פּאָליטיק, ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מען דאַרף האָבן אַן אײַזערנעם געדולד און אַ סך פֿרײַע צײַט, און מע דאַרף איבערבלעטערן די צײַטונגס־קאָמפּלעטן און די צענדליקער-טויזנטער צײַטונגס־קעפּ פֿון די 62 מאָל 365 ( = 22,630) טעג זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, כּדי צו קענען ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע, מיט וועלכער מיר האָבן באַטיטלט דעם איצטיקן מאמר. איינער אַזאַ געדולדיקער פֿאָרשער האָט אויסגערעכנט, אַז זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, זײַנען דורך די 32 רעגירונגען אַדורכגעלאָזט געוואָרן 32 געלעגנהייטן, אָדער "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן", וואָס האָבן זיך געהאַט שמעלער אָדער ברייטער צעעפֿנט אַרײַנצולאָזן דעם מלאך פֿון שלום — און האָבן זיך יעדעס מאָל צוריק צוגעמאַכט ביז צו דער קומענדיקער געלעגנהייט.

צווישן אָט די פֿאַרפּאַסטע געלעגנהייטן לעבט און אַנטוויקלט זיך די מדינה אין אַ מין גן־עדן פֿון נאַראָנים, ווי מען וואָלט נישט אונדז געמיינט, לעבנדיק מיט דער גאווה פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון און פֿון דער הצלחה אין אַנטעבע, און מיט דער טראַומע פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה, און מיט דער פֿיקציע, אַז מע קען אַזוי אָנגיין אָן אַ שלום, אָן אָנערקענטע גרענעצן, בעת דער שטיקנדיקער רינג פֿון דער פּאָליטישער באַלאַגערונג ווערט מיט יעדן יאָר אַלץ ענגער און שמעלער, און אַלץ טײַערער ווערט דער פּרײַז פֿון דעם געגאַרטן שלום. אַפֿילו די צאָל אַדורכגעמאַכטע מלחמות — פֿאַרטיידיקונג־מלחמות, אויסמאַטערונג־מלחמות, מיליטערישע אַקציעס און אָפּעראַציעס, קידנעפּונגען, טעראָר־אַקטן און "ליקווידאַציעס" — אויך זיי איז שוין שווער אַלע אויסצורעכענען און איבערצוציילן.

נאָר איין מאָל האָבן מיר פֿאַרזוכט דעם גוטן טעם אין יענע טעג פֿון דער שטאַרקער אופֿאָריע פֿון דעם שלום מיט עגיפּטן, דעם ערשטן שלום מיטן שטאַרקסטן שכן און וויכטיקסטן אַראַבישן פֿאַקטאָר; און בעת דעם צווייטן שלום, וואָס איז אָפּגעשלאָסן געוואָרן מיט יאָרדאַניע, אין די טעג פֿון דעם אָסלאָ־אָפּמאַך. ער איז שוין אַדורכגעגאַנגען "אָן ווייטיקן" און אָן באַזונדערע עמאָציעס. אָבער דער וויכטיקסטער שלום, דער מיט אונדזערע נאָענטסטע שכנים, די "שותּפֿים" און באַוווינער פֿון דעם שטח צווישן דעם ים און דעם ירדן, די פּאַלעסטינער, דער דאָזיקער שלום פֿאַרזאַמט זיך צו קומען. אָדער מען לאָזט אים נישט אַרײַן, אָדער ער קען זיך נישט אַרײַנקריגן דורך דער שמאָלער שפּאַרונע פֿון דעם קוים געעפֿנטן פֿענצטער פֿון דער געלעגנהייט.

