די רעדאַקטאָרן בני מר (מער) און זײַן געהילף חנה עמית (אַמיט) האָבן זיך שטאַרק געמיט, אַז דער לעצטנס דערשינענער נומער 4 פֿון "דווקא", זאָל ניט אָפּשטיין פֿון די פֿריִערדיקע דרײַ נומערן, סײַ אין זײַן אינהאַלט, און סײַ אין דעם אינערלעכן און אויסערלעכן רײַך־אילוסטרירטן פֿאָרמאַט.
במשך פֿון קאַרגע צוויי יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ, האָט דער דאָזיקער זשורנאַל זיך דערוואָרבן פּרעסטיזש און אָנערקענונג אין די אויגן פֿון די העברעיִשע לייענער אומעטום. זיי האָבן זיך געהאַלטן בײַ דער אָנגענומענער ליניע, וואָס די רעדאַקציע־קאָלעגיע, בראָש מיט פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, לייטער פֿון בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ און אַרויסגעבער פֿון דעם זשורנאַל, האָבן אָנגעצייכנט, אַז ער זאָל זײַן אַ צײַטשריפֿט אין דער העברעיִשער שפּראַך, אויף אַ הויכן ליטעראַריש־זשורנאַליסטישן ניוואָ, וואָס שפּיגלט אָפּ אויף אַ ווירדיקן אופֿן און באַקענט די העברעיִשע לייענער מיט דער רײַכער ייִדישער קולטור־יצירה אין אַלע אירע פֿאָרמעס: ליטעראַטור, קונסט, מוזיק, פֿאָלקלאָר אד"גל.
די אָפּרופֿן און אָפּשאַצונגען פֿון אַלע קרײַזן לייענער, זענען געווען זייער פּאָזיטיוו און צופֿרידנשטעלנדיק. אין זײַן אַרײַנפֿיר צו דעם איצטיקן נומער, מאַכט בני מר אַ קורצן, באַלערנדיקן און אינפֿאָרמירנדיקן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער פֿאַר די לעצטע דורות. ער שילדערט פֿאַר דעם לייענער דעם שווערן וואַנדער־וועג פֿון די "בלאָנדזשענדע שטערן", ווי מען האָט גערופֿן די ייִדישע טעאַטער־טרופּעס אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט — אָנגעהויבן פֿון דעם ווײַנקעלער אין יאַס, רומעניע, בימי דעם גרינדער פֿון ערשטן ייִדישן טעאַטער אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, פֿון די שטעט און שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע קיין אַמעריקע, דורך פּאַריז און לאָנדאָן, פֿון ניו־יאָרק קיין בוענאָס־אײַרעס אין אַרגענטינע, און נאָכן אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, פֿון ניו־יאָרק קיין תּל־אָבֿיבֿ, ירושלים און אַנדערע מקומות. די ייִדישע אַקטיאָרן פֿלעגן אַרײַנברענגען אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון שטעט און שטעטלעך אַ ביסל פֿרייד און פֿאַרגעניגן, פֿאַרווײַלונג און גײַסטיקע, עמאָציאָנעלע איבערלעבונג, צו מאַכן פֿאַרגעסן אין די צרות און דאגות...
כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז אַ באַטײַטיקע צאָל פֿאָרש־אַרבעטן וואָס זענען פּובליקירט אין דעם נומער "דווקא", זענען געמאַכט געוואָרן פֿון דאָקטאָראַנטן און אַקאַדעמיקער אין פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן און לערן־אינסטיטוציעס אין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער. ד"ר דני ענבֿר, וועלכער האָט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט אין קאַליפֿאָרניע, איז פֿאַרטראָטן אין דעם נומער "דווקא" מיט אַ לענגערער אַרבעט וועגן דעם פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, אין צוזאַמענהאַנג מיט דער דאַטע פֿון 100 יאָר נאָך זײַן פּטירה. ער באַצייכנט אים "ווי אַן 'אמתער כּישוף־מאַכער׳, וועלכער האָט באַוויזן צו פֿאַרבינדן צוויי ייִדישע פֿאָלקלאָריסטישע קאָמפּאָנענטן, מיט די יסודות פֿון דעם טעאַטער פֿון דער מערבֿ־וועלט, וואָס האָבן אויסגעזען נאַטירלעך אין די אויגן פֿון די צושויער אין די ייִדישע שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע".
