געזעלשאַפֿט
דער נײַער בירגער־מײַסטער פֿון טינעק, מאָהאַמעד כאַמידודין (אויבן)
און זײַן פֿאַרטרעטער, אַדאַם גאָסען
דער נײַער בירגער־מײַסטער פֿון טינעק, מאָהאַמעד כאַמידודין (אויבן) און זײַן פֿאַרטרעטער, אַדאַם גאָסען

צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע האָט אַ שטעטל אויסגעקליבן אַ מוסולמענישן בירגער-מײַסטער מיט אַ פֿרומען ייִדישן פֿאַרטרעטער.

פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט דער שטאָטראַט פֿון טינעק, ניו־דזשערזי, באַשטימט מאָהאַמעד כאַמידודין פֿאַר בירגער-מײַסטער, און אַדאַם גאָסען פֿאַר זײַן פֿאַרטרעטער. זיי וועלן אָנהאַלטן זייערע פּאָזיציעס אויף צוויי יאָר.

טינעק איז באַקאַנט בײַ די ניו־יאָרקער ייִדן ווי אַ שפּרודלדיקער צענטער פֿון ייִדישן לעבן: 18 שילן, 2 ייִדישע טאָגשולן און 26 כּשרע רעסטאָראַנען. ווייניקער באַקאַנט איז אָבער, אַז אין טינעק געפֿינען זיך אויך צוויי מעטשעטן און אַ מוסולמענישע טאָגשול.

נאָך מער אינטערעסאַנט איז, אַז אַ גרויסער טייל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין טינעק איז אַן אָרטאָדאָקסישער, און שטאַרק ציוניסטיש־געשטימט. מע וואָלט געמיינט, אַז אין אַזאַ סבֿיבֿה וואָלט אַ מוסולמענער נישט געהאַט קיין סך שטיצע. אָבער ווי עס גיט איבער דער געוועזענער בירגער־מײַסטער פֿון טינעק, עלי כּץ (אויך אַ פֿרומער ייִד), האָבן 1,500 אָרטאָדאָקסישע משפּחות, בעת דער איצטיקער קאַמפּאַניע, אויפֿגעהאָנגען פּלאַקאַטן, וואָס שטיצן כאַמידודין.

און אויך פֿון דער צווייטער זײַט: די מוסולמענער קווענקלען זיך נישט צו שטיצן אַ ייִדישן קאַנדידאַט. ווען כּץ האָט קאַנדידירט מיט צוויי יאָר צוריק, און מע האָט פֿאַרבעטן דעם ברייטן עולם אין פּריוואַטע היימען, כּדי זיך צו באַקענען מיטן קאַנדידאַט אָדער געבן אַ בײַשטײַער צו זײַן קאַמפּאַניע, זענען די אָרגאַניזירער פֿון אַלע דרײַ טרעפֿונגען געווען מוסולמענער. "ווען איך גיי אַרײַן אין אַ מעטשעט אין טינעק, נעמט מען מיך אויף מיט ברייטע אָרעמס," האָט כּץ באַמערקט.

בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט דער נײַער בירגער־מײַסטער באַצייכנט טינעק ווי אַ מוסטער פֿאַרן לאַנד. "עס וווינען דאָ פֿאַרשידענע גרופּעס, ווײַסע און שוואַרצע, ייִדן, קריסטן, מוסולמענער, אָבער ווען מע שפּילט פֿוסבאָל (סאָקער), באַטייליקן זיך אַלע גרופּעס אין איינעם," האָט כאַמידודין געזאָגט.

כאַמידודין האָט צוגעגעבן, אַז ער ווייסט גוט וועגן די שטאַרק פּראָ־ישׂראלדיקע טענדענצן פֿון די פֿרומע ייִדישע אײַנוווינער. "דאָס איז אַן ענין, וואָס מע קען נישט פֿירן קיין דיסקוסיעס איבער דעם. ס׳רובֿ פֿון די אײַנוווינער פֿאַרשטייען אָבער, אַז טינעק האָט נישט קיין אויסערן־פּאָליטיק. מיר באַטאָנען בלויז די זאַכן, וואָס זענען אונדז אַלעמען וויכטיק. די אײַנוווינער פֿון טינעק צאָלן, למשל, די העכסטע שטײַערן פֿון כּמעט אַלע אַנדערע שטעט אין דעם ראַיאָן. אונדזער ציל איז צו לייזן די פּראָבלעם."

די באַמיִונגען פֿון דער טינעקער שטאָט־רעגירונג צו פֿאַראייניקן די וויילער איז, אין דער אמתן, נישט קיין נײַעס. מער ווי 50 יאָר צוריק, איז טינעק געוואָרן איינע פֿון די ערשטע אַמעריקאַנער ציבורים צונויפֿצוברענגען ווײַסע און שוואַרצע קינדער אין די זעלבע עפֿנטלעכע שולן. דערצו זעט מען נישט אין דער אָרטיקער פּאָליטיק די געוויינטלעכע פּאַרטיייִשע ראַנגלונגען צווישן די דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער. זינט די 1920ער יאָרן, איז דער שטאָטראַט אין טינעק, ווי די אַנדערע שטעט פֿון ניו־דזשערזי, אַ ריין אומפּאַרטיייִשע.


