קולטור, ישׂראל
דער שרײַבער א״ב יהושע דערציילט וועגן ביאָליקס לעבן און שאַפֿן
דער שרײַבער א״ב יהושע דערציילט וועגן ביאָליקס לעבן און שאַפֿן
Credit: Bella Bryks-Klein

ווײַזט אויס, אַז די השגחה האָט געוואָלט, אַז די דאַטעס פֿון די יאָרצײַטן פֿון ד״ר בנימין־זאבֿ הערצל און חיים־נחמן ביאַליק זאָלן זיך הײַיאָר צונויפֿפּאָרן איינס נאָך דער צווייטער, כּ׳ און כּ״א תּמוז, מיט אַן אונטערשייד פֿון 30 יאָר און איין טאָג פֿון זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט.

די נעמען פֿון די דאָזיקע צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן אין אונדזער מאָדערנער געשיכטע, דערשײַנען און ווערן דערמאָנט יאָר־יערלעך, ווען עס קומט אָן דער חודש תּמוז.

די יאָרצײַטן פֿון הערצלען און ביאַליקן ווערן אָפּגעמערקט מיט פּאַסיקע יזכּור־פֿאַרזאַמלונגען, אין וועלכע עס ווערן אַרויסגעהויבן און דערמאָנט זייערע פֿאַרדינסטן און בײַטראָג צו דעם פּאָליטישן, גײַסטיקן און געזעלשאַפֿטלעכן וועזן פֿון אונדזער פֿאָלק בכלל, און דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל בפֿרט.

הרצלס הזכּרה ווערט אָפּגעריכט אין ירושלים כּ׳ תּמוז בײַ זײַן קבֿר אויפֿן הר־הרצל מיט אַ פּאַסיקער מיליטערישער יאָרצײַט־אַקאַדעמיע, מיטן אָנטייל פֿון אָפֿיציעלע רעגירונגס־פֿאָרשטייער, פּאָליטישע, אַקאַדעמישע פּערזענלעכקייטן און מאַסן פֿון אַלע שיכטן פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.

כּ״א תּמוז, אין טאָג פֿון חיים־נחמן ביאַליקס יאָרצײַט, ווערט אָפּגעריכט אַן אַזכּרה בײַ זײַן קבֿר אויף דעם היסטאָרישן בית־הקבֿרות, אויף דער טרומפּעלדור־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם פּאַנטעאָן פֿון ייִדישן פֿאָלק אין תּל־אָבֿיבֿ. זײַן קבֿר געפֿינט זיך נאָענט פֿון די קבֿרים פֿון מאיר דיזענגאָף, דעם לעגענדאַרן בירגער־מײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, פֿון מאַקס נאָרדוי, חיים אַרלאָזאָראָוו, די שרײַבער, דיכטער און דענקער אַחד־העם, זלמן שניאור, שאָול טשערניכאָווסקי און אַ צאָל אַנדערע וויכטיקע, באַרימטע, פֿאַרדינסטפֿולע פּערזענלעכקייטן פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון לעבן אין תּל־אָבֿיבֿ און אומגעגנט.

הײַיאָר איז כּ״א תּמוז אויסגעפֿאַלן אויף שבת, איז געווען אַ נידחה, האָט מען די הזכּרה, צו דעם 76סטן יאָרצײַט פֿון דער פּטירה פֿון ח.נ. ביאַליק אָפּגעהאַלטן דאָנערשטיק, כּ״ו תּמוז, דעם 8טן יולי.

די הזכּרה נאָך ד״ר בנימין הערצל, דעם חוזה־פֿאָרזעער פֿון דער ייִדישער מדינה, טראָגט אַן אָפֿיציעלן מלוכישן כאַראַקטער, מיט דעם אָנטייל פֿון מיליטערישע איינהייטן, הויכע פּאָליטישע און רעגירונגס־באַאַמטע, אַפֿילו פֿאָרשטייער פֿון דעם אויסלענדישן דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס.

דאַקעגן די הזכּרה נאָך אונדזער נאַציאָנאַלן דיכטער חיים־נחמן ביאַליק טראָגט דורכויס אַ פֿאָלקסטימלעכן, אינטימען, כּמעט משפּחהדיקן, פֿאָטערלעכן כאַראַקטער.

איך בין געווען שטאַרק גערירט צו זען ממש אַ סוררעאַליסטיש בילד, ווי דער גרויסער עולם, מענער און פֿרויען, זענען געשטאַנען אַרום ביאַליקס קבֿר און מיט עקסטאַז און נאָסטאַלגיע אויסגעזונגען ביאַליקס גוט־באַקאַנטע, אומשטערבלעכע לידער, וועלכע זיי זינגען זיכער, זינט זייערע קינדער־יאָרן. עס איז געווען אַן אויסדרוק פֿון ליבע און בענקשאַפֿט צו דעם דיכטער, וועלכער האָט באַרײַכערט און באַגײַסטערט דעם גאַנג פֿון לעבן פֿון מיליאָנען ייִדן אין די גלות־לענדער, אין ארץ־ישׂראל און אַוודאי אין מדינת־ישׂראל אין לויף פֿון דורות.

