פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ קורצער צײַט צוריק, האָבן מיר נאָכגעפֿאָלגט מיט אַ גרויסן נײַגער די ספּעקטאַקלדיקע, גרויספֿאַרנעמיקע “פּרײַמעריס" פֿאַר קאַנדידאַטן פֿון די צוויי פּאַרטייען אין די וואַלן פֿאַר פּרעזידענט און וויצע־פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אין ישׂראל אויך איבערגעלעבט, אויף אַ קלענערן און מער באַשיידענעם אופֿן אַן ענלעכע דערפֿאַרונג, ווען עס זענען פֿאָרגעקומען די “פּרײַמעריס" און דאָס אויסקלײַבן דעם נײַעם פֿאָרזיצער, אָדער פֿאָרזיצערין, פֿון דער איצט־דאָמינירנדיקער פּאַרטיי “קדימה", וועלכע וועט לויפֿן פֿאַר פּרעמיער־מיניסטער אַנשטאָט דעם איצטיקן פּרעמיער אהוד אָלמערט.

ניט שטענדיק קענען מיר זיך פֿאַרגלײַכן מיט דער גרויסער אַמעריקאַנער מדינה און אירע גרויסאַרטיקע, גראַנדיעזע ספּעקטאַקלען, מעג עס זײַן פֿאַרווײַלערישע און אויך פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע אימפּרעזעס. אין דעם שטעל קענען מיר אין ישׂראל נישט זאָגן, אַז “ווי אַזוי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך".

נעכטן האָט די קאַנדידאַטקע ציפּי ליבֿני באַקומען בלויז 431 שטימען מער ווי איר אָפּאָנענט שאָול מופֿז. כאָטש עס איז אים ניט געווען געשמאַק אַראָפּצושלינגען די ביטערע פּיל פֿון אַ פֿאַרלירער (loser בלע״ז), האָט ער דאָך זיך אָנגענומען מיט מוט, אויפֿגעהויבן דאָס טעלעפֿאָן־טרײַבל און געוווּנטשן ליבֿני מזל־טובֿ, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ דזשענטלמען. עס האָט ניט געדויערט לאַנג, ווי ער האָט אויך געמאָלדן אָפֿיציעל און עפֿנטלעך, אַז ער האָט באַשלאָסן זיך צוריקציִען פֿונעם פּאָליטישן לעבן, צו נעמען אַ “פּסק־זמן" — אַן איבעררײַס, צו ווידמען זיך צו אַנדערע באַשעפֿטיקונגען און צו דער משפּחה, צו “געפֿינען אַנדערע וועגן ווי אַזוי בײַצוטראָגן צו דעם וווילזײַן פֿון דער מדינה און אירע בירגער", אויף זײַן פּנים איז געווען קאָנטיק אַז ער איז געווען שטאַרק אַנטוישט, פֿאַרביטערט און טיף גערירט פֿון דער מפּלה, וואָס ער האָט געליטן אין די דאָזיקע שעהען.

די מעדיאַ אין לאַנד האָט קאָמענטירט זייער ברייט די סיבות, די מאָטיוון פֿון זײַן רעאַקציע, זײַנע געפֿילן און זײַן מאָמענטאַלע האַנדלונג.

צווישן אַנדערע פּרטים האָט ער אויך צוגעגעבן, אַז “ער פֿאַרבלײַבט אַ חבֿר אין דער ‘קדימה’־פּאַרטיי; אַז ער וועט טאָן אַלץ וואָס ער וועט קענען צו פֿאַרבלײַבן אָרנטלעך, ניט־איבערקויפֿלעך, ערלעך, לויט זײַן וועג און גלויבן".

וואָס דאָס אַלץ מיינט, וועלן שוין די אַנאַליטיקער און אינטערפּרעטירער “צעלייגן אויף טעלערלעך", אין די קומענדיקע טעג און וואָכן...

וואַלן פֿאַר ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון ירושלים

גלײַך נאָך די ימים־טובֿים וועט, אם־ירצה־השם, זיך אָנהייבן די האַפֿטיקע וואַל־קאַמפּאַניע פֿאַר אַ נײַעם ראָש־העיר פֿון עיר־הקודש, ירושלים, די הויפּטשטאָט פֿון דער מדינה. די מוניציפּאַלע וואַלן אין לאַנד וועלן פֿאָרקומען דעם 11טן נאָוועמבער.