מײַן דור, וועלכער איז געווען אַקטיוו אין די געבורט־יאָרן פֿון דער מדינה, געדענקט גוט אָט די יאָרן, ווען זי איז געווען דאָס וווּנדער-קינד אין דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטישער וועלט. זי איז ממש געוואָרן באַוווּנדערט. הײַנט, אַרײַנקוקנדיק אין די בלעטער פֿון דער דורך מיר רעדאַגירטער צײַטשריפֿט "לעבנס־פֿראַגן", געפֿין איך איבער דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעצעמבער 2006 אַזאַ קעפּל: "נאָך פֿופֿצן יאָר — אויפֿן זעלבן אָרט", ווי אַ רעזומע פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר. אין אָט דעם אַרטיקל ווערט געזאָגט:

"דעם 6סטן דעצעמבער 2006 האָט מען אונדז מבֿשׂר געווען, אַז מיר לעבן מיט אילוזיעס, און אַז מיר האָבן היפּשלעך פֿאַרשפּעטיקט נאָך דעם פּאָליטישן קאַלענדאַר. די דאָזיקע פֿעסטשטעלונג איז געקומען מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן אין וואַשינגטאָן דעם באַריכט פֿון דער בייקער-העמילטאָן קאָמיסיע, וואָס דעקט אויף דעם אומזין פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק אין איראַק און אין דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אין דעם באַריכט ווערט אויך פֿאַרשטעלטערהייט קריטיקירט די ישׂראלדיקע פּאָליטיק, וועלכע איז געהאָרכזאַם צו די אַמעריקאַנער אַפּוטרופּסים. די קאָמיסיע רעקאָמענדירט (אין דעצעמבער 2006!) צוזאַמענצורופֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלע שלום־קאָנפֿערענץ פֿאַרן מיטעלן מיזרח — לויטן מוסטער פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1991 אין מאַדריד. דעמאָלט איז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט געווען דזשאָרדזש בוש, דער פֿאָטער פֿון דזשאָרדזש בוש דעם דזשוניאָר. דער זעלבער דזשעימס בייקער, דער מחבר פֿון דעם ׳בייקער־העמילטאָן׳ באַריכט, איז צו יענער צײַט געווען דער אויסערן־מיניסטער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און אין ישׂראל האָט דעמאָלט געהערשט די רעגירונג פֿון יצחק שמיר, וועלכער האָט די שלום־קאָנפֿערענץ טאָרפּעדירט, אָבער פֿון איר איז אין געהיים אַרויסגעוואַקסן דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ. איר געדענקט?"...

שפּעטער איז געקומען דער "גראַנדיעזער שלום־פֿעסטיוואַל" פֿון אַנאַפּאָליס — און דער קאָפּ איבער דעם לייט-אַרטיקל פֿון מערץ־אַפּריל 2008 איז: "צי מיינען זיי דאָס אויף אַן אמת?"...

אויף אונדזער שפּאַציר איבער די בלעטער פֿון דער נישט ווײַטער געשיכטע געפֿינען מיר, אַז מיט נתניהוס צוריקקומען צו דער מאַכט, עפֿנט זיך דער לייט־אַרטיקל פֿון דער זעלבער צײַטשריפֿט פֿון מערץ־אַפּריל 2009 מיטן קעפּל: "אַ נײַער אָנהייב, צי אַן אייביקער קריזיס"? און אין דעם אַרטיקל ווערט געזאָגט, אַז די נײַע רעגירונג פֿון נתניהו-ליבערמאַן-ברק האָט "נאָך נישט אויסקריסטאַליזירט איר פּאָליטישע סטראַטעגיע לגבי דעם געצילטן שלום מיט די פּאַלעסטינער" — לויט דער דערקלערונג פֿון דעם פּרעמיער נתניהו — אָבער זי האָט שוין באַוויזן צו פֿאַרזיכערן, אַז אויף קיין פּשרות מיט די פּאַלעסטינער איז די דאָזיקע רעגירונג נישט גרייט אײַנצוגיין און דעם דיאַלאָג, וועלכן דער פֿריִערדיקער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט געפֿירט מיט אַבו מאַזענען, האָט ער נישט בדעה פֿאָרצוזעצן. יאָ, אַוודאי וויל ער קומען צו אַ שלום, אָבער נישט אויפֿן גלײַכן וועג פֿון צוויי מדינות צווישן דעם ים און דעם ירדן, נאָר פֿון אַן "עקאָנאָמישן שלום", אַ שלום "פֿון אונטן אַרויף", אַ מין ישׂראלדיקן פּראָטעקטאָראַט איבער די פּאַלעסטינער, אָדער עפּעס אַזוינס וואָס איז אומבאַשטימט און זאָל העלפֿן ממשיך זײַן די אָקופּאַציע.

