חוה לאַפּין: "ייִדיש איז ווי אַ בוקעט בלומען, וואָס מען דאַרף אים לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן" (איבערזיכט)
עס ליגט פֿאַר מיר דער לעצטער נומער פֿון "די צוקונפֿט", אַרויסגעגעבן פֿון אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק. דער עלטסטער ייִדישער זשורנאַל האָט ווידער אָנגעהויבן צו דערשײַנען נאָך אַן איבעררײַס, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אונטער דער געניטער רעדאַקציע פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, אין אַ נײַעם, מאָדערנעם פֿאָרמאַט.
דער איצטיקער נומער (113) עפֿנט זיך מיט דער פּאָעמע "יהודה הלוי" פֿון אונדזער פֿאַרשטאָרבענעם גרויסן דיכטער חיים גראַדע, צו זײַן 100סטן געבוירנטאָג, וואָס פֿאַלט אויס הײַיאָר. חיים גראַדע איז געווען איינער פֿון די שעפֿערישסטע דיכטער פֿון אונדזער דור. אַ מיטצײַטלער און יוגנט־חבֿר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, מיטגרינדער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "יונג־ווילנע", וואָס האָט פֿאַראייניקט אַ וויכטיקע פּלעיאַדע פֿון דיכטער און פּראָזע־שרײַבער, ניט נאָר פֿון ווילנע גופֿאַ, נאָר אויך פֿון אַלע אַנדערע ייִדיש־שפּרודלדיקע ייִשובֿים.
חיים גראַדע איז געווען איינער פֿון די גרויסע שעפֿערישע דיכטער פֿון אונדזער דור. זײַנע פּאָעטישע שילדערונגען וועגן ירושלים דליטא, די וועלט פֿון די מוסרניקעס און די ישיבֿות, אין וועלכע ער האָט זיך געלערנט, און דאָס ייִדיש־לעבן פֿון זײַן צײַט בכלל, וואָס איז פֿאַרטיליקט געוואָרן אין דעם שוידערלעכן חורבן, זענען פֿאַרבליבן ווי אייביקע מאָנומענטן פֿון אַ וועלט, וואָס איז שוין מער ניטאָ...
אַ שאָד, וואָס מען שרײַבט זייער ווייניק וועגן חיים גראַדע, וועגן זײַנע וויכטיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען. מען דערמאָנט זעלטן זײַן נאָמען בײַ ליטעראַרישע אונטערנעמונגען און געלעגנהייטן.
עס קומט דעריבער אַ יישר־כּוח די רעדאַקטאָרן פֿון "צוקונפֿט", וואָס זיי האָבן אָפּגעמערקט זײַן 100סטן געבוירנטאָג מיט איינע פֿון זײַנע וויכטיקע פּאָעמעס.
* * *
אין דער סעריע "אַ געשטאַלט אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן פּייזאַזש" האָט באָריס סאַנדלער געהאַט אַ לענגערן שמועס מיט חוה לאַפּין, איינע פֿון די חשובֿע און אַקטיווע פֿרויען אויפֿן ייִדישפֿראָנט אין אַמעריקע הײַנט צו טאָג.
אין זײַן אַרײַנפֿיר צו דעם אינטערעסאַנטן און אינפֿאָרמירנדיקן שמועס, שטעלט ער זי פֿאָר פֿאַר די לייענער ווי איינע "וואָס איז גוט באַקאַנט ווי אַ געניטע לערערין פֿון ייִדיש, קולטור־טוערין, וואָס האָט אָנגעפֿירט בײַם ׳אַרבעטער־רינג׳ מיט ייִדישער דערציִונג, און ניט איין זומער געקנעלט מיט סטודענטן דעם לימוד ייִדיש, בעת די סעמינאַרן און זומער־פּראָגראַמען אין אייראָפּע און אַמעריקע. הײַנט גייט זי צוויי מאָל אין דער וואָך אין ייִוואָ צו אַרבעטן פֿרײַוויליק אינעם אַרכיוו".
באמת אַן אויסנעמלעכע געשטאַלט אין אונדזער הײַנטיקער ייִדישוועלט, ווי עס שטראַלט אַרויס פֿון דעם לאַנגן שמועס.
מיט גרויס אינטערעס האָב איך געלייענט אירע שילדערונגען פֿון איר קינדהייט, אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, וועגן איר משפּחה־אָפּשטאַם, וועגן אירע נאָענטע קרובֿים, און איר לעבנסוועג אין אַמעריקע, ביז זי האָט אויסגעשמידט איר פֿילזײַטיקע "ייִדיש־קאַריערע".
זי איז אַן אויסגעשולטע ביאָכעמיקערין, "אָבער כ’האָב ייִדיש קיין מאָל ניט אָפּגעלאָזט: געלייענט, געוואָלט וויסן מער און געלעבט אַ ייִדישן לעבנס־שטייגער", האָט זי דערציילט.
