|
דער אָנהייב פֿונעם קיבוץ דגניה, 1911 |
|
יעדעס מאָל, ווען איך פֿאָר באַזוכן מײַן זון און זײַן משפּחה אין צפֿון פֿון לאַנד, קיין ראָש־פּינה, שטעל איך זיך אָפּ אין איינעם פֿון די קיבוצים אויפֿן וועג.
דאָס מאָל האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קיבוץ דגניה א׳ — דעם ערשטן קיבוץ אין לאַנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 100 יאָר צוריק. נאָך אים זענען אויפֿגעקומען איבערן לאַנד נאָך 273 קיבוצים מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 126 טויזנט חבֿרים.
דעריבער טאַקע איז אין דגניה א׳ מיט חדשים צוריק פֿאָרגעקומען די ערשטע דערעפֿענונגס־פֿײַערונג מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם נשׂיא פֿון דער מדינה שמעון פּערעס, וועלכער איז אַליין געווען אַ קיבוצניק אין זײַנע ייִנגערע יאָרן. אין דער דאָזיקער פֿײַערונג האָבן אָנטייל־גענומען פֿאָרשטייער פֿון אַ צאָל אַנדערע קיבוצים אין עמק־הירדן.
די אַטראַקציע פֿון דער דאָזיקער ערשטער פֿײַערונג איז געווען די אָנוועזנהייט פֿון פֿינף קיבוץ־חבֿרים, וועלכע האָבן דערגרייכט דעם עלטער פֿון 100 יאָר. זיי זענען דערשינען אויף דער בינע און דער גאַנצער עולם האָט זיי אויפֿגענומען און באַגריסט מיט וואַרעמע און הילכיקע אַפּלאָדיסמענטן.
חיה אושרי (אָשרי), איינע פֿון די קיבוץ כּנרת־חבֿרים, האָט אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן געלעכטער, ווען זי האָט דערקלערט, אַז זי וויל באַגריסן "אונדזער יונגן נשׂיא שמעון פּערעס..."
שמעון פּערעס האָט זי האַרציק באַדאַנקט פֿאַר דעם קאָמפּלימענט. אין זײַן אויפֿטריט האָט ער דערציילט, אַז ער איז געווען אַ חבֿר אין קיבוץ אַלומות, אַז ער "בענקט נאָך אַלץ נאָך יענע יאָרן, נאָך דער דיסציפּלין פֿון אַ טאָג אַרבעט, נאָך די צעקנייטשטע האַקי־בגדים אין קיבוץ גבֿע, נאָך בלומען־בייטן פֿון קיבוץ אַשדות, נאָך די באַנאַנעס אויף די צווײַגן אין קיבוץ דגניה, די דיקטן פֿון קיבוץ אַפֿיקים, די טייטלען פֿון קיבוץ כּנרת, נאָך דער קו־שטאַל, דער שעפּסן־שטאַל, נאָך דער הינער־שטאַל...
|
די חדרהר־קאַמונע |
|
"איך בענק נאָך דעם באַשיידענעם משפּחה־צימער, דעם טומלדיקן קינדער־צימער, נאָך די אידעאָלאָגישע וויכּוחים און גורלדיקע באַשלוסן בשעת דער קיבוץ־אַסיפֿה. נאָך הײַנט גייט דורך אין מיר אַ ציטער, ווען איך הער דעם נאָמען 'דגניה’". אַזוי האָט דער נשׂיא געשילדערט אין זײַן קאָלירפֿולער שפּראַך, זײַן נאָסטאַלגיע, זײַנע בענקשאַפֿטן נאָך די אַמאָליקע קיבוץ־יאָרן.
דאַקעגן האָט דער סעקרעטאַר פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג, זאבֿ שור (שאָר), וועמען מען רופֿט נאָך אַלץ מיט זײַן ייִדישן נאָמען "וועלוועלע", אויסגעדריקט זײַן באַדויער, וואָס געוויסע קרײַזן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט פֿאַרגינען ניט די קיבוצים וואָס פֿירן נאָך אַלץ אַ געמיטלעך אַרט לעבן, אַפֿילו ווען אין לאַנד הערשן עקאָנאָמישע און אַנדערע קריזיסן.
