- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך ווייס, אַז אַ לוויה איז נישט קיין פֿריילעך געשעעניש. ס׳איז טרויעריק און ביטער ווער עס פֿאַרלירט אַ נאָענטן. בדרך־כּלל גיי איך נישט אויף קיין לוויות. וואָס אַן אמת, מײַדט איך אויס בר־מיצוות און חתונות אויך. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס עפּעס וואָס איך מײַד אויס שׂימחות און לוויות? וועל איך אײַך אויסזאָגן דעם סוד. אַ הײַנטיקע בר־ אָדער בת־מיצווה איז אַזוי גוט ווי אַ חתונה. אַ חתונה ווידער, איז נישט מער און נישט ווייניקער ווי אַ יום־טובֿדיקע פֿײַערונג, געפּאַסט, לאָמיר זאָגן פֿאַר דובײַ, אָדער מאָנאַקאָ, לאַס־וועגאַס מיט קאַסינאָס. ס׳איז "דיזני־וווירלד" מיט "מיקי־מויז" און "דאָנאַלד־דאַק" וואָס פֿאַרווײַלן און פֿאַרטשאַדען די געסט. מײַד איך זיי אַלע אויס ווי אַ משוגענעם הונט. ווען עס קומט אָבער צו לוויות איז גאָר אַן אַנדער ליקוי־חמה. אַמאָל בין איך געווען בײַ אַ לוויה פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן ייִדיש־פֿאַרזאָרגער, אַ קהלישן קאָכלעפֿל, וועלכער איז געווען אַזאַ ייִדיש־פֿאַרזאָרגער, ווי איך בין יעקבֿ אָבֿינות שיפֿחה. פֿאַרקערט, פֿאַרזאָרגט האָט ער טאַקע יאָ, אָבער זיך אַליין, און אַז איך האָב געהערט דעם הספּד איז מיר גאָר טרויעריק געוואָרן אויפֿן האַרצן, ווײַל קיין איין וואָרט איז דאָרט נישט געווען פֿאַרטראָטן. טויטערהייט האָט מען אים געלויבט אין זיבעטן הימל און אַפֿילו גערופֿן אים אַ צדיק־הדור. אין דער אמתן איז ער געווען אַ געזעלשאַפֿטלעכער גיבור פֿון דער מה־נשתּנה אַוודאי. אַ ריזיקער אויפֿטוער פֿאַר דער אייגענער קאַסע. אַ סך מאָל ווייס איך, אַז דער בר־מינן האָט געהאַט אַ לאָך אין דער השׂכּלה און דאָס לאָך איז געווען אַזוי גרויס און אַזוי ברייט ווי די שוואַרצע לעכער וואָס שלינגען אַלץ אײַן אַרום דער זון. דער ייִד האָט געהאַט איין טאַלאַנט — צו בלאָפֿן. ער איז געווען אַ מײַסטער־בלאָפֿער. און נישט איין מאָל האָב איך מיטן לערער פּסח פֿישמאַן באַוויינט אונדזער ייִדישע דאָליע וואָס איז נעבעך אַרײַנגעפֿאַלן אין אַזעלכע זשעדנע הענט. אָבער הײַנט האָב איך זיך אַוועקגעזעצט אַנטקעגן מײַן קאָמפּיוטערל און אים געהייסן שרײַבן. "וואָס זאָל איך שרײַבן?" האָט עס מיך געפֿרעגט לאַגאָדנע. האָב איך אים געענטפֿערט: "דאָס וואָס איך וועל דיר דיקטירן." "וואָס אַ שטייגער וועסטו מיר דיקטירן?" דאָ בין איך שוין שיִער נישט אַרויס פֿון די כּלים" "אַז דו וועסט שרײַבן וועסטו זיך דערוויסן." "הײַנטיקע צײַטן האָט אַ קאָמפּיוטער אויך אַ דעה?" — האָט ער זיך גענומען סקאַרזשען און באַקלאָגן. "נישט בײַ מאָטיען" — האָב איך געליאַרעמט — "ליג אײַנגעלייגט און שרײַב!" האָב איך אים באַפֿוילן. און איך האָב גענומען באַשרײַבן קאָמישע מאָמענטן דווקא וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען בײַ לוויות. האָט זיך מײַן קאָמפּיוטער אָנגעכמורעט: "ווי דערוועגסטו זיך דאָס? פֿון טויט לאַכט מען נישט