די עסקנים און “שטאָט־פֿאַרזאָרגער", וועלכע פּרעטענדירן צו פֿאַרנעמען דעם דאָזיקן הויכן, בכּבֿודיקן פּאָסטן, זיצן ניט מיט פֿאַרלייגטע הענט, שוין לאַנגע חדשים. זיי רודערן און לויפֿן אַרום צווישן די פֿאַרשיידענע גרופּעס חבֿרות, אינסטיטוציעס און שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, כּדי צו “פֿאַרקויפֿן" זייער סחורה, זייערע הבֿטחות און צוזאָגן, ווי דאָס גוט־באַקאַנט ווערטל קלינגט, אַז “צוזאָגן און ליב האָבן קאָסט קיין געלט ניט"...

עס לויפֿן פֿיר קאַנדידאַטן: דער חרדישער כּנסת־דעפּוטאַט, געוועזענער וויצע־מיניסטער פֿאַר באַזעצונג מאיר פּרוש, דער ראָש פֿון דער אָפּאָזיציע אין שטאָטראַט, באַקאַנטער אינדוסטריעלער פֿון הײַטעק־טעכנאָלאָגיע ניר ברקת (באַרקאַט), דער רוסישער אָליגאַרך־מיליאָנער אַרקאַדי גאַידאַמאַק, און אַריה דרעי (דערי), געוועזענער הויפּט פֿון דער חרדישער ש״ס־פּאַרטיי, געוו’ כּנסת־דעפּוטאַט און מיניסטער אין דער ישׂראל־רעגירונג, וועלכער איז אָפּגעזעסן עטלעכע יאָר אין טורמע פֿאַר קאָרופּציע. ער וויל זיך צוריקקערן צו דער פּאָליטישער אַרענע, מיט דער ברכה פֿון זײַן פּאַטראָן הרבֿ עובֿדיה יוסף און אַנדערע שטיצער. ער וויל דערוויילט ווערן, ניט מער און ניט ווייניקער ווי דער ראָש־העיר, בירגערמײַסטער פֿון דער הייליקער שטאָט ירושלים (!).

דרעי האָט אָבער אַ פּראָבלעם. לויטן געזעץ הענגט נאָך איבער זײַן קאָפּ דער “אות־הקלון" — דער שאַנדפֿלעק פֿון אַ געוועזענעם אַרעסטאַנט. עס איז נאָך אין קראַפֿט און ווי אַזעלכער, קען ער נאָך ניט פֿאַרנעמען אַ רעגירונגס־אַמט. זײַנע אַדוואָקאַטן באַמיִען זיך עס אַראָפּנעמען פֿאַר דער צײַט, דאָס געריכט דאַרף עס באַהאַנדלען. ער האָפֿט אויך, אַז אין ערגסטן פֿאַל וועט אפֿשר זײַן פּערזענלעכער פֿרײַנד, דער נשׂיא שמעון פּערעס אים באַגנעדיקן. ער וואַרט אויף דעם אורטייל.

די ירידה פֿון דעם סעקולערן שולוועזן אין ירושלים

... "מעסט מיך ניט לויט דער לענג פֿון מײַן באָרד, נאָר לויט דער מאָס פֿון מײַנע פֿעיִקייטן און פֿאַרדינסטן"

מיט דער דאָזיקער פּיקאַנטער ווענדונג האָט זיך געוואָנדן צו דער סעקולערער, ניט־פֿרומער באַפֿעלקערונג פֿון ירושלים, דער איצטיקער כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער “יהדות־התּורה"־פּאַרטיי, געוועזענער מיניסטער פֿון דער רעגירונג הרבֿ מאיר פּרוש, וועלכער רוט ניט און איז זייער אַקטיוו אין דער וואַל־קאַמפּאַניע פֿאַר ראָש־העיר פֿון ירושלים. ער זאָגט צו אַלעמען, אַז אויב ער וועט דערוויילט ווערן, וועט ער אָפּהיטן דעם סטאַטוס־קוואָ, וואָס עס הערשט איצט אין דער שטאָט, אַז ער וועט טאָן אַלץ וואָס ער וועט קענען, צוציִען וואָס מער נײַע אײַנוווינער קיין ירושלים, און ער וועט ניט דערלאָזן צו צעטיילן די שטאָט אויף ייִדישע און אַראַבישע טיילן.

