאָרידאָר, עטוואָס ווײַטער פֿון דער צעל. ער האָט אים געפֿאָלגט און אין עטלעכע מינוטן שפּעטער האָט אָפּגעהילכט אַ שטאַרקער אויפֿרײַס אין דער צעל. ביידע פֿאַרמישפּטע זענען צעריסן געוואָרן אויף שטיקער. צווישן אַנדערן, האָט ער דערציילט, אַז זײַן פֿאָטער האָט געגלייבט, אַז די צוויי פֿאַרמישפּטע האָבן זיך באַצויגן צו אים מיט סימפּאַטיע פֿאַר זײַן פֿרײַנדלעכער באַהאַנדלונג במשך פֿון זייערע טעג אין דער תּפֿיסה אין עכּו, און דערפֿאַר האָבן זיי נישט געוואָלט, אַז ער זאָל באַשעדיקט ווערן פֿון דעם אויפֿרײַס.

לויט הרבֿ גאָלדמאַן, וועלכער איז געשיקט געוואָרן פֿון דער ייִדישער אַגענץ צו זײַן אָנוועזנד בײַ דער עקזעקוציע, האָבן די צוויי פֿאַרמישפּטע פּלאַנירט זיך אויפֿצורײַסן בשעת דער עקזעקוציע און דערבײַ אומברענגען אַ צאָל ענגלישע פּאָליציאַנטן. זיי האָבן אָבער דעם פּאָליציאַנט טאָמאַס הענרי גודווין געהאַלטן פֿאַר אַ גוטן, פֿרײַנדלעכן ענגלענדער, האָט ער דערקלערט.