"...מיר, וועלכע האָבן געשאַפֿן די געשיכטע פֿון דער מדינה, ניט מיט פֿײַערדיקע רייד, נאָר מיט אונדזער שווייס און בלוט, הייבן אויף מיט שטאָלץ אונדזערע קעפּ, אַפֿילו ווען אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט זענען דאָ אַזעלכע, וואָס ווילן ניט געדענקען אונדזער חלק אין דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה", האָט "וועלוועלע" געזאָגט.
..."אונדזערע הערצער זענען שווער, ווען מיר זעען וואָס עס געשעט אין דעם איצטיקן געזעלשאַפֿטלעכן, סאָציאַלן און פּאָליטישן מצבֿ בכלל אין אונדזער מדינה. מיר זעען אַ זעלבסט־געניסנדיקע, צינישע און צעשפּליטערטע געזעלשאַפֿט, וווּ עס הערשן פֿאַנאַטישע נאַציאָנאַליסטישע עקסטרעמיסטן, וועלכע באַאײַנפֿלוסן דעם גאַנג פֿון אונדזער פּאָליטישן, סאָציאַלן און עקאָנאָמישן אַרט לעבן", האָט דערקלערט דער סעקרעטאַר פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג זאבֿ (וועלוועלע) שור בײַ דער ערשטער פֿײַערונג פֿון 100 יאָר פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג אין דגניה א׳.
עס איז כּדאַי צו דערמאָנען אַז אין דעם קיבוץ איז געבוירן געוואָרן דער לעגענדאַרער משה דיין, אַז דאָרטן האָבן געוווינט און געשאַפֿן די באַרימטע דיכטערין רחל, אַ״ד גאָרדאָן און יוסף טרומפּעלדאָר, דער באַשיצער פֿון תּל־חי.
* * *
די צענטראַלע פֿײַערונג איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 5טן אָקטאָבער, אויף דעם גרינעם גראָז, טאַקע אין דעם ערשטן קיבוץ דגניה א׳. עס זענען געקומען דעלעגאַטן און קינסטלער־גרופּעס פֿון 250 קיבוצים פֿון גאַנצן לאַנד. יונג און אַלט האָבן מיט פֿרייד און שטאָלץ, אַ סך פֿון זיי מיט טרערן אין די אויגן, אויסגעהערט זכרונות וועגן דער הערלעכער סאַגע פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג במשך פֿון גאַנצע 100 יאָר! מען האָט דערציילט וועגן קאַמף און שטענדיקן געראַנגל מיט די אַראַבישע שכנים און טעראָריסטן, וועלכע האָבן כּסדר אַטאַקירט די קיבוצים און ייִדישע ייִשובֿים, וועלכע האָבן פֿאַראורזאַכט אַ סך מענטשלעכע קרבנות און שאָדן צו זייערע ווירטשאַפֿטן.
|
דאָס ערשטע וווינהויז אין קיבוץ דגניה |
|
אורי שמיר פֿון קיבוץ גינוסר, האָט דערקלערט, אַז "100 יאָר זענען פֿאַרבײַ, מיר האָבן אַ צוקונפֿט". די שוועסטער פֿון דעם דערמאָרדעטן פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין, האָט מיט שטאָלץ דערציילט, אַז זי איז שוין אַ חבֿרטע אין איר קיבוץ 68 יאָר. זי האָט פֿאַרלאָזט תּל־אָבֿיבֿ וואָס איז געווען אין יענע צײַטן אַ מעטראָפּאָליע, ווײַל זי האָט בעסער געוואָלט זײַן אַ חבֿרטע אין אַ קיבוץ. ..."עס איז פֿאַר מיר אַ גרויסער כּבֿוד און יוםֿ־טובֿ הײַנט, ווען מיר פֿײַערן 100 יאָר פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג. מען האָט אונדז שוין מספּיד געווען, אָבער די קיבוצים לעבן נאָך. מיר אָטעמען און אַנטוויקלען זיך, נאָר אין נײַע פֿאָרמעס און פֿילן אויס אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם ציוניסטישן געדאַנק", האָט זי געזאָגט.
