פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע מתפּללים בענטשן דעם לולבֿ פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, לעבן דעם כּותל־המערבֿי
אַ גרופּע מתפּללים בענטשן דעם לולבֿ פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, לעבן דעם כּותל־המערבֿי
Credit: Getty Images

ניטאָ נאָך אַ שטאָט אין גאָר דער וועלט, וואָס קען זיך גרויסן מיט אַזוי פֿיל פּראַכט, ווי עס זעט אויס אין די סוכּות־טעג די שטאָט ירושלים. אויף די באַלקאָנען פֿון די הײַזער אין די הייף און גערטנער אַרום, שטייען די שיין־אויסגעפּוצטע סוכּות פֿון וועלכע עס טראָגן זיך די פֿריילעכע קלאַנגען פֿון דעם אָנזאָג "נשׂמחתּם בחגיכם והיִיתם אַך שׂמח!"
די צוגרייטונגען צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ הייבן זיך אָן נאָך פֿאַר יום־כּיפּור, כאָטש דער אָנגענומענער מינהג איז, ווען מען קומט אַהיים נאָך נעילה, נאָך דעם ווי מען כאַפּט אַ לײַכטן ביס און טרונק, נעמט מען זיך גלײַך צו דער הייליקער אַרבעט, אַוועקצושטעלן די ערשטע, הוילע ווענט פֿון דער סוכּה. מען הערט דאַן פֿון אַלע עקן גאַס דאָס קלאַפּן פֿון דעם האַמער פֿון די דערבײַיִקע שכנותדיקע הײַזער.
מיט יעדעס יאָר קען מען אויך זען ווייניקער און ווייניקער סוכּות צונויפֿגעקלאַפּט פֿון ברעטלעך, ווי עס איז געווען מיט יאָרן צוריק. די פֿאַרטיקע, גרייט־פּראָדוצירטע סוכּות, פֿאַרנעמען שוין איצט פֿון אַ סך פֿון די סוכּות, ווי עס האָט געשילדערט אונדזער באַרימטער דיכטער אַבֿרהם רייזען:

"אַ סוכּה אַ קליינע.
פֿון ברעטלעך געמיינע,
האָב איך קוים מיט צרות געמאַכט.
געדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך
און איך זיץ אין דער סוכּה בײַ נאַכט".

