פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ קורצער צײַט צוריק, האָבן מיר נאָכגעפֿאָלגט מיט אַ גרויסן נײַגער די ספּעקטאַקלדיקע, גרויספֿאַרנעמיקע “פּרײַמעריס" פֿאַר קאַנדידאַטן פֿון די צוויי פּאַרטייען אין די וואַלן פֿאַר פּרעזידענט און וויצע־פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ’ שאָול פֿרידלענדער

עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם...

לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון.

ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אומבאַקאַנט, ש״י עגנון, פּרץ הירשביין, חיים־נחמן ביאַליק, מאַניע ביאַליק, תּל־אָבֿיבֿ, 1927

(עטלעכע זכרונות און מחשבֿות צו זײַן 74סטער יאָרצײַט)

איך געדענק עס זייער גוט, עס איז נאָך טיף אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון. אין אַ הייסן זומער־טאָג, כ״א תּמוז, תרצ״ד — 1934, בין איך געפֿאָרן באַזוכן מײַנע חבֿרים אין דעם באַוואַלדיקטן שטעטל נאָוואָיעלניע, ניט ווײַט פֿון מײַן היים־שטעטל, וווּ עס האָט זיך דאַן געפֿונען דער זומער־לאַגער פֿון דער יוגנט־גרופּע פֿון שומר־הצעיר. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געווען באַקאַנט ווי אַ קילע זומער־דאַטשע, וואָס האָט צוגעצויגן יוגנ און אַלט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אַרום און פֿון די גרעסערע שטעט, ווי סלאָנים, נאַוואַ­רעדאָק (נאָוואָגרודאַק), באַראַנאָוויטש א"אַ.

ישׂראל, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער

מיר האָבן שוין, ברוך־השם אין ירושלים אויך אַ בריק, פּונקט אַזוי ווי אין אַ סך אַנ­דערע הויפּטשטעט איבער דער וועלט, ווי אין וואַרשע איבער בוג, סאַנקט־פּעטערבורג איבער ניעוואַ, קיִעוו איבערן דניעפּער, לאָנ­דאָן איבער טעמזע, פּאַריז איבער דער סיענע, רוים איבער דעם טיבער א״אַנד.

די אַלע בריקן זײַנען איבער טײַכן און וואַסערן, וואָס פֿאַרבינדן קוואַרטאַלן און טיילן פֿון לאַנד־שטרעקעס. אָבער אונדזער נײַע בריק איז ממש אַן אויסנאַם.

‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנט­וויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט גע­וואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש.

פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(די באַפֿרײַונג און פֿאַראייניקונג פֿון אַלט־ירושלים)

אונדזער מדינהלע — מדינת־ישׂראל, איז שוין גאָט צו דאַנקען אַריבער די "זעכציקער", זינט 1948, און אונדזער פֿאַראייניקטע "ירושלים שחוברה לה יחדיו" — האָט שוין גאָט צו דאַנקען, די טעג, אָפּגעפֿײַערט 41 יאָר, זינט איר פֿאַראייניקונג אין 1967…

די דאָזיקע צוויי היסטאָרישע דאַטעס האָט מען אין משך פֿון דעם קײַלעכדיקן יאָר אָפּגעמערקט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם איבערן גאַנצן לאַנד,

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעמפּלערס אין דער קאָלאָניע ווילהעלמאַ

אין די איצטיקע טעג און וואָכן, אין צוגאָב צו אונדזער אַלטן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ פּסח, מיט אַלע זײַנע זיטן און מינהגים, מערקן מיר אָפּ קאַרדינאַלע היסטאָרישע דאַטעס אין אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר, וואָס זענען אַ פּועל־יוצא פֿון געשעענישן און איבערלעבונגען, פֿאַרלאָפֿן אין אונדזער דור. מיר זענען געווען דירעקטע אָנטייל נעמער, אָדער לעבעדיקע עדות פֿון די דאָזיקע געשעענישן פֿון דער נאָענט אָדער פֿון דער ווײַט.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער דאָזיקער “בריוו פֿון ירושלים" וועט דערשײַנען אין “פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, וועלן שוין זײַן די לעצטע טעג פֿון פֿאַר־פּסח, דעם חג־החרות — דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמאָליקן מצרים.

טויזנטער יאָרן זענען שוין פֿאַרבײַ זינט דאַן, און דער דאָזיקער יום־טובֿ האָט נאָך אַלץ ניט פֿאַרלאָרן זײַן זין,

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די רעדאַקטאָרן בני מר (מער) און זײַן געהילף חנה עמית (אַמיט) האָבן זיך שטאַרק געמיט, אַז דער לעצטנס דערשינענער נומער 4 פֿון "דווקא", זאָל ניט אָפּ­שטיין פֿון די פֿריִער­דיקע דרײַ נומערן, סײַ אין זײַן אינהאַלט, און סײַ אין דעם אינערלעכן און אויסערלעכן רײַך־אילוס­טרירטן פֿאָרמאַט.

במשך פֿון קאַרגע צוויי יאָר פֿון זײַן עקזיס­טענץ, האָט דער דאָזי­קער זשורנאַל זיך דערוואָרבן פּרעס­טיזש און אָנערקענונג אין די אויגן פֿון די העברעיִשע לייענער אומעטום. זיי האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער אָנגענומענער ליניע, וואָס די רעדאַקציע־קאָלעגיע, בראָש מיט פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן,

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(נאָך אַ וואָך פֿון אָפּרו און פֿאַרגעניגן בײַם ים־המלח)

בלויז אַ שעה און אַ האַלב דויערט אָנצוקומען מיט דעם "אגד"־אויטאָבוס פֿון דעם קאַלטן, טריבן ירושלים ביז דעם זון־שײַנענדיקן, וואַרעמען ים־המלח ("דער געזאַלצענער ים"), וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער ים־המוות ("דער טויטער ים").

עס דויערט ניט לאַנג. נאָך דעם ווי דו פֿאַרלאָזסט די אויטאָבוס־סטאַנציע אין צענטער פֿון ירושלים, און דו באַווײַזסט נאָך ניט זיך מאַכן באַקוועם אין דײַן זיצפּלאַץ, ביסטו שוין אין מידבר־יהודה.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נתן אַלתּרמן

דעם 15 דעצעמבער 1947, צוויי וואָכן נאָך דער היסטאָרישער סעסיע פֿון די "פֿאַר­אייניקטע פֿעלקער" אין לייק־סוקסעס, ניו־יאָרק, בעת וועלכער עס איז אָנגענומען גע­וואָרן די רעזאָלוציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל, זענען איבערן לאַנד אָנגעגאַנגען ביטערע קאַמפֿן צווישן די ייִדן און די אַראַבער.

אין יענעם טאָג, מיט איבער 60 יאָר צוריק, איז ד"ר חיים ווייצמאַן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי, צונויפֿגערופֿן פֿון דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל" (United Jewish Appeal — U.J.A.).

קינאָ
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הײַיאָריקער ייִדישער פֿילם־פֿעס­טיוואַל, אין ירושלים, איז געווען גרויס־פֿאַרנעמיק און רײַך אין אינהאַלט. קרובֿ צו 120 לענגערע און קורצע פֿילמען אויף ייִדי­שע טעמעס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן האָט מען געוויזן אויף די עקראַנען פֿון דעם 1טן ביזן 7טן דעצעמבער, אין דעם לעצטנס באַנײַטן און אויסגעברייטערטן בנין פֿון דער ירושלימער סינעמאַטעק, און אויך אין אַ צאָל אַנדערע פּלעצער אין ירושלים.