אָפּ." "איך ווייס, איך ווייס" — האָב איך זיך גענומען פֿאַרטיידיקן — "אָט הייב איך אָן צו שרײַבן, וועסטו באַלד ווערן אַ חכם־בלילה." איז אַזוי: ווען איך בין אַרײַן אין "אַרבעטער־רינג"־מיטלשול בין איך געווען אַ מיידעלע פֿון אַ יאָר דרײַצן. מײַנע קאָלעזשאַנקעס זײַנען געווען אַזעלכע גרינע ווי איך. האָט מען זיך געהאַלטן אין איינעם, ווײַל די אַמעריקאַנער מיטלשולניקעס האָבן נישט פֿאַרפֿירט מיט אונדז קיין חבֿרשאַפֿטן. אפֿשר זײַנען מיר געווען צו גרין פֿאַר זיי, אפֿשר צו אָרעם און נישט אָנגעטאָן ווי עס פּאַסט פֿאַר מיידלעך אין זעלבן עלטער. איין זאַך ווייס איך יאָ. מיר האָבן ליב געהאַט די ייִדישע לערער, ס׳לעבן, און זיי אונדז אויך. איין מאָל זײַנען מיר געקומען אין מיטלשול און די לערער האָבן אונדז צונויפֿגענומען און געפֿירט אויף אַ לוויה. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז ס׳איז געשטאָרבן אַ ייִדישער לערער וואָס מיר האָבן אים נישט געקענט. איך געדענק אַפֿילו נישט ווי ער האָט געהייסן. מיר זײַנען אָנגעקומען אינעם זאַל וווּ מען האָט געדאַרפֿט אַרײַנפֿירן דעם אָרון מיטן טויטן לערער. מיר פֿיר מיידלעך האָבן נאָך נישט בײַגעוווינט קיין לוויה אין אַמעריקע און כאָטש מיר זײַנען געווען מלחמה־קינדער און געזען טעגלעך דעם טויט פֿאַר די אויגן. האָט מען דאָס ערגעץ פֿאַרשיבט אין אַ זײַט און געקוקט אויפֿן ספּעקטאַקל מיט אַ טרויעריקער מינע. מיט אַ מאָל האָט זיך באַוויזן דער אָרון און פֿיר לערער האָבן אים געפֿירט אויף אַ רעדלטיש, און ווי נאָר די לערער האָבן גענומען עפֿענען דעם אָרון און אויפֿהייבן דאָס אייבערשטע דעקל פֿונעם אָרון וווּ מען האָט געקענט זען דעם מת, האָט זיך דער אָרון אויסגעגליטשט פֿון זייערע הענט און דער מת איז אַרויסגעפֿאַלן. דער עולם איז פֿאַרציטערט געוואָרן, און מיר פֿיר מיידלעך האָבן זיך אַזוי שטאַרק דערשראָקן זיצנדיק אויפֿן באַלקאָן, אַז מיר האָבן נישט געוווּסט צי מיר זאָלן וויינען צי לאַכן. מיט אַ מאָל האָט אונדז אַרומגעכאַפּט דאָס אמתע געלעכטער. לאַכן האָט מען דאָך נישט דערוועגט אויף אַ לוויה, האָט מען זיך אַראָפּגעלאָזט אויפֿן דיל פֿונעם באַלקאָן, און גענומען פֿאַרשטאָפּן זיך די מײַלער מיט די סוועטערס וואָס מיר האָבן דעמאָלט געטראָגן. ביז מיר האָבן זיך גענומען שטיקן פֿאַר געלעכטער. פֿאַרגעסט נישט, אַז מיידלעך אין אונדזער עלטער זײַנען זייער עמפֿינדלעך אויף געלעכטער. קוים מיט צרות האָט מען דעם מת צוריק אַרײַנגעלייגט אינעם אָרון און די הספּדים האָבן זיך אָנגעהויבן. דאָס צווייטע געשעעניש מיט אַ לוויה איז פֿאָרגעקומען מיט מײַן מאַמען ע״ה. זי איז געשטאָרבן אין יאָר 1998, און געשטאָרבן איז זי דווקא פּלוצעם. ס׳איז געשען אין מיטן נאַכט, אויפֿן וועג צום וואַשצימער. דער טאַטע מײַנער האָט אויף די עלטערע יאָרן פֿאַרלוירן זײַן געהער, האָט ער נישט געהערט צי זי האָט גערופֿן נאָך הילף. דער טאַטע האָט דערציילט, אַז ער איז אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי און אויפֿן וועג צום וואַשצימער האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין מײַן טויטער מאַמען. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט באַלד גערופֿן די פּאָגאָטאָוויע (אַמבולאַנס) און מען האָט זי אָפּגעפֿירט אין טויטנשטיבל. מענדל און איך מיט די קינדער זײַנען גלײַך געקומען צו פֿליִען פֿון ניו־יאָרק קיין מיאַמי־ביטש און גענומען אויספֿילן אַלע פֿאָרמאַליטעטן: אויסקלײַבן אַ בית־עולם וואָס איז נישט געווען ווײַט פֿון מיאַמי־ביטש, באַשטעלן אַ קבֿר, מיט אַ מצבֿה און אויספֿילן אַלערליי פּאַפּירן: צווישן זיי, מאַכן קאָנטראַקטן מיט די מצבֿה־קריצער און צושטעלן וויפֿל געלט זיי האָבן געפֿאָדערט. פֿאַר דער לוויה האָט מײַן טאַטע גענומען מיך בעטן: "מירעשי! טו מיר אַ טובֿה, פֿיר מיך אין טויטנשטיבל. איך וויל נאָך איין מאָל זען די מאַמע." און אַזוי צעדרייט ווי מיר זײַנען אַלע דעמאָלט געווען, האָב איך אויסגעפֿונען וווּ די מאַמע ליגט פֿאַר דעם ווי מ׳פֿירט זי אַרײַן אין זאַל וווּ עס געפֿינען זיך די קרובֿים, שכנים, פֿרײַנד און באַקאַנטע. מיר זײַנען אַוועק אין טויטנשטיבל און אַ בעלפֿער האָט אַרויסגעצויגן מײַן מאַמעס קערפּער פֿון אײַזקאַסטן און זי אַרײַנגעלייגט אין אָרון. ער האָט פֿאַר אונדז געעפֿנט די טרומנע און מיר האָבן זי אָנגעקוקט צום לעצטן מאָל. דאַכט זיך זי האָט זיך גאָרנישט געביטן אויפֿן אויסזען ווען זי האָט געלעבט. איך האָב קיין מאָל נישט געזען אַ טויטן אַזוי נאָענט, האָט מיר אַ שלאָג געטאָן אַ שרעק פֿאַרן טויט. מײַן טאַטע האָט זיך אַראָפּגעבויגן און איר געגעבן אַ קוש אויף אירע קאַלטע ליפּן און געזאָגט ערנסט און צעווייטיקט: "אוי טאָלעשי! טאָליע! די אַלע יאָרן האָסטו נישט פֿאַרגינען אָנצושטעלן דעם 'עיר־קאָנדישאָנער’ (לופֿטקילער). הײַנט ליגסטו אין פֿרידזשידער." און ער האָט זיך צעוויינט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווי נאָר מיר האָבן דערהערט אַזאַ הספּד, האָט מען זיך שוין נישט געקענט קאָנטראָלירן, פֿאַרשטעלט די מײַלער מיט די הענט אײַנהאַלטנדיק דאָס געלעכטער אין אַזאַ טרויעריקן מאָמענט. אויפֿן וועג צום קבֿר בייגט זיך אָן מײַן טאַטע צו מיר און מאַכט: "זעסט מירעלע! אַ שיין וואַסערל. איך מיט דער מאַמען וועלן קענען דאָ כאַפּן פֿיש." און צום סוף האָט ער צוגעגעבן: "מירעלע, טו מיר אַ טובֿה. ווען איך וועל שטאַרבן, זאָלסטו אם־ירצה־השם מיר מיטשיקן אַ שירעם אין קבֿר." "וואָס עפּעס אַ שירעם טאַטע?" — האָב איך געוואָלט וויסן. "ווייסט דאָך ווי איך מיט דײַן מאַמען זײַנען אַלע מאָל געווען קאָסע־נאַ־קאַמיען, געקריגט זיך טאָג און נאַכט, וועל איך זי קענען דזשוכען מיטן שירעם. דאָס וועט ארײַנברענגען אין אונדזער טויט אַ ביסעלע פֿרייד, און די מאַמע וועט זאָגן: 'וואָס עפּעס אַ שירעם, כאַמל (חיים), וואָלסט דאָך געקענט מיטברענגען אַ קישעלע צו קאָפּנס, ס׳זאָל זײַן לײַכטער צו ליגן.’ און אַז זי וועט דערזען אַ שירעם וועט זי אויסשרײַען: 'וואָס טוט זיך מיט דיר כאַמל! וואָס מיינסטו, ס׳רעגנט אַרײַן אין קבֿר? וווּ איז דער שׂכל, כאַמל? זעסט דאָך, אָן טאָלען (מײַן מאַמע, הייסט דאָס), ביסטו אַזוי גוט ווי אַ פֿערד אָן אַ וואָגן. אָבער זאָרג זיך נישט. מיר האָבן אַדורכגעמאַכט רוסלאַנד, וואָס קען שוין זײַן ערגער.’" It's some kind of a PolishSubmitted by lkagan on Wed, 2010-07-21 01:16.