איז אָבער געקומען אָבאַמאַ מיט זײַן ראַדיקאַלער ווענדונג אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אויסגעשטרעקט צו נתניהו אַ קאַלטע האַנט און אים געצוווּנגען צו פֿאַרגעסן זײַנע פֿאַנטאַזיעס וועגן אַן "עקאָנאָמישן שלום". ער האָט אים קלאָר געמאַכט, אַז די גאַנצע עקזיסטענץ און די זיכערהייט פֿון ישׂראל איז אָפּהענגיק פֿון דער אַמעריקאַנער פּרעצעדענטלאָזער הילף. אָבער מיטן באַדינג פֿון דערגרייכן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער און מיט דער אַראַבישער אַרומרינגלונג. און כּדי דאָס צו דערגרייכן, מוז ער אײַנשטעלן אַן אינטערעסן־פֿרײַנדשאַפֿט מיט דער אַראַבישער וועלט, כּמעט אַזוי ווי מיט ישׂראל, פֿאַר וועלכער ער איז טאָטאַל פֿאַרפֿליכטעט.

אַזוי אַרום האָט ער אַרויסגעפּרעסט פֿון נתניהו די ערשטע פֿאַרפֿליכטונג פֿאַר דעם פּרינציפּ פֿון "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער", און דערנאָך די צען חדשים פֿאַרפֿרירונג פֿון דעם בוי אין די קאָלאָניעס און דאָס אַרײַנטרעטן אין אומדירעקטע געשפּרעכן מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון דזשאָרדזש מיטשעל, כּדי נאָך פֿיר חדשים צו עפֿענען דירעקטע געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער.

אָבער דער שלום־פּראָצעס, וועלכער דאַרף לויט אָבאַמאַס כּוונה ברענגען צו אַן אָפּמאַך ביז 2012, קען נישט קומען צו קיין טאָלק אָן אַ קלאָרן פּלאַן פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, און דאָס איז נישט מעגלעך בײַם איצטיקן צוזאַמענשטעל פֿון דער קאָאַליציע, וועלכע באַשיצט דעם "סטאַטוס־קוואָ" און שטעלט זיך אַנטקעגן אָבאַמאַס פּאָליטישע כּוונות. סײַ נתניהו און סײַ זײַנע אידעיִשע און פּאַרטיייִשע שותּפֿים אין דער קאָאַליציע האָבן זיך פֿאַרפֿליכטעט אויפֿצולייזן די פֿאַרפֿרירונג פֿון דעם בוי אויף די שטחים נאָך די צען חדשים, דהײַנו, באַנײַען דעם בויונג־שוווּנג גלײַך נאָך דעם 26סטן סעפּטעמבער. די פּאַלעסטינער, פֿון זייער זײַט, האָבן דערקלערט, אַז זיי וועלן נישט צוטרעטן צו קיין דירעקטע געשפּרעכן מיט ישׂראל טאָמער וועט די בויוּנג אויף די אָקופּירטע שטחים און אין ירושלים ווידער באַנײַט ווערן.

דעריבער געפֿינט זיך דער פּאָליטיקער און מדינה־פֿירער נתניהו אין אַ פּערמאַנענטער סתּירה צווישן זײַן אידעאָלאָגישער פֿאַרפֿליכטקייט און דער פּאָליטישער רעאַליטעט, און צווישן דעם דרוק פֿון דרויסן און דעם קעגנדרוק פֿון אינעווייניק.