דער חזן אליהו גרינבלאַט זאָגט די טראַדיציאָנעלע הזכּרה־תּפֿילה
דער חזן אליהו גרינבלאַט זאָגט די טראַדיציאָנעלע הזכּרה־תּפֿילה
Credit: Bella Bryks-Klein
דער באַקאַנטער שרײַבער, לאַורעאַט פֿון "פּרס־ישׂראל" אין ליטעראַטור א״ב יהושע האָט אין זײַנע אָפּשאַצונג־ווערטער אַרויסגעהויבן די גרויסע פּערזענלעכקייט פֿון ח.נ. ביאַליק, זײַן פּלאַץ אין דער העברעיִשער ליטעראַטור בפֿרט און זײַן בײַטראָג צו דער מאָדערנער ייִדישער קולטור בכלל. די דיכטערין חדוה הרכּבֿי האָט פֿאָרגעלייענט אַ צאָל לידער פֿון דעם דיכטערס שאַפֿונגען. די טראַדיציאָנעלע הזכּרה־תּפֿילה און דעם "אל־מלא־רחמים" האָט געמאַכט דער חזן אליהו גרינבלאַט.

מיט אַ שעה שפּעטער, איז פֿאָרגעקומען דער אַלגעמיינער צוזאַמענקום פֿון אַ גאָר גרויסן עולם אין דעם גאָרטן פֿאַר דעם היסטאָרישן, שיין־רעסטאַוורירטן בנין פֿון בית־ביאַליק, אויף ביאַליק־גאַס, וואָס אַנטהאַלט ביאַליקס ביבליאָטעק און זײַן אַרכיוו. עס דינט איצט ווי אַ גוט־פֿונקציאָנירטער קולטור־צענטער, וווּ עס קומען פֿאָר זייער אָפֿט ליטעראַרישע אונטערנעמונגען און פּראָגראַמען, פֿאַר יונג און אַלט, וואָס זענען ניט באַקאַנט מיט דער ליטעראַרישער און געזעלשאַפֿטלעכער ירושה פֿון דעם נאַציאָנאַלן דיכטער ח.נ. ביאַליק. די פּראָגראַם פֿון דעם אָוונט אין בית־ביאַליק איז געווען געווידמעט דער טעמע "חינוך און דער אויפֿבלי פֿון דער העברעיִשער שפּראַך אין ביאַליקס שאַפֿונגען".

ד״ר צבֿי צמרת, פֿאָרזיצער פֿון דער פּעדאַגאָגישער קאָמיסיע בײַ דעם דערציִונגס־מיניסטעריום אין ישׂראל, האָט געגעבן אַ ברייטן איבערבליק איבער ביאַליקס ליטעראַרישער טעטיקייט און השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער שפּראַך. צוו״אַנד האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף ביאַליקס באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך, אין וועלכער ער האָט געשריבן זײַנע ערשטע לידער.

"פֿון דער יוגנט אָן איז ביאַליק שוין געווען פֿאַרליבט אין דער העברעיִשער שפּראַך", האָט ער געזאָגט, "זײַן דיכטערישע אינספּיראַציע האָט ער געזויגן פֿון די מקורות, נאָך זײַענדיק אין חדר, אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, פֿון דער היים און פֿון דער נאַטור אַרום. מיט דער צײַט איז ער געוואָרן איינער פֿון די בויער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער שפּראַך.

"ביאַליק — האָט ד״ר צמרת דערקלערט — האָט געהאַלטן, אַז די אויפֿלעבונג פֿון דער גערעדטער און געשריבענער שפּראַך איז ממש געווען אַ נס. ער האָט געגלייבט, אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס פֿאָלק האָט זיך באַנוצט אין די גלות־לענדער מיט אַנדערע שפּראַכן, איז אָבער די העברעיִשע שפּראַך געווען און געבליבן די נשמה און דער חוט־השדרה פֿון ייִדישן פֿאָלק".


* * *

דער באַקאַנטער פֿילאָלאָג און שרײַבער רוביק ראָזענטאַל האָט אין זײַן לאַנגן פֿאָרטראָג אַרויסגעהויבן ביאַליקס בײַטראָג צו דער אַנטוויקלונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, מיט שאַפֿן צענדליקער, אויב ניט הונדערטער, נײַע אויסדרוקן און פֿראַזעס, אין ליכט פֿון דער ווירקלעכקייט אין דער אויפֿקומענדיקער מדינה. זײַנע אַנטפּלעקונגען האָט דער גרויסער עולם צוהערער אויפֿגענומען מיט פֿאַרגעניגן און נחת־רוח.