אַ גרופּע כּלל־טוער בעת דעם "פֿאַראייניקונג־טאָג" אין טינעק, 2008.
צווישן זיי: עלי כּץ (דריטער פֿון רעכטס) און אַדאַם גאָסען (לינקס)
אַ גרופּע כּלל־טוער בעת דעם "פֿאַראייניקונג־טאָג" אין טינעק, 2008. צווישן זיי: עלי כּץ (דריטער פֿון רעכטס) און אַדאַם גאָסען (לינקס)

"אַז מע דאַרף פֿאַרריכטן דעם וועג, אָדער רייניקן דעם שניי, איז נישטאָ קיין דעמאָקראַטישער אָדער רעפּובליקאַנער אופֿן עס צו טאָן," האָט באַמערקט כאַמידודינס פֿאַרטרעטער, אַדאַם גאָסען. "די אײַנוווינער ווילן בלויז וויסן, וואָס וועט מען טאָן וועגן די הויכע שטײַערן? די שלעכטע וועגן? ווען וועט מען רייניקן די גאַסן פֿון בלעטער?"

פֿון דעסטוועגן, קומען פֿון צײַט צו צײַט פֿאָר אינצידענטן, וואָס שטרענגען אָן די באַציִונגען צווישן געוויסע גרופּעס. אין 1990, למשל, איז אַ שוואַרצער יונגערמאַן דערשאָסן געוואָרן פֿון אַ ווײַסן פּאָליציאַנט — אַ געשעעניש וואָס האָט אַרויסגערופֿן פּראָטעסט־מאַרשן, אַ טייל פֿון זיי בלוטיקע.

במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָט זיך אויך באַוויזן אַ שפּאַנונג אינעם שולראַט, צווישן די פֿרומע מיטגלידער, וואָס זייערע קינדער לערנען זיך אין די פּריוואַטע ייִדישע טאָגשולן, און די אַנדערע מיטגלידער, וואָס שיקן זייערע קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן. געוויסע מענטשן האָבן געטענהט, אַז די פֿרומע עלטערן האָבן נישט קיין רעכט צו באַשטימען דעם בודזשעט פֿאַר די עפֿנטלעכע שולן; אָבער די אַנדערע האָבן געענטפֿערט, אַז די פֿרומע עלטערן האָבן יאָ אַזאַ רעכט, ווײַל זיי באַצאָלן די זעלבע שטײַערן וואָס אַלע אַנדערע אײַנוווינער.

געוויסע ייִדן האַלטן, אַז די מחלוקת בײַ דער שול־פֿאַרוואַלטונג האָט אַרויסגערופֿן אַ געוויסן אַנטאַגאָניזם קעגן די אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין טינעק. נישט איין מאָל האָט געטראָפֿן, למשל, אַז אַ גרופּע ייִדן האָט שבת שפּאַצירט אויף דער גאַס, און אַ שאָפֿער האָט זיי אויסגעזידלט, שרײַענדיק: "וואָס? דער טראָטואַר איז אײַך נישט גענוג? נעמט איר שוין איבער די גאַנצע שטאָט?" באַרבאַראַ טאָפֿלער, אַ געוועזענע מיטגלידין פֿונעם שטאָטראַט האָט בײַ אַ זיצונג פֿונעם ראַט אויך קריטיקירט יענע ייִדן, וועלכע שפּאַצירן אין מיטן דער גאַס. דער ענין איז געוואָרן אַזוי אָנגעהיצט, אַז אַ צאָל רבנים האָבן עפֿנטלעך געבעטן זייערע מתפּללים צו שפּאַצירן אויפֿן טראָטואַר, אויס דרך־ארץ פֿאַר די שאָפֿערן.

אַלען סאָן, וועלכער דינט אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון קאָמונאַלע באַציִונגען אין טינעק, האָט געזאָגט, אַז ער פֿאַרשטייט די פֿרוסטרירונג פֿון די שאָפֿערן. "ווען זעקס מענטשן שפּאַצירן אין איין שורה איבער דער גאַס, און זיי שטופּן אויך וועגעלעך מיט קינדער, איז עס טאַקע אַ סכּנה," האָט ער געזאָגט.

"אַ מאָל טרעפֿט, אַז אַ שאָפֿער ווערט אין כּעס, ער יאָגט זיך ערגעץ, פֿײַפֿט ער מיטן האָרן," האָט כאַמידודין געזאָגט. "דערנאָך הייבט מען אָן זיך צו שושקען, די קולות ווערן אַלץ קוויטשיקער, און איידער וואָס און איידער ווען, צעפֿלאַקערט זיך שוין אַ גאַנצע קריגערײַ."