יענע אומפֿאַרגעסלעכע, היימישע סוכּות האָבן אונדז טאַקע דערמאָנט אָן די פּאָזיטיווע, פּשוטע סוכּות, אין וועלכע די בני־ישׂראל זענען געזעסן 40 יאָר אין מידבר, נאָך דעם ווי זיי האָבן פֿאַרלאָזט מצרים, וועלכע מען קען לײַכט אויפֿשטעלן און לײַכט צענעמען, מען רופֿט זיי אַפֿילו "סוכּות לנצח" — סוכּות אויף אייביק. מען באַפּוצט זיי מיט לײַכטזיניקע, שײַנענדיקע, קאָלירפֿולע סטענגעס, אימפּאָרטירט אַהער אַזש פֿון דעם ווײַטן מיזרח, פֿון כינע און אַנדערע ווײַטע לענדער...
אין מײַנע אויגן האָבן זיי ניט קיין טעם און ניט קיין ריח. זיי האָבן ניט דעם דופֿטיקן אַראָמאַט פֿון די אָפּגעבראָכענע גרינע צווײַגן פֿון די יאָדלע־ביימער, וואָס די דאָרפֿישע קריסטן פֿלעגן ברענגען אין שטעטל אַרײַן ערבֿ־סוכּות, דעם סכך מיט וועלכן מען האָט פֿאַרדעקט דעם דאַך פֿון דער הילצערנער סוכּה, אַזוי אַז מען זאָל קענען זען די שטערן צווישן די גרינע צווײַגלעך.
איך בין מודה־ומתוודה, אַז ווען איך זע הײַנט די פּרע־פֿאַבריצירטע סוכּות, בענק איך נאָך די אַמאָליקע, פּרימיטיוו־אויפֿגעשטעלטע סוכּות פֿון הוילע פּשוטע ברעטלעך, מיט היימיש־געמאַכטע דעקאָראַציעס, אויסגעשניטענע פֿון פּאַפּיר בלומען און פֿאַרשיידענע אַנדערע פֿיגורן.
מען האָט אויך באַפּוצט די ווענט פֿון דער סוכּה מיט אַ בילד פֿון אונדזערע לעגענדאַרע געסט, די "אושפּיזין", וועלכע מיר לאַדן אײַן צו קומען אין אונדזער סוכּה, צו פּראַווען מיט אונדז דעם יום־טובֿ. דאָס זענען דאָך אונדזערע אָבֿות: אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, אָדער משה רבנו מיט די צוויי לוחות אין די הענט און מיט די צוויי הערנער אויף זײַן קאָפּ.
פֿאַר סוכּות האָב איך ליב צו קומען צו דעם באַרימטן "מחנה־יהודה"־מאַרק אין ירושלים, זיך אָנצושטעקן מיט דער ערבֿ־יום־טובֿדיקער אַטמאָספֿער, וואָס הערשט דאָרטן אין די דאָזיקע טעג, מיט דעם ריח פֿון די פֿאַרשיידענע פֿרוכטן און גרינסן, צו הערן די קולות פֿון די פֿאַרקויפֿער וואָס שרײַען אויפֿן קול, אַז בײַ זיי איז זייער סחורה "בזול" (ביליקער) ווי בײַ די אַנדערע פֿאַרקויף־שטעלן און בײַ אַנדערע קאָנקורענטן.
באַזונדער האָב איך ליב צו אָבסערווירן די ייִדן, יונג און אַלט, וועלכע קומען פֿון אַלע עקן שטאָט, און אויך פֿון אַנדערע שטעט, אײַנצוקויפֿן אַ לולבֿ, אַן אתרוג און "אַרבע מינים". עס איז ממש אַ פּיקאַנטע און רירנדיקע דערפֿאַרונג אָנצוקוקן ווי הדרת־פּנימדיקע ייִדן פֿון מאה־שערים און גאולה, און אַנדערע קוואַרטאַלן פֿון שטאָט, אויך ייִנגערע ישיבֿה־בחורים און סתּם עמך־ייִדן, שטייען צוזאַמען, האַלטן אין זייערע ציטערנדיקע הענט אַ לולבֿ, אָדער אַן אתרוג און מיט גרויס כּוונה און זאָרג זענען זיי בודק צי זיי זענען כּשר כּדי צו מאַכן אויף זיי די ברכה "על נטילת לולבֿ". אייניקע ברענגען מיט אַ פֿאַרגרעסער־גלאָז און קוקן אויף דעם אתרוג, ווי אַ דימענט־הענדלער קוקט אויף אַ דימענט, צי דער אתרוג האָט ניט קיין פֿלעק אָדער וועלכן עס איז פּגם, אין דעם פּיטום.
הײַיאָר, צוליב די גרויסע זומערהיצן און ווינטן, איז אין ישׂראל שטאַרק באַשעדיקט געוואָרן דער וווּקס פֿון אתרוגים; אַ סך פֿון זיי זענען אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די ביימער אויף דער ערד און די פֿאַרבליבענע אויף די צווײַגן, האָבן פֿאַרלוירן זייער שיינעם, קלאָרן אויסזען. די פּרײַזן פֿון אַן אתרוג זענען דראַסטיש געשטיגן און די פֿאַרקויפֿער האָבן אימפּאָרטירט אתרוגים פֿון ירדן, מצרים, איטאַליע און אַנדערע לענדער.
דאָך האָבן ייִדן זיך ניט אָפּגעהאַלטן פֿון אײַנקויפֿן אַן אתרוג און לולבֿ פֿאַר זיך און פֿאַר זייערע קינדער.

* * *

די וואָס זענען ניט געגאַנגען צו דאַוונען אין די שילן און בתּי־מדרשים, האָבן אויסגענוצט די יום־טובֿדיקע טעג צו פֿאַרברענגען אין שויס פֿון דער נאַטור. די וועגן און שטעגן פֿון לאַנד זענען געווען באַלאַגערט פֿון טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן.
אַזוי ווי די בני־ישׂראל אין מידבר אַמאָל, האָבן ייִדן געמאַכט "ויסעו ויחנו", מען האָט געזוכט פּלעצער צו געניסן אַ ביסל אָפּרו און פֿאַרגעניגן אין די וועלדער, פֿעלדער, בערג און טאָלן פֿון לאַנד. העכער ווי אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן האָבן געפֿײַערט דעם יום־טובֿ אויפֿן שויס פֿון דער נאַטור. ווי עס האָבן באַריכטעט די קרן־קימת־אָנגעשטעלטע, וועלכע האָבן אויפֿזיכט אויף זייערע וועלדער און אָפּרו־פּלעצער, האָבן די "פֿאַרברענגער" איבערגעלאָזט נאָך זיך 40 טאָן מיסט, שפּײַז־אָפּפֿאַלן און אַנדערע פּראָדוקטן, וואָס זיי האָבן ליידער ניט מיטגענומען מיט זיך, ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט אַהיים. "עמך־ישׂראל" האָבן נאָך אַלץ ניט געלערנט, ווי אַזוי זיך צו באַציִען און האַנדלען מיט אָפּשײַ און זאָרג פֿאַר דער ריינקייט פֿון דער פֿרײַער און שיינער נאַטור פֿון אונדזער קליין לענדעלע. אַ שאָד...