It's some kind of a Polish word I guess since she comes from Poland. She uses way too many Polish words in my opinion. Too bad there is no standard Yiddish anymore - some use too many Hebrew words, some use too many Polish words or English words and the poor reader must figure it all out, haha. Yiddish is not a "pure"Submitted by sandler on Thu, 2010-07-22 14:34.
Yiddish is not a "pure" language. It is a mix, adopted from various sources and languages. Polish jews imported some Polish words and expressions, as Russian jews did from Russian, and so on. German is, of course, the mother language (never mind "daytshmerish"). But that was a long time ago, before jews settled all over eastern Europe and rebuild the language and the dialects. A good part of current yiddish is American and tens (maybe hundreds) of thousands speak and write this new mixture, even though most are not Forverts readers. In Israel, where yiddish almost lost its track, you will find it mixed with Hebrew. Yes, I know . . but doesn'tSubmitted by Sarah99999 on Tue, 2010-07-27 12:23.
Yes, I know . . but doesn't somebody know what it means? Every language is like this.Submitted by admin on Fri, 2010-07-23 13:51.
Every language is like this. There are no pure languages, because the very nature of a natural human language is fluidity. British Englishmen imported some Celtic words and expressions, as American Englishmen did from Spanish, Italian and Yiddish, and so on. German is, of course, not the mother language. When the Jews started to settle in Germany, the local population spoke a wide variety of dialects that didn't even have a common name. Those dialects would sound like a totally foreign language to today's German speakers. The modern literary German has lots of words from Latin and Greek, just like Yiddish has many words of Hebrew and Slavic origin. One may argue that literary German contains much more elements of artificial construction than Yiddish, so Yiddish is actually closer to the original Germanic dialects, at least in some aspects. Anyway, Yiddish is no different that other languages in that matter. That's what languages always do - they adapt, mix and mutate. Compare today's Jamaican English to Beowulf. Just some mix somewhat faster due to migration and other sociolinguistic factors. |