אַ פֿינף־יאָריק מיידעלע פֿון דגניה א׳ האָט געזונגען "יום־הולדת שׂמח" (אַ פֿריילעכן געבורטסטאָג) אין נאָמען פֿון אַלע קיבוצים אין לאַנד.
ווי שטענדיק, האָט דער נשׂיא שמעון פּערעס ווידער גענומען אַ וואָרט און שטאַרק געלויבט די קיבוץ־באַוועגונג און אירע דערגרייכונגען: "ווער האָט געקענט גלייבן, אַז אין אַ קליין לענדעלע ווי מדינת־ישׂראל האָבן די קיבוצים באַוויזן צו אַנטוויקלען אַזאַ מאָדערנע אַגריקולטור. קיין שום אויסערן־מיניסטעריום אין דער וועלט איז ניט געווען מסוגל צו שאַפֿן אַזאַ זעלטענע 'אַמבאַסאַדאָרישקייט’ וואָס מדינת־ישׂראל שטעלט מיט זיך פֿאָר. דגניה א׳ האָט געשאַפֿן דעם פּאָרטרעט פֿון דעם 'הײַנטצײַטיקן ייִדן’, דגניה א׳ האָט רעוואָלטירט קעגן גלות!" — האָט דערקלערט דער נשׂיא שמעון פּערעס.
אין דער דאָזיקער צענטראַלער פֿײַערונג אין דגניה א׳ זענען אויך געווען אָנוועזנד דער זיכערהייט־מיניסטער אהוד ברק (באַראַק), דער מיניסטער יצחק הערצאָג, דער מיניסטער אַבֿי בראַווערמאַן און שלום שׂמחון, מיניסטער פֿון אַגריקולטור.
עס האָבן זיך אויך באַטייליקט מעיאָרס פֿון אַ סך שטעט און מושבֿים אין לאַנד.
גענעראַל עמוס ידלין (יאַדלין) האָט באַגריסט אין נאָמען פֿון צה״ל, דער ישׂראל־אַרמיי. ער האָט צוו״אַנד דערציילט, אַז ער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ קיבוץ אויף צוויי וויכטיקע פּרינציפּן: גלײַכבאַרעכטיקייט און גלײַכווערטיקייט פֿאַר יעדן חבֿר. ער איז זיכער, אַז אין ישׂראל פֿון 2010 איז דער קיבוץ נאָך אַלץ רעלעוואַנט און ער דאַרף זיך צופּאַסן צו די ענדערונגען און פֿאָדערונגען פֿון דער צײַט.
גענעראַל עמוס ידלין איז דער זון פֿון אַהרון ידלין, וועלכער איז געווען דערציִונגס־מיניסטער און לאַנג־יאָריקער כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער אַרבעטס־פּאַרטיי; איינער פֿון די גרינדער פֿון קיבוץ חצרים אין נגבֿ, ראָש פֿון דער צופֿים (סקויטן־באַוועגונג) און לאַורעאַט פֿון "פּרס־ישׂראל" פֿאַרן יאָר 2010.
אויך אַהרון ידלין האָט דערקלערט, אַז ער איז שטאַרק גערירט צו פֿײַערן 100 יאָר פֿון דער קיבוץ־באַוועגונג, וואָס איז נאָך אַלץ אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין מדינת־ישׂראל, פֿאַר איר זיכערהייט און פֿאַר איר עקאָנאָמיע.
"די ענדערונגען פֿון דער סטרוקטור פֿון די קיבוצים איז אַ רעזולטאַט פֿון די אַנטוויקלונגען און פֿאָדערונגען פֿון דער מאָדערנער צײַט, אָבער אונדזערע ווערטן בלײַבן אויף אייביק. איינער פֿון די דאָזיקע פּרינציפּן איז דער קאַרדינאַלער אָנזאָג וואָס מיר האָבן מקוים געווען ביז איצט און מיר וועלן ווײַטער האַלטן טײַער, און דאָס איז דער דעוויז 'ואָהבֿתּ לרעך כּמוך’ — זאָלסט ליב האָבן דײַן פֿרײַנד ווי זיך אַליין!" האָט דערקלערט דער 83־יאָריקער קיבוצניק אַהרון ידלין.