פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס, אַז אַ לוויה איז נישט קיין פֿריילעך געשעעניש. ס׳איז טרויעריק און ביטער ווער עס פֿאַרלירט אַ נאָענטן. בדרך־כּלל גיי איך נישט אויף קיין לוויות. וואָס אַן אמת, מײַדט איך אויס בר־מיצוות און חתונות אויך. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס עפּעס וואָס איך מײַד אויס שׂימחות און לוויות? וועל איך אײַך אויסזאָגן דעם סוד. אַ הײַנטיקע בר־ אָדער בת־מיצווה איז אַזוי גוט ווי אַ חתונה. אַ חתונה ווידער, איז נישט מער און נישט ווייניקער ווי אַ יום־טובֿדיקע פֿײַערונג, געפּאַסט, לאָמיר זאָגן פֿאַר דובײַ, אָדער מאָנאַקאָ, לאַס־וועגאַס מיט קאַסינאָס. ס׳איז "דיזני־וווירלד" מיט "מיקי־מויז" און "דאָנאַלד־דאַק" וואָס פֿאַרווײַלן און פֿאַרטשאַדען די געסט. מײַד איך זיי אַלע אויס ווי אַ משוגענעם הונט.