דער קלוגער און ראַפֿינירטער, לאַנג־יאָריקער פּאָליטיקער ווייסט זייער גוט, אַז די סעקולערע תּושבֿים פֿון דער שטאָט וועלן אים ניט אָנטרויען דעם אַמט פֿון ראָש־העיר, נאָך דעם איצטיקן אַמטירנדיקן, רעליגיעזן ראָש־העיר אורי לופּוליאַנסקי, וועלכער האָט בשעתּו אויך געהאַט צוגעזאָגט ענלעכע הבֿטחות.

ליידער, איז ירושלים געוואָרן מער חרדיש און אָרטאָדאָקסיש און עס מערקט זיך אַ כּסדרדיקע אויסוואַנדערונג פֿון סעקולערע, ניט־פֿרומע יונגע און מיטל־יעריקע משפּחות פֿון ירושלים, אין פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון לאַנד.

לויט דער סטאַטיסטיק פֿאַרלאָזן יעדעס יאָר ירושלים, אַרום 6,000 אײַנוווינער. אַ דריטל פֿון די 40 טויזנט סטודענטן וואָס לערנען אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און אַנדערע לערן־אינסטיטוציעס וואָלטן וועלן זיך באַזעצן אין ירושלים, נאָך דעם ווי זיי פֿאַרענדיקן זייערע לימודים; אָבער זייער טענה איז, אַז די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, אונטער דער פֿרומער אָרטאָדאָקסישער לייטונג, געפֿינט ניט פֿאַר נייטיק צו שאַפֿן די פּאַסיקע, סטימולירנדיקע און באַקוועמע באַדינגונגען פֿאַר זיי און פֿאַר זייערע קינדער.

אַפֿילו די ירושלים־געבוירענע סטודענטן פֿאַרלאָזן נאָכן פֿאַרענדיקן זייערע לימודים די שטאָט. זיי טענהן, אַז זיי ווילן זיך אויסלעבן אין אַ פֿרײַער, מאָדערנער סבֿיבֿה, פּראָפֿעסיאָנעל און געזעלשאַפֿטלעך. די ירושלימער מוניציפּאַליטעט איז באַהערשט פֿון די חרדישע, אָרטאָדאָקסישע פֿאַקטאָרן, וועלכע זאָרגן מער פֿאַר זייער סעקטאָר, און שאַפֿן באַגרענעצונגען און שוועריקייטן פֿאַר די אַלע וועלכע ווילן אַז זייערע קינדער זאָלן קענען געניסן פֿון אַ מאָדערנער דערציִונג אין זייערע שולן אין ירושלים.

לויט נורית אלדר (עלדאַר), דירעקטאָרין פֿון “בית־חינוך"־שול אין ירושלים, רעגיסטרירן זיך פֿון יאָר צו יאָר אַלץ ווייניקער תּלמידים אין איר מיטלשול. “מיר האָבן דאָס געפֿיל, אַז מיר דאַרפֿן ממש קעמפֿן פֿאַר יעדן תּלמיד, ער זאָל קומען זיך לערנען אין די ניט־רעליגיעזע שולן אין שטאָט", זאָגט זי. די ציפֿערן וואָס זי גיט איבער, שפּיגלען בולט אָפּ דעם איצטיקן מצבֿ פֿון דעם שולוועזן אין ירושלים. דער דאָזיקער פּראָצעס איז זייער ניט קיין צופֿרידנשטעלנדיקער פֿאַר די טויזנטער און טויזנטער עלטערן פֿון קינדער אין ירושלים.