זי איז געוואָרן אַ ייִדיש־לערערין אַ דאַנק פּראָפֿ’ יוסף לאַנדיס פֿון "קווינס־קאַלעדזש" אין ניו־יאָרק, וועלכער האָט זי דערמוטיקט צו לערנען ייִדיש מיט די סטודענטן, כאָטש פֿון אָנהייב האָט זי זיך געקווענקלט, צי זי וועט זײַן אימשטאַנד דאָס צו טאָן אָן אַ פֿריִערדיקער דערפֿאַרונג ווי אַ לערערין. "כ’האָב אַמאָל געלערנט אַ ייִדיש־קלאַס בײַ אונדז אין שיל", האָט זי געזאָגט.
חוה לאַפּין |
אירע אויפֿריכטיקע, האַרציקע ווערטער, ווי אַזוי זי איז געוואָרן אַ ייִדיש־לערערין האָבן מיך שטאַרק גערירט. פֿרעמדע דערמאָנונגען וועקן אויף אייגענע איבערלעבענישן. אַזוי איז געשען אויך מיט מיר. איך האָב זיך דערמאָנט מיט נאָסטאַלגיע די צײַט, ווען איך האָב שטודירט אין דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק מיט 60 יאָר צוריק; דאָרט האָב איך זיך באַגעגנט מיט צענדליקער יוגנטלעכע און מיטליעריקע סטודענטן, ייִדישע לערערס פֿון די דאַן עקזיסטירנדיקע ייִדישע שולן אין אַמעריקע.
עטלעכע יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, נאָכן חורבן פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דעם אָנקום פֿון די טויזנטער לעבנס־געבליבענע פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט זיך געמערקט אין אַמעריקע אַ געוויסע אויפֿלעבונג און אינטערעס צו ייִדישער דערציִונג פֿאַר דעם יונגן דור און דעם המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אַמעריקע.
עס האָבן דאַן אויסגעפֿעלט ייִדיש־לערערס פֿאַר די דרײַ ייִדישע שולנעצן אין אַמעריקע: פֿאַר דעם "אַרבעטער־רינג", "נאַציאָנאַלן ייִדישן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און דעם "שלום־עליכם־אינסטיטוט". דער פֿאַראייניקטער ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק האָט אויסגעשולט צענדליקער ייִדישע לערערס אויף זײַנע קאָנצענטרירטע קורסן. די סטודענטן זענען געווען, אין אַ באַטײַטיקע צאָל, גראַדואַנטן פֿון די "אַרבעטער־רינג"־שולן, אַמעריקאַנער־געבוירענע, און אַ גרויסע צאָל פֿון די נײַ־געקומענע עלטערע, ייִדיש־באַוווּסטזיניקע מענער און פֿרויען פֿון דער שארית־הפּליטה. איך בין געווען איינער פֿון זיי...
איך האָב גראַדויִרט אין דעם לערער־סעמינאַר נאָך אַ יאָר פֿון אַן אינטענסיוון, קאָנצענטרירטן שטודיום. מען האָט מיך גלײַך אַנגאַזשירט ווי אַ לערער־דירעקטאָר אין דער "מענדעלע־שול" פֿון "נאַציאָנאַלן ייִדישן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" אין פֿילאַדעלפֿיע; אַ יאָר שפּעטער בין איך אַריבער קיין ניו־יאָרק, צו זײַן דער דירעקטאָר פֿון דער "שלום־עליכם־שול" אין בענסענהוירסט, ברוקלין. אין די זונטיקס האָב איך געאַרבעט אין דער פֿאַראייניקטער מיטלשול אין ניו־יאָרק; אין די זומער־חדשים געווען אַן אויפֿפּאַסער און לערער אין די זומער־קאָלאָניעס "אונדזער קעמפּ", "בויבעריק" און "קינדער־רינג".
איך געדענק זייער גוט די ליבע, געטרײַע און איבערגעגעבענע פּעדאַגאָגן און הויך־געשעצטע געלערנטע, ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און ייִדישע קולטור־מענטשן, וועלכע זענען געווען אונדזערע לערערס אינעם סעמינאַר. צווישן זיי: שמואל ניגער, לייבוש לערער, יואל ענטין, י. מינקאָוו, חיים בעז, פּינחס גינגאָלד, י. גובקין, ד״ר וואָלמאַן, ד״ר פֿרידמאַן, חיים קאַזשדאַן, ד״ר שלמה ווײַסמאַן, נ. כאַנין, זלמן יעפֿרויקין א״אַנד, וועלכע חוה לאַפּין האָט זיכער געקענט און מיט וועמען זי איז געקומען אין קאָנטאַקט, ווען זי האָט אָנגעפֿירט מיט דעם דערציִונגס־צענטער פֿון "אַרבעטער־רינג" אין ניו־יאָרק.
איך האָב געלייענט מיט גרויס אינטערעס איר שילדערונג, ווי אַזוי זי איז געוואָרן אַ "ייִדישע לערערקע", אירע דערפֿאַרונגען און געפֿילן פֿון איר אַרבעט, וואָס זי האָט געהאַט.
