- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס ייִדישע פּעקל צרות איז תּמיד באַשטאַנען פֿון צוויי מינים — צרות פֿון פֿרעמדע און צרות פֿון אייגענע. זינט ס'איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, האָט דאָס פּעקל אָנגעהויבן וואַקסן; צוגעקומען איז די צאָל אויסערלעכע צרות און געוואַקסן איז די צאָל אינערלעכע. געביטן האָט זיך אויך דער באַגריף "אייגענע", ווײַל איצט האָט ער אײַנגעשלאָסן אין זיך נישט נאָר די ייִדישע בירגער פֿון ישׂראל, נאָר אויך אַנדערע עטנישע גרופּעס און פֿעלקער. אוצרות פֿון ייִדישן וואָרט שלום־עליכם: "צוויי אַנטיסעמיטן" געלייענט פֿון ד״ר הערשל גלעזער Treasures of Yiddish Prose מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22,630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט וועלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. איינער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געוואָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברייטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום — און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהייט. ווײַזט אויס, אַז די השגחה האָט געוואָלט, אַז די דאַטעס פֿון די יאָרצײַטן פֿון ד״ר בנימין־זאבֿ הערצל און חיים־נחמן ביאַליק זאָלן זיך הײַיאָר צונויפֿפּאָרן איינס נאָך דער צווייטער, כּ׳ און כּ״א תּמוז, מיט אַן אונטערשייד פֿון 30 יאָר און איין טאָג פֿון זייער אַוועקגיין אין דער אייביקייט. די נעמען פֿון די דאָזיקע צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן אין אונדזער מאָדערנער געשיכטע, דערשײַנען און ווערן דערמאָנט יאָר־יערלעך, ווען עס קומט אָן דער חודש תּמוז. צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע האָט אַ שטעטל אויסגעקליבן אַ מוסולמענישן בירגער-מײַסטער מיט אַ פֿרומען ייִדישן פֿאַרטרעטער. פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט דער שטאָטראַט פֿון טינעק, ניו־דזשערזי, באַשטימט מאָהאַמעד כאַמידודין פֿאַר בירגער-מײַסטער, און אַדאַם גאָסען פֿאַר זײַן פֿאַרטרעטער. זיי וועלן אָנהאַלטן זייערע פּאָזיציעס אויף צוויי יאָר. טינעק איז באַקאַנט בײַ די ניו־יאָרקער ייִדן ווי אַ שפּרודלדיקער צענטער פֿון ייִדישן לעבן: 18 שילן, 2 ייִדישע טאָגשולן און 26 כּשרע רעסטאָראַנען. ווייניקער באַקאַנט איז אָבער, אַז אין טינעק געפֿינען זיך אויך צוויי מעטשעטן און אַ מוסולמענישע טאָגשול. דער באַגריף "פֿאָלק" ווערט אַמאָל אַוועקגעשטעלט ווי אַן אידעאַל אָן שום מום, וואָס איז גאָר ווײַט פֿון דער רעאַליטעט. אויך דער באַגריף "פֿאָלקסליד" קען ווערן אַזוי ווײַט אידעאַליזירט, אַז ווען דער זינגער גייט אַוועק פֿונעם אָנגענומענעם מוסטער, קען ער ווערן שטאַרק קריטיקירט. איינער פֿון אונדזערע גרעסטע פֿאָלקלאָריסטן, י. ל. כּהן (1881—1937) האָט באַנומען "פֿאָלק" און "פֿאָלקסליד" דורך אַזאַ ראָמאַנטישן פֿילטער, און דאָס האָט משפּיע געווען אויף זײַן פֿאָלקלאָרישער אַרבעט און רעדאַקציע. די הײַנטיקע וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם לעצטן, פֿינפֿטן טייל פֿונעם חומש — "דבֿרים". הגם אַלע פּרשיות אינעם חומש זענען אין אַ גלײַכער מאָס הייליק און וויכטיק, דערקלערן די מפֿרשים, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ געוויסער חילוק צווישן "דבֿרים" און די פֿריִערדיקע חלקים פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן. דער לעצטער טייל איז אָבער באַגרינדעט אויף משהס אייגענעם פֿאַרשטאַנד, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "משנה־תּורה" — איבערחזרונג פֿון דער תּורה. איך פֿאַרברענג אַ היפּש ביסל צײַט בײַם לייענען אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", און מיט אייניקע רעזולטאַטן פֿון מײַנע "אויסגראָבונגען" טייל