מיט 15 יאָר צוריק, דעם 7טן יולי 1996, קומענדיק צום ערשטן מאָל צו דער מאַכט, האָט ער אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער טעלעוויזיע־נעץ "סי־בי־עס" געזאָגט, אַז ער האָט בדעה איבערצוראַשן די וועלט אַזוי ווי בעגין האָט אין זײַן צײַט איבערראַשט. נתניהו האָט טאַקע איבערראַשט — מיטן גיכן אויפֿלייזן זײַן רעגירונג: איר דויער איז געווען דער קירצסטער פֿון אַלע רעגירונגען אין לאַנד ביז אים. שפּעטער האָט אהוד ברק געבראָכן זײַן רעקאָרד. הײַנט איז ברק שוין אַ שותּף צו נתניהוס פּאָליטיק.

אָבער די דעה האָט, זעט אויס, ווי אַלע מאָל, דער בעל־מאה אין וואַשינגטאָן, וואָס די גלאָבאַלע אינטערעסן פֿון זײַן גרויסמאַכט זײַנען געבונדן מיט די אינטערעסן פֿון מדינת־ישׂראל. אָבאַמאַ דער מלוכה־מאַן זעט זיי אַנדערש ווי דער פּאָליטיקער נתניהו.

קיינער ווייסט נישט וואָס די צוויי פּאָליטיקער-מנהיגים האָבן גערעדט און אָפּגערעדט צווישן זיך בעת זייער פֿאַרטרוילעכער באַגעגעניש "אונטער די פֿיר אויגן" פֿאָריקע וואָך אין "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן. ביידע זײַנען אַרויס צופֿרידענע און ביידע האָבן נאָך דער באַגעגעניש דערקלערט, אַז "מ’קען דערגיין צו אַ שלום־הסכּם אין משך פֿון אַ יאָר", וואָס איז אין ביידע לענדער אויפֿגענומען געוואָרן סקעפּטיש. מעגלעך, אַז אַבאַמאַ האָט אין דעם פֿאַרטרוילעכן געשפּרעך זיך דערוווּסט וואָס עס וויל דער פּרעמיער פֿון ישׂראל און אין וואָס עס באַשטייען זײַנע פּאָליטישע שוועריקייטן. וואָס עס האָט אָבער געלערנט פֿון אים דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז, אַז נישט געקוקט אויף זײַן כּלומרשטער פּאָליטישער אומבאַהאָלפֿנקייט, איז נתניהו הײַנט דער איינציקער, וואָס האָט דעם כּוח און איז מסוגל אַדורכצופֿירן אַ געוואַגטן איבערקער.

אויב ער וואָלט געוואָלט.

עס איז אָנצונעמען, אַז דער פּרעמיער פֿון ישׂראל האָט באַקומען פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט דעם וואַרעמען גלעט נאָך די פֿריִערדיקע קאַלטע קלעפּ לויט אָבאַמאַס טאַקטיק פֿון דעם צווייטן עק פֿון דעם פּאָליטישן שטעקן. אין זײַן ביז גאָר פֿרײַנדלעכן אינטערוויו פֿאַר דער נײַעס-דיקטאָרין פֿונעם צווייטן קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, יונית לוי, האָט ער אַרויסגעוויזן אַ זעלטענע צוגעלאָזנקייט און אָפֿנהאַרציקייט, פּרובירנדיק אויפֿצוקלערן די סיבה פֿון זײַן נישט־פּאָפּולערקייט צווישן ייִדן דערמיט, וואָס זײַן מיטל־נאָמען איז... כוסיין, און אונטערשטרײַכנדיק זײַן אָבסאָלוטע פֿאַרפֿליכטקייט פֿאַר דעם זיכערהייט-אינטערעס פֿון מדינת־ישׂראל.

