געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אָנהייב פֿונעם קיבוץ דגניה, 1911

יעדעס מאָל, ווען איך פֿאָר באַזוכן מײַן זון און זײַן משפּחה אין צפֿון פֿון לאַנד, קיין ראָש־פּינה, שטעל איך זיך אָפּ אין איינעם פֿון די קיבוצים אויפֿן וועג.

דאָס מאָל האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קיבוץ דגניה א׳ — דעם ערשטן קיבוץ אין לאַנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 100 יאָר צוריק. נאָך אים זענען אויפֿגעקומען איבערן לאַנד נאָך 273 קיבוצים מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 126 טויזנט חבֿרים.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע מתפּללים בענטשן דעם לולבֿ פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, לעבן דעם כּותל־המערבֿי

ניטאָ נאָך אַ שטאָט אין גאָר דער וועלט, וואָס קען זיך גרויסן מיט אַזוי פֿיל פּראַכט, ווי עס זעט אויס אין די סוכּות־טעג די שטאָט ירושלים. אויף די באַלקאָנען פֿון די הײַזער אין די הייף און גערטנער אַרום, שטייען די שיין־אויסגעפּוצטע סוכּות פֿון וועלכע עס טראָגן זיך די פֿריילעכע קלאַנגען פֿון דעם אָנזאָג "נשׂמחתּם בחגיכם והיִיתם אַך שׂמח!"
די צוגרייטונגען צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ הייבן זיך אָן נאָך פֿאַר יום־כּיפּור, כאָטש דער אָנגענומענער מינהג איז, ווען מען קומט אַהיים נאָך נעילה, נאָך דעם ווי מען כאַפּט אַ לײַכטן ביס און טרונק, נעמט מען זיך גלײַך צו דער הייליקער אַרבעט, אַוועקצושטעלן די ערשטע, הוילע ווענט פֿון דער סוכּה.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אין מאַרק פֿאַר ראָש־השנה (מאָלער: מאיר קירשענבלאַט)

און אָט שטייען מיר שוין ווידער פֿאַר דעם אָנקום פֿון דעם נײַעם יאָר תשע״א.

די יאָרן לויפֿן שנעל פֿאַרבײַ, עס דאַכט זיך, אַז ניט לאַנג צוריק, ערשט נעכטן, האָבן מיר געפֿײַערט די דאָזיקע טעג...

אָבער דער יערלעכער לוח אויף דער וואַנט פֿעלשט ניט, זײַנע בלעטער זענען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער, עס איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע בלעטל פֿון דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר, און דאָס וועט אויך באַלד, אין עטלעכע טעג אַרום, פֿאַרשווינדן...

ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חוה לאַפּין: "ייִדיש איז ווי אַ בוקעט בלומען, וואָס מען דאַרף אים לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן" (איבערזיכט)

עס ליגט פֿאַר מיר דער לעצטער נומער פֿון "די צוקונפֿט", אַרויסגעגעבן פֿון אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק. דער עלטסטער ייִדישער זשורנאַל האָט ווידער אָנגעהויבן צו דערשײַנען נאָך אַן איבעררײַס, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אונטער דער געניטער רעדאַקציע פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, אין אַ נײַעם, מאָדערנעם פֿאָרמאַט.

ישׂראל, ייִדיש־וועלט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטיין טרעט אויף פֿאַר די סטודענטן

10 יאָר פֿון ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע

מיטוואָך, דעם 16טן יוני, האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרענדיקט דאָס צענטע יאָר פֿון דעם יערלעכן ייִדיש־קורס פֿאַר דערוואַקסענע. אָנגעהויבן האָט זיך דער דאָזיקער אויסנעמלעכער און פּאָפּולערער קורס מיט 90 סטודענטן. אין דעם לעצטן, פֿאַרגאַנגענעם, לערן־יאָר האָט די צאָל דערגרייכט ביז 340 סטודענטן.

וואָך־אײַן וואָך־אויס, זענען זיי געקומען פֿון נאָענט און פֿון ווײַט צו לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, צו באַקענען זיך מיט דער ייִדישער קולטור בכלל.

קולטור, ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער שרײַבער א״ב יהושע דערציילט וועגן ביאָליקס לעבן און שאַפֿן

ווײַזט אויס, אַז די השגחה האָט געוואָלט, אַז די דאַטעס פֿון די יאָרצײַטן פֿון ד״ר בנימין־זאבֿ הערצל און חיים־נחמן ביאַליק זאָלן זיך הײַיאָר צונויפֿפּאָרן איינס נאָך דער צווייטער, כּ׳ און כּ״א תּמוז, מיט אַן אונטערשייד פֿון 30 יאָר און איין טאָג פֿון זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט.

די נעמען פֿון די דאָזיקע צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן אין אונדזער מאָדערנער געשיכטע, דערשײַנען און ווערן דערמאָנט יאָר־יערלעך, ווען עס קומט אָן דער חודש תּמוז.