פּראָפֿ' דוד אָסף, באַקאַנטער היסטאָריקער און פֿאָרשער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דערציילט וועגן פֿאַלן פֿון פּלאַגיאַטאָרן אינעם ייִדישן טעאַטער. זײַן אינטערעסאַנטע אַרבעט שרײַבט ער אונטערן קעפּל "גנבֿ, גנבֿ". ער ווײַזט אָן, אַז ניט שטענדיק איז אין דעם ייִדישן טעאַטער געווען "סוף גנבֿ לתּליה".
מתּן חרמוני (כערמאָני), דאָקטאָראַנט אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע, דערציילט אין אַ לענגערער אַרבעט וועגן נחום־מאיר שײַקעוויטש, וועלכער איז געווען באַקאַנט אונטער זײַן פּען־נאָמען שמ"ר (שאָמער). ער האָט אָנגעשריבן אין ייִדיש מער ווי 20 ראָמאַנען און מער ווי 50 פּיעסעס, וועלכע זענען געווען קלאַסיפֿיצירט דורך די ליטעראַטור־קריטיקער פֿון יענער צײַט ווי "שונד", אָבער דער טעאַטער־עולם און די לייענער, מערסטנס ווײַבער, האָבן עס שטאַרק ליב געהאַט.
עס דערשײַנט אין דעם נומער אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון דעם שמועס וואָס שלמה מיכאָעלס האָט געהאַט מיט די יונגע אַרטיסטן אין יאָר 1940 אויף דער טעמע: "די אויפֿגאַבע פֿון אַ שוישפּילער", וווּ ער האָט דערקלערט, אַז "אַן אַרטיסט דאַרף אויספֿירן זײַן ראָלע פּונקט אַזוי ווי אַ פּריסט זײַן דרשה. אויב ער האָט ניט וואָס צו זאָגן, האָט ער ניט דאָס רעכט אַרויסצוטרעטן אויף דער בינע".
יאיר אור, רעדאַקטאָר און איבערזעצער, דערציילט וועגן פֿראַנץ קאַפֿקאַ, זײַן באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך און צו דעם ייִדישן טעאַטער. ער ציטירט אַן אינטערעסאַנטן עפּיזאָד פֿון קאַפֿקאַס ביאָגראַפֿיע, וואָס מאַקס בראָד האָט וועגן אים געשריבן: "קאַפֿקאַ איז געווען שטאַרק באַגײַסטערט פֿון ייִדישן טעאַטער, אין וועלכן ער האָט געזען דעם כּוח פֿון דער פֿאָלקסטימעלכקייט בײַ די ייִדישע מאַסן אין מיזרח־אייראָפּע פֿון יענער צײַט". ער האָט זיך באַפֿרײַנדט מיט דעם ייִדישן אַקטיאָר יצחק לוי, וועלכער איז געבוירן אין וואַרשע אין אַ חסידישער משפּחה. קאַפֿקאַ האָט זיך באַמיט צו העלפֿן די אַרטיסטן פֿון דער טעאַטער־טרופּע, וואָס איז געקומען קיין פּראָג אין 1911. די מערסטע פֿון זיי זענען געווען אָרעם און נויט־באַדערפֿטיק. אָבער לגבי ייִדיש איז קאַפֿקאַ געווען סקעפּטיש און געהאַט געוויסע ספֿקות, וועגן איר חשיבֿות. ער האָט עס באַצייכנט ווי אַ זשאַרגאָן, אַז "זי באַשטייט פֿון צו פֿיל פֿרעמדווערטער און איז אַ געמיש פֿון אַ סך שפּראַכן. דערצו נאָך האָט זי אַפֿילו ניט קיין גראַמאַטיק..."
עס גלייבט זיך אָבער קוים, אַז קאַפֿקאַ זאָל זײַן אַזוי אומבאַהאַוונט אין דער ייִדישער שפּראַך, מיט איר אַנטוויקלונג און וויכטיקייט פֿאַר די ייִדישע מאַסן.
רפֿי אילן, ליטעראַטור־קריטיקער אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, שרײַבט וועגן אַן אויסנעמלעכער געשעעניש אין ישׂראל וואָס ער רופֿט אָן "אַ נס פֿון דער מגילה". אין 1965 איז צו גאַסט קיין ישׂראל געקומען פֿון אַמעריקע די משפּחה פֿון פּסחקע בורשטיין. זיי זענען אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע פֿון "חאמאם" (כאַמאַם)־טעאַטער אין יפֿו מיט דער "מגילה" פֿון איציק מאַנגער. רעזשיסאָר שמואל בונים, מוזיק דובי זעלצער, העברעיִשע דערקלערונגען פֿון חיים חפֿר. אין יענע יאָרן איז אין ישׂראל געווען פֿאַרבאָטן אויפֿצופֿירן אַ פֿאָרשטעלונג אָדער אַפֿילו אַ קאָנצערט אין ייִדיש. אָבער די משפּחה בורשטיין — ליליאַן פֿוקס, פּסחקע בורשטיין און זייער יונגער זון מײַק — האָבן יאָ באַקומען אַ ספּעציעלע דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג, ווײַל זיי זענען געווען "געסט פֿון אַמעריקע..."