איך זיך אין אָט דעם ווינקל פֿון "פֿאָרווערטס". כ’מוז זאָגן, אַז איך האָב הנאה פֿון גריבלען זיך אין דעם אַלטן "פֿאָרווערטס", בפֿרט ביזן אָנהייב 1930ער יאָרן. דער "פֿאָרווערטס" געפֿעלט מיר ווי אַ צײַטונג מיט אַ רעלאַטיוו באַגרענעצטן ניוואָ פֿון דאָגמאַטישקייט. דאָס הייסט, אַז די צײַטונג האָט, פֿאַרשטייט זיך, געפּריידיקט סאָציאַליזם, אָבער "סאָציאַליזם" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ניט קיין שמאָלע אידעאָלאָגישע סטעזשקע, נאָר אַ ברייטן שליאַך, מיט אַ גרויסער צאָל בײַ-וועגן. אין דעם "פֿאָרווערטס" האָבן געשריבן לײַט מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים וועלט-באַנעמען. די אַנטוויקלונג פֿון נײַע עלעקטראָנישע טעכנאָלאָגיעס, וואָס דערמעגלעכן צו האַלטן און איבעראַרבעטן ריזיקע מאַטעריאַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע, האָט אויפֿגעלעבט אַ בראַנזשע פֿון שפּראַך־וויסנשאַפֿט, וועלכע מען האָט שוין לאַנגע יאָרן געהאַלטן פֿאַר אַן אַלט־פֿרענקישע. אין די 1960 יאָרן האָט דער לינגוויסטישער הויפּטשטראָם געביטן זײַן ריכטונג, אין דער גרויסער מאָס אונטער דער השפּעה פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָרשער נועם כאָמסקי. אַנשטאָט צו פֿאָרשן דעם שפּראַך־מאַטעריאַל ווי אַן עמפּירישן פֿענאָמען, וואָס עקזיסטירט פֿון און פֿאַר זיך אַליין, האָט זיך דער נײַער דור לינגוויסטן גענומען צו פֿאָרשן די אַלגעמיינע פּראָצעסן פֿון פֿאָרמירן איינצלנע שפּראַך־איינסן, וועלכע קומען פֿאָר אינעם מענטשלעכן קאָפּ און זײַנען אומאָפּהענגיק פֿון אַ קאָנקרעטער שפּראַך. אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן איז צווישן די סאָוועטישע ייִדן אומגעגאַנגען אַ לעגענדע, אַז דער דענישער קיניג, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם וואָס די נאַציס רודפֿן ייִדן, האָט צוגעטשעפּעט צו זײַן רעקל אַ געלע לאַטע און דעמאָנסטראַטיוו אַרומגעפֿאָרן אַזוי איבער קאָפּענהאַגען. אַ שיינע לעגענדע, אָבער נישט מער! דווקא פֿון דער לעגענדע איז אַרויס דער ראָמאַן "די שעה פֿונעם קיניג", פּובליקירט אין 1976 אינעם מאָסקווער אומלעגאַלן זשורנאַל "ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", אָנגעשריבן פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטן שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו. די היץ איז געווען כּמעט אומדערטרעגלעך. אָבער דאָס איז נישט געווען קיין אָפּהאַלט פֿאַר די טויזנטער אָנטייל־נעמער בײַצוזײַן אויף דעם פּראָטעסט־קאָנצערט פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זובין מעטאַ, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אינעם "אשכּול"־פּאַרק, אין דרומדיקן טייל פֿון נגבֿ; אַזוי נאָענט ווי מעגלעך, כּדי ס’זאָל דערגרייכן צום געפֿאַנגענעם זעלנער גלעד שליט. דרײַ אויטאָבוסן האָבן געבראַכט די 80 מוזיקער פֿונעם אָרקעסטער וואָס זײַנען אָנגעקומען צו באַטייליקן זיך אינעם קאָנצערט מיטן דראַמאַטישן נאָמען "דער געשריי צו דער וועלט". ווי זשע קוקט מען בײַ לײַט אויף דראַמאַטיש־טראַגישע היסטאָרישע פּעריאָדן? למשל, די רוסן, אָפּגעהאַלטן אַ נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אָבער אין 1941 געליטן אַ וויסטע מפּלה; קוים אײַנגעהאַלטן מאָסקווע. איז פּעריאָדיש באַווײַזן זיך בײַ זיי נײַע ביכער וועגן פֿעלערן ערבֿ און אין אָנהייב מלחמה. אַצינד אין רוסלאַנד זײַנען פּאָפּולער די ווערק פֿון מאַרק סאָלאָנין. ווי עס צו באַגרײַפֿן? אונדזער פֿאָלק האָט דורכגעלעבט אַזאַ גענאָציד־קאַטאַסטראָפֿע, פֿון 10 מיליאָן אייראָפּעיִשע ייִדן אין 1939 זײַנען אומגעקומען 6 מיליאָן. וווּ פּובליקאַציעס מיט אַן אַנאַליטישן אַרײַנבליק אין דער פֿאָרגייענדיקער היסטאָריע? אפֿשר געקענט זײַן ווינציקער קרבנות? |