* * *

איבערן לאַנד זענען פֿאָרגעקומען צענדליקער פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און אַנדערע פֿאַרווײַלערישע אַטראַקציעס במשך דעם גאַנצן יום־טובֿ. כּמעט יעדע שטאָט, שטעטל, מושבֿ און קיבוץ, די מערסטע קולטור־אינסטיטוציעס אין לאַנד, האָבן געהאַט ספּעציעלע יום־טובֿ־פּראָגראַמען פֿאַר דעם ברייטן עולם.

* * *

אין דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים, אין דעם אַראַבישן קוואַרטאַל און אין די אַראַבישע דערפֿער אַרום, איז די זיכעהייט־לאַגע געווען זייער אָנגעשטרענגט.
פֿאַר דעם אָנהייב פֿון דעם יום־טובֿ האָט זיך קאָנצענטרירט אַ גרויסע צאָל פֿון ישׂראל־פּאָליציי און מיליטער־איינהייטן, כּדי צו פֿאַרמײַדן מעגלעכע טעראָר־אַקטן און צוזאַמענשטויסן צווישן די אַראַבער און די טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן פֿון אויסלאַנד, וועלכע האָבן אָן אויפֿהער געשטראָמט צום כּותל־המערבֿי. אין לויף פֿון די סוכּות־טעג האָבן ייִדן מקיים געווען די מיצווה פֿון עלית־רגל צום כּותל, מיט לולבֿים און אתרוגים אין זייערע הענט. אין טאָג פֿון ברכּת־הכּהנים האָט די צאָל פֿון די מתפּללים דערגרייכט קרובֿ צו 40 טויזנט.
אין דעם ערשטן טאָג פֿון סוכּות האָבן אַראַבישע יוגנטלעכע, מיט פֿאַרדעקטע פּנימער, באַוואָרפֿן די פּאָליציי אין דעם דערבײַיִקן דאָרף סיליוואַן, מיט שטיינער און באַשעדיקט אַ צאָל ייִדישע אויטאָמאָבילן. אין די דאָזיקע צוזאַמענשטויסן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אַ צאָל ישׂראל־פּאָליציאַנטן און מתפּללים בײַם כּותל, 15 אַראַבער זענען אַרעסטירט געוואָרן.
דער טראַדיציאָנעלער יערלעכער מאַרש אין די גאַסן פֿון ירושלים האָט אויך הײַיאָר צוגעצויגן טויזנטער מאַרשירער פֿון גאַנצן לאַנד. ווי שטענדיק האָבן אויך אָנטיילגענומען אַ גאָר גרויסע צאָל עוואַנגעליסטן, וועלכע קומען קיין ירושלים אויף זייער יערלעכער Pilgrimage (עלית־רגל). זיי מאַרשירן צוזאַמען מיט די ישׂראל־מאַרשירער און דעמאָנסטרירן זייער סאָלידאַריטעט; שטיצע פֿאַר מדינת־ישׂראל און ליבע צו ירושלים עיר־הקודש. זיי מאַרשירן געקליידט אין זייערע נאַציאָנאַלע קליידער מיט זייערע נאַציאָנאַלע פֿענער און טראַנספּאַרענטן, אויף וועלכע זיי דריקן אויס זייער סימפּאַטיע פֿאַר ישׂראל. די טויזנטער ישׂראל־בירגער און טוריסטן פֿון אויסלאַנד אויף די זײַטיקע טראָטואַרן, נעמען זיי אויף מיט הילכיקע, וואַרעמע אַפּלאָדיסמענטן.
דער דאָזיקער קאָלירפֿולער יערלעכער פּאַראַד האָט זיך במשך די יאָרן פֿאַרוואַנדלט בײַ אונדז אין ירושלים, אין איינעם פֿון די הויכפּונקטן פֿון די פֿײַערונגען פֿון דעם יום־טובֿ און העלפֿט אונדז און די אָנטייל־נעמער פֿון לאַנד און פֿון אויסלאַנד, צו פֿילן אין די הײַנטיקע אָנגעשטרענגטע טעג דעם אָנזאָג פֿון דורות: "ושׂמחתּם בחגיכם והיִיתם אַך שׂמח!"
שנה־טובֿה און אַ גמר חתימה טובֿה, אַלע אונדזערע לייענער, פֿון ירושלים!