עס איז נאָך פֿרי צו וויסן, צי איז די וואַרעמע גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט מצליח געווען צום פֿערטן מאָל "אײַנצופּעקלען" דעם שטײַפֿן נתניהו. אַ לײַכטן רמז קאָן מען אָבער געפֿינען אין נתניהוס רייד אין ניו־יאָרק פֿאַרן פֿאָרום פֿון 300 פּרנסים פֿון די ייִדישע געמיינדעס. אויף דער פֿראַגע פֿון מאַלקאָלם הענלײַן, דעם וויצע־פּרעזידענט פֿון דער "פּרעזעסן־קאָנפֿערענץ" בנוגע דעם גורל פֿון ירושלים, האָט נתניהו דאָס מאָל שוין נישט איבערגעחזרט דעם אַלטן סלאָגאַן וועגן דער "אויף אייביק פֿאַראייניקטער הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל — לנצח נצחים". אַנשטאָט דעם האָט ער געזאָגט, ווי עס איז מגלה עקיבֿא אלדר (אין "הארץ" פֿון יולי 7, 2010): "עס זײַנען פֿאַראַן ייִדישע קוואַרטאַלן אין ירושלים, וואָס וועלן אין יעדן שלום־פּלאַן פֿאַרבלײַבן אויף זייער אָרט". דאָס מיינט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַנדערע קוואַרטאַלן, וואָס קענען ווערן איבערגעגעבן צו די פּאַלעסטינער, און דאָס מיינט: די צעטיילונג פֿון ירושלים — אַנדערש קאָן מען דאָס נישט פֿאַרשטיין, און דאָס איז דאָך הײַנט די גרעסטע כּפֿירה קעגן דעם "נאַציאָנאַלן קאָנסענסוס" אין ישׂראל.

די דערפֿאַרונג לערנט אונדז אָבער, אַז נאָך זײַן יעדן באַזוך אין וואַשינגטאָן רעדט נתניהו אַנדערש נאָכן צוריקקומען אין לאַנד, ווי ער האָט גערעדט אין אַמעריקע. און, אַזוי ווי אין אַלע פֿריִערדיקע פֿאַלן, האָט שוין זײַן אידעיִשער חבֿר ניר ברקת, דער שאַרף-שפּאַרבערישער בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים, אָנגעמאָלדן דאָס צוטרעטן צום רעאַליזירן נײַע בוי־פּראָיעקטן אין די אַנעקסירטע קוואַרטאַלן פֿון ירושלים, נאָך איידער עס ווערן באַנײַט די דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער.

דאָס דערמאָנט, פֿאַרשטייט זיך, די פּראָוואָקאַציע, וואָס דער מיניסטער אלי ישי האָט צוגעגרייט בעתן באַזוך פֿון דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען אין ירושלים. איצט איז בנימין נתניהו שוין ווידער געוואָרן אַ רעטעניש: צי וועט דער וואַרעמער גלעט פֿון אָבאַמאַ מצליח זײַן אויפֿצולייזן די אײַנגעפֿרירטע פּאָליטיק פֿון נתניהו? נישט ברק, נישט אלי ישי און אַוודאי נישט אביגדור ליבערמאַן — קיינער, פֿון זיי, ווי געזאָגט, האָט נישט דעם פּאָליטישן כּוח, וועלכן עס האָט בנימין נתניהו צו מאַכן דעם געוואַגטן שריט אַזוי ווי מנחם בעגין בשעתּו. אויב...

זאָל דאָס נאָר נישט ווערן די 33סטע לויטן חשבון פֿאַרפּאַסטע געלעגנהייט אַ סוף צו מאַכן צו דעם קאָשמאַר פֿון די אייביקע געפֿאַרן וואָס באַדראָען די מדינה.

תּל־אָבֿיבֿ, יולי 13, 2010