דאָס ייִדישע פּעקל צרות איז תּמיד באַשטאַנען פֿון צוויי מינים — צרות פֿון פֿרעמדע און צרות פֿון אייגענע. זינט ס'איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, האָט דאָס פּעקל אָנגעהויבן וואַקסן; צוגעקומען איז די צאָל אויסערלעכע צרות און געוואַקסן איז די צאָל אינערלעכע. געביטן האָט זיך אויך דער באַגריף "אייגענע", ווײַל איצט האָט ער אײַנגעשלאָסן אין זיך נישט נאָר די ייִדישע בירגער פֿון ישׂראל, נאָר אויך אַנדערע עטנישע גרופּעס און פֿעלקער.
וועגן די ישׂראל־צרות פֿון דרויסן שרײַבן מיר כּסדר אין יעדן נומער, און די טעמע ווערט, צום באַדויערן, נישט אויסגעשעפּט. וואָס שייך די צרות אין ישׂראל גופֿא, איז עס צו מאָל זייער אַ דעליקאַטע טעמע, און די ישׂראלים אַליין האָבן לאַנגע יאָרן געמאַכט זיך נישט וויסנדיק, אַז זי עקזיסטירט און וועט אַמאָל אויסשיסן.
צו אַזאַ פּראָבלעם, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געטליִעט אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, געהערט די הײַנטיקע סיטואַציע אַרום די דרוזן. בדרך־כּלל האָט מען וועגן די דרוזן אין ישׂראל קיין קרום וואָרט נישט אַרויסגערעדט — לאָיאַלע בירגער, גוטע סאָלדאַטן אין צה"ל, געטרײַ דעם ייִדישן לאַנד. פֿון דעסטוועגן האָבן זיך כּסדר געטראָפֿן פֿאַרשידענע אינצידענטן, וואָס וואָלטן געדאַרפֿט אָנווײַזן, אַז אין דעם טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט איז נישט אַלץ כּשורה. אָבער דאָס ישׂראלדיקע הפֿקרות און נישט זעלטן אויך, די פּוסטע גאווה פֿון די רעגירונג־טשינאָווניקעס, האָט דערפֿירט צו ערנסטע וויכּוחים און אַפֿילו בלוטיקע צונויפֿשטויסן.
אין שפּיץ פֿון די אָנגעצויגענע באַציִונגען אין די לעצטע יאָרן געפֿינט זיך די פּראָבלעם פֿון לאַנד. לאַנד, ווי אַ שטח ערד, וואָס איז צוגענומען געוואָרן בײַ די דרוזן לטובֿת דער מדינה מיט צענדליקער יאָרן צוריק און נאָך ביז הײַנט נישט אומגעקערט און נישט קאָמפּענסירט געוואָרן; לאַנד, וואָס ווערט אויסגענוצט פֿאַר סטראַטעגישע פּראָיעקטן, סײַ מיליטערישע און סײַ ווירטשאַפֿטלעכע, ווי למשל, גאַזלייטונג. נאָך מער: דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג קומט אָן מיט גרינע ווערעם אויסבעטלען בײַ די מלוכה־אינסטאַנצן אַ שטיק אָרט פֿאַר אַ צווינטער, אָדער אויפֿצובויען אַ ספּאָרט־צענטער.
אַ צווייטער אַספּעקט פֿונעם באַגריף "לאַנד", מיינט טאַקע דאָס אָרט, וווּ די דרוזן וווינען. זינט די גולן־הייכן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון ישׂראל, פֿילן זיך די דאָרטיקע דרוזן, וואָס האָבן פֿריִער געהערט צו סיריע, צעשפּאָלטן נישט בלויז מאָראַליש, נאָר אויך פֿיזיש. אַזוי, למשל, גייט דורך די מלוכישע־גרענעץ צווישן סיריע און ישׂראל גלײַך איבערן דאָרף מאַדזש אַל־שאַמס, און ס'איז נישטאָ אין דעם דאָרף קיין משפּחה, זי זאָל נישט האָבן קיין קרובֿים פֿון ביידע זײַטן גרענעץ.
ווי אַזוי דאַרפֿן זיך אויפֿפֿירן די מענטשן אין דעם ראַיאָן? וועמען צו גלייבן, דער ישׂראל־רעגירונג, וואָס יעדעס מאָל בײַט אירע פּלענער: אָט זעצט מען זיך מיט סיריע צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש, און אָט זעצט מען זיך נישט?! אַ טייל פֿון די ישׂראלים זײַנען שוין גרייט אָפּצוגעבן די גולנען, און אַ טייל איז גרייט זיך שלאָגן פֿאַר זיי אויף טויט.
שטעלט זיך די פֿראַגע: צי זײַנען טאַקע די פֿירער פֿונעם לאַנד באַזאָרגט מיטן גורל פֿון די עטלעכע דרוזישע דערפֿער אויפֿן צפֿון־ישׂראל? אויב יאָ, פֿאַר וואָס זשע דאַרפֿן די דאָרטיקע דרוזן זיך פֿילן ווי בירגער פֿון צווייטן סאָרט?! אויב אַזוי, איז דאָ נישטאָ וואָס צו חידושן זיך, אַז די אײַנוווינער פֿון די דערפֿער פֿירן זיך אַזוי אויף. געוויס האָבן זיי מורא, אַז ווען זייער שטח וועט ווידער ווערן אַ טייל פֿון סיריע, זאָלן זיי נישט לײַדן צרות פֿון די נײַע באַלעבאַטים. נאָך אַ בײַשפּיל דאַרף מען ווײַט נישט גיין; גענוג צו דערמאָנען דעם גורל פֿון די מיליטער־לײַט, די אַזוי גערופֿענע "צדאַלניקעס", וואָס האָבן געקעמפֿט האַנט־בײַ־האַנט מיט די "צהלניקעס" קעגן "כעזבאָלאַ". די ישׂראל־רעגירונג בראָש מיט אהוד ברק, האָבן זיי איבערגעלאָזט אויף הפֿקר, ווען מ'האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון דרום־לבֿנון.
דערווײַל ווערט באַהאַנדלט אין דער כּנסת אַ נײַער רעפֿערענדום־געזעץ אויפֿן פֿאַל פֿון איבערגעבן די גולן־הייכן צו סיריע. די דרוזן, וואָס לעבן דאָרט זײַנע ערנסט באַאומרויִקט. אין אַזאַ צושטאַנד איז גענוג אַ שוועבעלע צוטראָגן, עס זאָל זיך צעפֿלאַקערן נאָך איין פֿײַער. זיכער, אַז סיריע וועט זיך נישט אָפּהאַלטן דעם אָנגעגליטן מצבֿ אויסצונוצן, און די ישׂראל־שׂונאים אין דער וועלט וועלן האָבן אַ גוטע געלעגנהייט אויפֿצובלאָזן אַ נײַע העצע.