"ביידע צדדים אין דער געשיכטע האָבן באַטראַכט דעם ענין בלויז פֿון זייער אייגענעם קוקווינקל, און דאָס האָט דערפֿירט צו אַ באַציִונג פֿון ׳אונדז׳ קעגן ׳זיי׳," האָט סאָן געזאָגט. "די מעלה פֿון אַדאַם און מאָהאַמעד איז, אַז זיי פּרוּוון יאָ צו זען דעם קוקווינקל פֿונעם צווייטן צד, זיי באַמיִען זיך צו בויען בריקן צווישן די גרופּעס."

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, זענען דער בירגער־מײַסטער און זײַן פֿאַרטרעטער נישט בלויז מיטאַרבעטער, נאָר אויך לאַנג־יאָריקע פֿרײַנד. קינדווײַז האָבן זיי זיך געלערנט צוזאַמען אין דער זעלבער עפֿנטלעכער שול (אין די יאָרן איידער גאָסען איז פֿרום געוואָרן); דערנאָך אין דער זעלבער מיטלשול; ווײַטער — אין ראָטגערס־אוניוועריטעט, און שפּעטער האָבן זיי זיך ביידע אומגעקערט קיין טינעק, און געוואָרן אַקטיוו אין דער אָרטיקער פּאָליטיק, כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס שטעטל, וואָס האָט זיי ביידן אויפֿגעכאָוועט.

נישט קיין חידוש, אַז גאָסען האָט געטאַנצט אויף כאַמידודינס חתונה, און פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, אינעם אַמעריקאַנער אומאָפּהענגיקייט־טאָג, איז כאַמידודין געקומען צו גאָסענס "באַרבעקיו".

כאַמידודין האַלט, אַז ווען די ייִדן און מוסולמענער אַרבעטן צוזאַמען, לערנען זיי זיך אויס אַ סך וועגן יענעמס קולטור, און דאָס מאַכט גרינגער צו פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן.

"לעצטנס, האָב איך זיך געטראָפֿן אויף אַ זיצונג מיט אַדאַם און עלי, און עטלעכע אַנדערע פֿרומע ייִדן אין מײַן שוועסטערס הויז," האָט כאַמידודין דערציילט. "ווען די שוועסטער האָט דערלאַנגט כּשרן אײַזקרעם, האָבן אַלע פֿרומע געזאָגט, אַז זיי קענען עס נישט עסן, ווײַל זיי האָבן ערשט געגעסן פֿליישיקס. האָב איך געגעבן מײַן שוועסטער און דעם גאַנצן עולם צו פֿאַרשטיין, אַז פֿרומע ייִדן קענען נישט עסן מילכיקס גלײַך נאָך פֿליישיקס; געוויסע מענטשן וואַרטן דרײַ שעה, און אַנדערע — זעקס שעה. אונדזער צוזאַמענאַרבעט גיט אונדז טאַקע אַ געלעגנהייט זיך צו לערנען וועגן אַנדערע קולטורן."

נעמענדיק אין באַטראַכט דעם ציל, האָט טינעק מיט צוויי יאָר צוריק אָרגאַניזירט אַ "פֿאַראייניקונג־טאָג" (Unity Day). דער "דזשיי־סי־סי" [ייִדישער קאָמונאַלער צענטער] האָט געהאַט אַ טיש מיט בראָשורן וועגן זײַנע אַקטיוויטעטן, די קלויסטערס און שילן האָבן געהאַט זייערע טישן, אַפֿילו דער שפּאַצירקלוב האָט אויסגעטיילט זײַן ליטעראַטור. מ׳האָט געמאַכט אַ גרויסן פּיקניק אין פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אַ קליינעם לונאַ־פּאַרק פֿאַר די קינדער, און אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע ספּאָרט־אַקטיוויטעטן.

"ס׳איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט, אַז שכנים פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן זאָלן קאָנען פֿאַרברענגען אין איינעם," האָט כאַמידודין געזאָגט. "אַ שאָד, וואָס מענטשן אַרבעטן אַזוי שווער, אַז מע האָט נישט קיין צײַט זיך בעסער צו באַקענען."

"כּולות ווערן

"כּולות ווערן אַלץ קוויטשיקער"...

איך האָב קודם געמיינט, אַז די "כּלות (קאַלעס) ווערן אַלץ קוויטשיקער"... און דאָס איז טאַקע זייער מעגליך

.דערנאָך איז עס אָבער קלאָר געוואָרן; די "קולות" ווערן אַלץ קוויטשיקער

ווייסט דער רעדאַקטאָר דעם אונטערשיד צווישן "כּולות" און "קולות", צי איז עס אַלעס איינס?

ס׳איז פּשוט אַ

ס׳איז פּשוט אַ דרוקפֿעלער. פֿאַרראָכטן