געשיכטע, ייִדיש־וועלט
אַב. קאַהאַן
אַב. קאַהאַן

איך פֿאַרברענג אַ היפּש ביסל צײַט בײַם לייענען אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", און מיט אייניקע רעזולטאַטן פֿון מײַנע "אויסגראָבונגען" טייל איך זיך אין אָט דעם ווינקל פֿון "פֿאָרווערטס". כ’מוז זאָגן, אַז איך האָב הנאה פֿון גריבלען זיך אין דעם אַלטן "פֿאָרווערטס", בפֿרט ביזן אָנהייב 1930ער יאָרן. דער "פֿאָרווערטס" געפֿעלט מיר ווי אַ צײַטונג מיט אַ רעלאַטיוו באַגרענעצטן ניוואָ פֿון דאָגמאַטישקייט. דאָס הייסט, אַז די צײַטונג האָט, פֿאַרשטייט זיך, געפּריידיקט סאָציאַליזם, אָבער "סאָציאַליזם" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ניט קיין שמאָלע אידעאָלאָגישע סטעזשקע, נאָר אַ ברייטן שליאַך, מיט אַ גרויסער צאָל בײַ-וועגן. אין דעם "פֿאָרווערטס" האָבן געשריבן לײַט מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים וועלט-באַנעמען. מע האָט דיסקוטירט און זיך געקריגט. קיין בעל-הבית האָט דאָך די צײַטונג ניט געהאַט, און אין דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע, וואָס האָט געהאַלטן די לייצעס פֿון דער אויסגאַבע, זײַנען געווען פֿאַרטראָטן כּלערליי שטראָמען פֿון דער אַרבעטער-באַוועגונג.

אין די 1920ער יאָרן האָט די צײַטונג טיילווײַז געהאַט און טיילווײַז טאָלערירט סימפּאַטיעס צום באָלשעוויסטישן רעזשים. אין תּוך אַרײַן, האָט דער "פֿאָרווערטס" קיין ברירה ניט געהאַט, ווײַל טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן האָבן דעמאָלט געהערט צו דער קאַטעגאָריע, וואָס מע קען באַשרײַבן ווי "אַנטי-אַנטי-באָלשעוויקעס". אַזעלכע מענטשן האָבן זייער סקעפּטיש זיך באַצויגן צום קאָמוניזם, אָבער זיי איז צום האַרצן געווען אַ סך פֿון די טראַנספֿאָרמאַציעס אין רוסלאַנד. זיי האָבן — דער עיקר — געהאָפֿט, אַז די ברוטאַלקייט פֿונעם רעזשים האָט זיך דערקלערט מיט דער לאָגיק פֿון קאַמף קעגן די קאָנטער-רעוואָלוציאָנערע כּוחות און אַז שפּעטער וועלן די באָלשעוויקעס פֿאַרבײַטן זייער "פּראָלעטאַרישע דיקטאַטור" אויף אַ מער דעמאָקראַטישער און, בכלל, מער מענטשלעכער סיסטעם.

אַ "פֿאָרווערטס", וואָס וואָלט געהאַלטן אין איין קריטיקירן די סאָוועטישע מאַכט, האָט געקענט אָפּשרעקן אַזעלכע אַנטי-אַנטי-באָלשעוויקעס, בפֿרט נאָך, אַז זיי האָבן געהאַט אַן אַלטערנאַטיוו — די קאָמוניסטישע צײַטונג "פֿרײַהייט". דער מצבֿ האָט זיך ראַדיקאַל געביטן נאָך די פּאָגראָמען אין ארץ-ישׂראל, אין אויגוסט 1929, ווען די קאָמוניסטן האָבן זיך — לויט אַ דירעקטיוו פֿונעם "קאָמינטערן" — געשטעלט אויף דער זײַט פֿון די אַראַבער און זייער קאַמף קעגן די "בריטישע קאָלאָניזאַטאָרן און זייערע ציוניסטישע מיטהעלפֿער". דעמאָלט האָבן די קאָמוניסטן זיך אַזוי קאָמפּראָמיטירט אין די אויגן פֿון ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, אַז מע האָט שוין געקענט זײַן אויסגעהאַלטן אַנטי-סאָוועטיש, אָן האָבנדיק מורא צו פֿאַרלירן אַ ממשותדיקע צאָל לייענער.