אַ גרופּע פֿון יוגנטלעכע זינגער וואָס רופֿט זיך "להקת על המשורר" האָט אויסגעפֿירט אַ צאָל גוט־באַקאַנטע לידער פֿון ח.נ. ביאַליק, אין אַ "נײַעם לבֿוש", מיט מאָדערנע, אַ ביסל צו רוישיקע קלאַנגען, אָבער זייער ענטוזיאַסטיש און מיט אַ סך געפֿיל, וואָס האָט געמאַכט אויף דעם עולם אַ גוטן רושם...


* * *

און צום סוף איז כּדאַי צוצוגעבן עטלעכע קאָמפּאָנענטן פֿון אַנדערע וויכטיקע ייִדישע ליטעראַטור־קריטיקער, וואָס זיי האָבן געזאָגט וועגן ח.נ. ביאַליקס "ייִדישע שאַפֿונגען":

בעל־מחשבֿות: "...ביאַליק איז דער איינציקער אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס האָט אין איין נאַכט און מיט איין ווערק, באַקומען אַזאַ געוואַלדיקע און כּשר־פֿאַרדינטע פּאָפּולאַריטעט אין אַלע קלאַסן פֿון ייִדישן פֿאָלק. ביאַליקס העברעיִשע פּאָעזיע האָט אים אַוועקגעשטעלט און געקרוינט ווי אונדזער נאַציאָנאַלער דיכטער".

בײַם ח.נ. ביאַליקס קבֿר קלינגען זײַנע לידער
בײַם ח.נ. ביאַליקס קבֿר קלינגען זײַנע לידער
Credit: Bella Bryks-Klein

דער וויכטיקער ייִדישער ליטעראַטור־קריטיקער שמואל ניגער האָט וועגן ביאַליקן געשריבן צוו״אַנד: "...ביאַליקס ייִדיש איז ווי זײַן העברעיִש, ניט פֿאַרגליווערט־טראַדיציאָנעל, נאָר פֿריש און לעבעדיק, פֿאַרוואָרצלט אין דער שפּראַכלעכער טראַדיציע. און אָט, די טיפֿע, זאַפֿטיקע און לעבעדיקע וואָרצלען פֿון זײַן ייִדיש, פֿון זײַן העברעיִש, זענען ניט קיין צופֿעליקע וואָרצלען. זיי ציִען זייער יניקה פֿון דער גאַנצער גײַסטיקער ירושה פֿון זײַן פֿאָלק".

און אָט זענען עטלעכע פֿראַגמענטן פֿון ביאַליקס אומפֿאַרגעסלעכע לידער אין זייער ייִדישן מקור:


"...פֿון שטאָל און אײַזן, קאַלט און האַרט און שטום

שמיד אויס אַ האַרץ פֿאַר זיך, דו מענטש — און קום!

קום, גיי אין שחיטה־שטאָט, זאָלסט זען מיט דײַנע אייגענע אויגן,

זאָלסט אָנטאַפּן מיט דײַנע אייגענע הענט.

אויף צוימען, סלופּעס, טויערן און ווענט,

אויף שטיינער פֿון דער גאַס, אויף אַלע העלצער,

דאָס שוואַרץ־פֿאַרטרוקנט בלוט מיט די געהירן

פֿון דײַנע ברידערס קעפּ און העלדזער..."

(אין שחיטה־שטאָט)


..."איך גיי, און קום — כ’וועל היילן וווּנדן,

מיט אײַך אין איינעם וועל איך בלוטן,

און וווּ מען דאַרף וועל איך פֿאַרבינדן,

און וווּ מען מוז, וועל איך אָפּלעקן,

דאָס בלוט, וואָס טריפֿט פֿון אײַער וווּנד.

כ’וועל טרייסטן, בעטן, וויינען, וועקן —

און וועל ניט לאָזן גיין צום גרונט!

איך גיי, איך קום — איך טראָג אַ טרייסט,

איך טראָג אַ בשׂורה פֿון נחמה;

איך בין געבענטשט פֿון גאָט מיט גײַסט —

אײַך וועל איך שענקען מײַן נשמה..."

(דאָס לעצטע וואָרט)


און צום סוף, אַ קליינער פֿראַגמענט פֿון זײַן באַרימט ליד:


"...אונטער די גרינינקע ביימעלעך,

שפּילן זיך משהלעך, שלמהלעך;

ציצית, קאַפּאָטקעלעך, פּאהלעך —

ייִדעלעך — פֿריש פֿון די אייעלעך..."


אָט די דאָזיקע צוויי שורהלעך, זענען פֿון דער טרויעריקער פּאַראַפֿראַזע פֿון דעם ליד, וואָס דער דיכטער י. פּאַפּיערניקאָוו האָט שפּעטער געמאַכט נאָכן חורבן:


"...אונטער די פּוילישע, גרינינקע ביימעלעך,

שפּילן זיך מער ניט קיין משהלעך, שלמהלעך..."


אוי, וווּ נעמט מען איצט אַזאַ ביאַליק!!!