ייִדיש־וועלט, געזעלשאַפֿט, קולטור
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שוין דאָס זעקסטע מאָל, ווי עס קומען פֿאָר אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ פֿון פּרעזידענט פֿון דער מדינה, שמעון פּערעס אין ירושלים, באַגעגענישן אין דער סעריע "ספֿרות ותרבות בבֿית־הנשׂיא" — ליטעראַטור און קולטור אין בית־הנשׂיא. מיטוואָך, דעם 23סטן יוני, איז די באַגעגעניש געווען געווידמעט דער טעמע: "היידיש — תּרבותה והתעוררותה" — ייִדיש, איר קולטור און איר אויפֿוואַכונג.

עס איז געווען אַ הייסער זומער־נאָכמיטאָג. הונדערטער מענטשן, יונג און אַלט, האָבן געשטראָמט צו בית־הנשׂיא, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער דאָזיקער אָנזעעוודיקער און חשובֿער באַגעגעניש. יעדער איינער פֿון זיי, וואָס ייִדיש איז אים ליב און טײַער, אָדער וועלכער האָט אַ באַזונדערס וואַרעמען געפֿיל צו ייִדיש, צוזאַמען מיט דער גרויסער צאָל "ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ייִדיש־לערער און ייִדישע קולטור־טוער האָבן געפֿילט אַ דערהייבונג זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה

ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי

דעם 16טן מײַ, האָט דער וועלט־באַרימטער אַמעריקאַנער פֿילאָלאָג פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג, וואָס האָט געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער מעדיאַ פֿון ישׂראל און אויך פֿון דער ברייטער וועלט.

דאָס מאָל איז עס ניט געווען, ווי ער טוט עס שוין יאָרן־לאַנג, מיט זײַנע אָפֿטע אַנטי־ישׂראלדיקע דעקלאַראַציעס און באַשולדיקונגען, נאָר מיט אַ פּשוטן אַקט פֿון וועלן איבערגיין דעם אַלענבי־גרענעץ־פּאָסט, פֿון אַמאַן אין ירדן דורך ישׂראל, אויפֿן וועג קיין ראַמאַלאַ.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ טייל פֿון דער פּאַרטיזאַנער־גרופּע, "די ביעלסקי־משפּחה"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

מײַן שוועסטער, וועלכע איז מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מיר, האָט זינט דער שחיטה אין זשעטל, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָרן אונדזער טאַטע־מאַמען, די עלטערע שוועסטער שפֿרה און מײַן ייִנגערן ברודערל אַנצעלע, האָט איבערגענומען די השגחה איבער מיר, איר איין־און־איינציקן ייִנגערן ברודער. זי האָט זיך אַפֿילו אויף אַ ווײַלע ניט געוואַקלט אין איר באַשלוס, אַז איך זאָל זײַן דער ערשטער אויסצונוצן די געלעגנהייט אַרויסצוגיין אויף דער פֿרײַ.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער פֿון ביעלסקי־אָטריאַד

די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט 65 יאָר נאָך דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אומעטום — אין מאָסקווע, ניו־יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז; אויך אין ירושלים און אַנדערע הויפּטשטעט אין די לענדער פֿון דער געוועזענער אָקופּירטער אייראָפּע דורך נאַצי־דײַטשלאַנד — האָט מען די דאָזיקע אימפּאָזאַנטע דאַטע אָפּגעמערקט מיט פּאַראַד, פֿרייד און פֿײַערלעכקייטן.

ספּעציעל האָבן עס געטאָן די נאָך לעבעדיקע וועטעראַנען פֿון די אַרמייען־ און פּאַרטיזאַנער־גרופּעס, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די קאַמפֿן קעגן דעם דײַטשישן שׂונא.

ישׂראל, פּאָליטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳קומען שוין ווידער פֿאָר צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראל־כּוחות אַרום דער "מערת־המכפּלה" אין חבֿרון און אויפֿן הר־הבית אין ירושלים, און ס׳זײַנען שוין ווידער פֿאַראַן צענדליקער אַרעסטירטע און פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט זיך אײַנשטעלן, סוף־כּל־סוף, אַ געוויסער שטילשטאַנד אויף די דאָזיקע פֿראָנטן און עס וועט קומען די ישועה צו דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם, וואָס הערשט צווישן די פּאַלעסטינער און די ישׂראלים שוין העכער 60 יאָר.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿרויען גייען אַרײַן אין אויטאָבוס דורך דער הינטערשטער טיר, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין ירושלים

(חילוקי־דעות און שטרײַטן צווישן אַחינו־בני־ישׂראל)

עס איז לעצטנס געוואָרן עטוואָס שטילער אויף דעם רעליגיעזן פֿראָנט אין ירושלים. די צאָל דעמאָנסטראַנטן אויף ממילא־גאַס אין ירושלים, וועלכע קומען יעדן שבת און שרײַען "שאַבעס!", "שאַבעס!" און פֿאָדערן צו שליסן דעם פּאַרקיר־פּלאַץ פֿאַר די אויטאָס פֿון די טוריסטן, ווי אויך אַרום דער עלעקטראָנישער "אינטעל"־פֿירמע וואָס באַשעפֿטיקט ייִדן אום שבת, האָט זיך לעצטנס באַטײַטיק פֿאַרקלענערט.