זינט דעם יאָר 2000, זענען רעגיסטרירט געוואָרן אַרום 13.3% ווייניקער קינדער אין די רעגירונג־שולן (ממלכתי) און אַפֿילו אין די רעליגיעזע, ניט־אָרטאָדאָקסישע ציוניסטישע שולן (ממלכתי־דתי), איז אויך שטאַרק געפֿאַלן די צאָל פֿון די נײַ־רעגיסטרירטע תּלמידים. מער ווי 4,000 קינדער פֿון שול־עלטער האָבן פֿאַרלאָזן די שטאָט און זענען אַריבער אין אַנדערע ראַיאָנען פֿון לאַנד, וווּ זיי לערנען זיך אין פֿרײַע, מאָדערנע שולן.

אין געוויסע שולן האָבן זיך רעגיסטרירט בלויז 50% תּלמידים אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַרגאַנגענע לערן־יאָרן און די לייטונג האָט געמוזט רעדוצירן די צאָל קלאַסן. “אויב דער דאָזיקער פּראָצעס וועט אַזוי ווײַטער אָנגיין", זאָגט די פּעדאַגאָגין נורית אלדר, “וועלן זיך שליסן מיט דער צײַט אַ צאָל פֿון די דאָזיקע שולן". אין דער זעלבער צײַט וואַקסן מער קלאַסן אין די חרדישע חדרים און שולן, וואָס קלײַבן זיך אַרײַן, מיט דער הילף פֿון דער מוניציפּאַליטעט פֿון דער שטאָט, אין די בנינים פֿון די געשלאָסענע קלאַסן פֿון די אַלגעמיינע רעגירונג־שולן.

אַ קאָנקרעטער בײַשפּיל פֿון דעם דאָזיקן מצבֿ זענען די סעקולערע שולן אין דער ירושלימער שכונה־פֿאָרשטאָט “רמות". דאָרטן האָט לאַנג עקזיסטירט אַ מיטלשול מיט זיבן גרופּעס פֿון יעדן קלאַס, הײַנט זענען דאָרטן פֿאַראַן בלויז צוויי קלאַסן אין יעדער עלטער־גרופּע. פֿון די 4 סעקולערע, עלעמענטאַרע, אַלגעמיינע שולן וואָס האָבן עקזיסטירט מיט עטלעכע יאָר צוריק, איז איצט געבליבן בלויז איין עלעמענטאַרע שול, אין דער גאַנצער גרויסער פֿאָרשטאָט. זייער פּלאַץ האָבן פֿאַרנומען די חרדישע, אָרטאָדאָקסישע שולן. דער זעלבער פּראָצעס גייט אויך אָן אין די אַנדערע געגנטן פֿון ירושלים.

אין רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער אַנטוויקלונג האָבן עטלעכע פֿון די באַקאַנטע, בכּבֿודיקע פּעדאַגאָגן געלאָזט וויסן, אַז זיי גיבן אויף זייער קאַמף און טראַכטן ערנסט אַרויסצוגיין אויף פּענסיע פֿאַר דער צײַט.

איינער פֿון די דירעקטאָרן פֿון אַ ירושלימער מיטלשול האָט זיך באַקלאָגט, אַז “די וועלכע זענען ממונה אין דער מוניציפּאַליטעט אויף דעם שולוועזן אין שטאָט, דיסקרימינירן די סעקולערע שולן לטובֿת די חרדישע, אָרטאָדאָקסישע ישיבֿות און חדרים, ווען זיי באַשטימען זייערע בודזשעטן און די אַנדערע לעבנס־נייטיקע, וויכטיקע באַדינגונגען און שטיצע. “אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד, געפֿינט זיך ירושלים אויף אַ זייער נידעריקן און באַגרענעצטן ניוואָ", האָט דערקלערט אַ פּראָמינענטער ירושלימער שול־דירעקטאָר.

איך וויל צוגעבן, אַז אויך אַנדערע סעקולערע קולטור־אינסטיטוציעס, ווי טעאַטערס, קלובן און געזעלשאַפֿטלעכע, סאָציאַלע אינסטיטוציעס, האָבן ענלעכע טענות צו די שטאָט־באַלעבאַטים און שטאָט־פֿאַרזאָרגער אין דער הייליקער שטאָט, די הויפּטשטאָט פֿון אונדזער מדינת־ישׂראל.