די פֿאָרשטעלונג האָט געהאַט גרויס "סוקסעס". עס האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע. די פּרעכטיקע לידער פֿון דער "מגילה" און די מוזיק פֿון דובי זעלצער זענען ממש געוואָרן אַ "שלאַגער" איבערן לאַנד.
שמעון לוי, פּראָפֿ' פֿון טעאַטער־געשיכטע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, באַהאַנדלט ברייט אין זײַן אַרבעט די אַנטוויקלונג פֿון טעאַטער אין ישׂראל בכלל און גיט אַ פֿאַרגלײַכלעכע אָפּשאַצונג צווישן דעם העברעיִשן און ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, זייער טעמאַטיק, רעפּערטואַר און כאַראַקטער־שטריכן פֿון זייערע שוישפּילער אויף דער בינע און די צושויער אין טעאַטער־זאַל.
מאָטי אַווערבוך, דער רעזשיסאָר און קינסטלערישער לייטער פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אונטער דעם ענערגישן אָנפֿירער און גרינדער פֿון טעאַטער שמואל עצמון, אינטערוויויִרט זיך אַליין. ער דערציילט וועגן זײַנע פּערזענלעכע געפֿילן און באַציִונג צו דעם "ייִדישפּיל־טעאַטער", וואָס איז דער איינציקער לעגיטימער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער, אָנערקענט און ווערט געשטיצט פֿון דעם דערציִונג־מיניסטעריום פֿון ישׂראל און אַנדערע אינסטיטוציעס.
אין זײַן לענגערן "אינטערוויו מיט זיך אַליין", דערציילט מאָטי אַווערבוך וועגן דעם אויפֿקום פֿון דעם "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין ישׂראל, מיט 20 יאָר צוריק. "עס איז געווען ממש אַן אַקט פֿון רעטונג און עקזיסטענץ. די געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן, וועלכע זענען דעמאָלט מאַסנווײַז אָנגעקומען קיין ישׂראל, זענען געווען געצוווּנגען צו 'באַהאַלטן' זייער שפּראַך און זייער קולטור. מען האָט ניט געטאָרט דעמאָנסטרירן בפֿרהסיה (אָפֿן), אין געזעלשאַפֿטלעכע און קולטור־אינסטיטוציעס זייער מאַמע־לשון — די ייִדישע שפּראַך.
"אָבער נאָר אַ דאַנק דעם חן און פֿאָלקסטימלעכקייט פֿון דעם ייִדישן טעאַטער און דעם עקשנות פֿון די טוער אין ייִדיש און ייִדיש־ליבהאָבער אין לאַנד איז געלונגען דורכצוברעכן און בײַקומען אַלע גזירות. איינער פֿון זיי איז שמואל עצמון, דער גרינדער פֿון 'ייִדישפּיל־טעאַטער'.
"עס זענען יאָ פֿאָרגעקומען פֿאָרשטעלונגען אין ייִדיש איבערן לאַנד. הגם ניט אַלע זענען זיי געשטאַנען אויף אַ געהעריק קינסטלערישן ניוואָ, זענען זיי געווען שטאַרק פּאָפּולער בײַ די פֿאָלקס־מאַסן, וואָס האָבן ליב געהאַט צו זען אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג און הערן אַ ייִדיש וואָרט".
אין משך פֿון זײַן קורצער עקזיסטענץ, פֿון קרובֿ צוואַנציק יאָר, האָט דער טעאַטער אויפֿגעפֿירט מער ווי 60 פּיעסעס פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער, און אויף פֿאַרשיידענע טעמעס: שלום־עליכם, מענדעלע, גאָרדין, עגנון, באַשעוויס־זינגער, קולבאַק, דער ניסתּר, מאַנגער, קאַציזנע א"אַ, ווי אויך אַ צאָל אָריגינעלע פּיעסעס וועגן פּערזענלעכקייטן און היסטאָרישע געשעענישן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור.
"...עס שטייט נאָך פֿאַר אונדז אַ ברייט פֿעלד פֿון אַרבעט, אַמווייניקסטן ביז דעם 22סטן יאָרהונדערט!", פֿאַרענדיקט מאָטי אַווערבוך זײַן אינטערעסאַנטן איבערזיכט.