אין די 1930ער יאָרן איז דער "פֿאָרווערטס" טאַקע געוואָרן דאָגמאַטיש אַנטי-סאָוועטיש, אָבער גלײַכצײַטיק זײַנען אַוועק אַנדערע מינים דאָגמאַטישקייט — לגבי ציוניזם און, שפּעטער, רעליגיע. אַזוי איז עס כּמעט תּמיד געווען — אין דער באַציִונג צו געוויסע זאַכן האָט מען קיין פּשרות ניט דערלאָזט. אָבער אין שײַכות מיט אַ סך פֿראַגן זײַנען די זײַטלעך פֿון דער צײַטונג פֿאַרבליבן אָפֿן פֿאַר פֿאַרשיידענע, אָפֿט מאָל קעגנאיבערדיקע מיינונגען. אַ דאַנק אַזאַ צוגאַנג, האָט דער "פֿאָרווערטס" אין מײַנע אויגן אַן אימאַזש פֿון אַ גרויסשטאָטישער — ניט קיין פּראָווינציעל-שמאָלער, אָדער פּאַרטיייִש-פּלאַטשיקער — טריבונע.

ווען סאָציאַליזם איז שוין געוואָרן צו ענג ווי דער אידעאָלאָגישער בגד פֿאַר דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה, האָט די צײַטונג באַנײַט איר גאַרדעראָב. לעבן די אַלטע און טיילווײַז אויסגעבליאַקירטע מאַרקסיסטישע העמדלעך האָבן זיך באַוויזן ליבעראַלע קליידער. ניט אַלע מחברים און לייענער איז עס געפֿעלן געוואָרן. אין די 1930ער יאָרן האָט עס געשאַפֿן פּראָבלעמען אין די באַציִונגען מיטן "בונד", באַזונדערס מיטן פּוילישן "בונד". און דאָך האָט דעם "פֿאָרווערטס" זיך אײַנגעגעבן צו טראָגן אין משך פֿון יאָרצענדליקער ביידע מינים בגדים — אי סאָציאַליסטישע אי ליבעראַלע.

אָט די — און זייער אַ סך אַנדערע — גילגולים האָט די צײַטונג דורכגעמאַכט, ווען בײַ איר רודער איז געשטאַנען אַב. קאַהאַן, וועמענס 150סטן יוביליי האָט מען אָפּגעמערקט — צי מע האָט, לכל-הפּחות, געדאַרפֿט אָפּמערקן — דעם 7טן יולי. ער בלײַבט נאָך אַלץ אַ פֿיגור, ווייניק אָפּגעשאַצט אין דער ייִדישער געשיכטע. גאַנץ אָפֿט חזרט מען איבער אַלטע חשבונות מיט אים — אָט האָט ער עמעצן אַרויסגעטריבן, אָט האָט ער עפּעס ניט דערלויבט. יאָ, קיין גוטינקער איז ער, בלי-ספֿק, ניט געווען. אָבער גוטינקע מענטשן טויגן זיך ניט אויס ווי רעדאַקטאָרן פֿון גרויסע צײַטונגען, בפֿרט אין אַזאַ צײַטונג ווי דער "פֿאָרווערטס", וואָס איז תּמיד געשטאַנען אויף אַ וואַקלדיקן יסוד — סײַ אידעאָלאָגיש, סײַ דעמאָגראַפֿיש.

למשל, מע האָט טענות צו קאַהאַנען פֿאַר זײַן באַציִונג צו דער שפּראַך און ליטעראַטור. אָבער אויף אַ וועלכער שפּראַך וואָלט מען נאָך געקענט געפֿינען אַ צוטריט צו דער "גרינער" מאַסע ייִדן, וועלכע האָבן גערעדט גאַנץ פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן און, בדרך-כּלל, האָבן ניט געהאַט קיין בילדונג? וואָס שייך דער ליטעראַטור, טאָ ווי קען מען פֿאַרגעסן, אַז דווקא אין "פֿאָרווערטס" האָבן לאַנגע יאָרן געאַרבעט אַזעלכע מײַסטערס ווי שלום אַש, י. י. זינגער, אַבהרם רייזען און צענדליקער אַנדערע. קאַהאַן איז ניט געווען ייִדישיסטיש געשטימט, אָבער ס’איז נאָך אַ פֿראַגע, צי אַזאַ אינסטיטוציע ווי ייִוואָ וואָלט געקענט לעבן, אויב איר דירעקטאָר, מאַקס ווײַנרײַך, וואָלט זינט 1920 אַזש ביזן אָנהייב פֿון די 1950ער יאָרן ניט באַקומען קיין שׂכירות פֿונעם "פֿאָרווערטס". בכלל, אַ גרויסער טייל פֿון דער גאַנצער אינפֿראַסטרוקטור פֿונעם ייִדישן קולטורעלן לעבן האָט געקענט עקזיסטירן נאָר אַ דאַנק דעם "פֿאָרווערטס" בראָש מיט אַב. קאַהאַנען.

הקיצור, ס’איז כּדי אויפֿצוהייבן אַ כּוס (זאָל זײַן מיט זעלצער-וואַסער, טאָמער איר טרינקט ניט קיין משקה) לכּבֿוד אַב. קאַהאַנען, דעם גרויסן מענטש אין דער ייִדישער געשיכטע.