אָבער, עס האָט מיר פֿאַרשאַפֿט צער און באַדויער צו לייענען איר טרויעריקן באַריכט, אַז "...ווען איך בין אָנגעקומען צו אַרבעטן אין 'אַרבעטער־רינג’ אין 1989 זענען נאָך געווען 11—12 שולן (אין מײַן צײַט האָט מען אַפֿילו פֿאַרלייגט נאָך צוויי, ס’רובֿ אין ניו־יאָרקער געגנט)... נאָר אויך דאָ איז געווען די זעלביקע זאַך — זיי האָבן שוין אונטערגעהינקעט. כּל־זמן ס׳זענען נאָך געווען די עלטערן וואָס האָבן זיך אַמאָל געהאַט געלערנט אין אַ ייִדישער שול, וואָס האָבן נאָך געהאַט סימפּאַטיע, אָדער אַ געפֿיל זיך לערנען אין די רעליגיעזע שולן — האָבן זיי געהאַט אַן אינטערעס אײַנצושטעלן און אויסהאַלטן אַ שול, וואָס זאָל דינען זייערע קינדער ווי אַן אָרט פֿאַר אַ ייִדישער דערציִונג. דערנאָך האָט זיך דער דור איבערגעוויקלט און פֿאַרטיק!"
איר פּרטימדיקער באַריכט וועגן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון דעם ייִדיש־לימוד הײַנט צו טאָג, און איר פּראָגנאָז און אויסזיכטן פֿאַר דער צוקונפֿט איז גאָר ניט קיין פֿריילעכער. זי פֿאַרענדיקט אָבער אין אַ פּאָזיטיוון טאָן און האָפֿענונג איר העכסט אינטערעסאַנטן שמועס, אַז מען דאַרף לערנען הײַנט און שאַפֿן ענטוזיאַזם, התלהבֿות, כּדי פֿון די מיטל־מדרגה־קענערס זאָלן זיך אויסשיילן די וואָס האָבן עס אַזוי ליב און פֿאַרשטייען זיך אין דעם, אַז זיי זאָלן זיך קאָנצענטרירן און ממשיך זײַן, אַז פֿון צווישן זיי זאָלן אויסוואַקסן געניטע קענערס, מומחים.
"אָפּלאָזן טאָר מען עס ניט — מען לאָזט דעמאָלט אָפּ אויף הפֿקר — אַ יאָרטויזנט ייִדיש־לעבן. ייִדיש איז אַזוי ווי אַ בוקעט בלומען, וואָס מען דאַרף עס לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן, און האָפֿן, אַז פֿון דעם בוקעט וועלן זיך שאַפֿן וואָרצלען און זריעה, קערנדלעך אויף ווײַטער", פֿאַרענדיקט חוה לאַפּין איר שמועס מיט באָריס סאַנדלערן.
* * *
אין דעם דאָזיקן נומער דערשײַנט אויך אַ ציקל לידער פֿון באָריס סאַנדלערן צו זײַן 60סטן געבוירנטאָג (מזל־טובֿ באָריס, עד־מאה־ועשׂרים!); אַ באַלערנדיקער, וויסנשאַפֿטלעכער אַנאַליז פֿון פּראָפֿ’ יחיאל שיינטוך, פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים וועגן "אַבֿרהם סוצקעווער ז"ל און זײַן ליד פֿון ווילנער געטאָ 'אונטער דײַנע ווײַסע שטערן’; אַ בינטל האַרציקע לידער פֿון דעם דיכטער משה לעמסטער, געווידמעט די ייִדישע פֿרויען־טוערינס אויפֿן ייִדיש־פֿעלד.
אַ לאַנגער, אינטערעסאַנטער עסיי פֿון זכרונות און אָפּהאַנדלונגען פֿון דעם באַקאַנטן שרײַבער מישע לעוו "ניט אַזוי וועגן, ווי אַרום עלי שעכטמאַנס ראָמאַן 'ערבֿ’". אַ וואָגיקע און שטאַרק רירנדיקע אָפּשאַצונג וועגן דעם וויכטיקן ייִדישן שרײַבער עלי שעכטמאַן; אַן אַנאַליז פֿון האַריעט מוראַוו "אַ מענטש און דאָס וואָס ער עסט: טאָג־טעגלעכקייט פֿון שירה גאָרשמאַנס פּראָזע".
דער נומער שליסט זיך מיט אַ ציקל לידער פֿון דער דיכטערין מרים קאַראָל, אַ נײַער נאָמען אין אונדזער ליטעראַטור.
לאָמיר האָפֿן, אַז דער אַלט־יונגער זשורנאַל "די צוקונפֿט" וועט אויך אין די ווײַטערדיקע נומערן אַרויסברענגען אויף זײַנע זײַטלעך אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, לידער און פּראָזע פֿון אונדזער שעפֿערישער ייִדישער גאַס. יעדנפֿאַלס, דער לייענער קוקט אויף דעם אַרויס.