|
שלמה זאַנד |
|
ווי זשע קוקט מען בײַ לײַט אויף דראַמאַטיש־טראַגישע היסטאָרישע פּעריאָדן? למשל, די רוסן, אָפּגעהאַלטן אַ נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אָבער אין 1941 געליטן אַ וויסטע מפּלה; קוים אײַנגעהאַלטן מאָסקווע. איז פּעריאָדיש באַווײַזן זיך בײַ זיי נײַע ביכער וועגן פֿעלערן ערבֿ און אין אָנהייב מלחמה. אַצינד אין רוסלאַנד זײַנען פּאָפּולער די ווערק פֿון מאַרק סאָלאָנין. ווי עס צו באַגרײַפֿן? אונדזער פֿאָלק האָט דורכגעלעבט אַזאַ גענאָציד־קאַטאַסטראָפֿע, פֿון 10 מיליאָן אייראָפּעיִשע ייִדן אין 1939 זײַנען אומגעקומען 6 מיליאָן. וווּ פּובליקאַציעס מיט אַן אַנאַליטישן אַרײַנבליק אין דער פֿאָרגייענדיקער היסטאָריע? אפֿשר געקענט זײַן ווינציקער קרבנות?
נאָכן אָפּלעבן 50 יאָר הינטערן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג געמיינט, אַז אין ישׂראל וועל איך געפֿינען אַן ענטפֿער, אָבער — אַ נעכטיקער טאָג...
פֿאַרדריסלעך, וואָס געוויסע וויכטיקע פּובליקאַציעס זײַנען בײַ אונדז ניטאָ, אָבער פּוסטע און בייזוויליקע — יאָ פֿאַראַן. אָט האָט איר ישׂראלדיקע פּראָפֿעסאָרן־היסטאָריקער, וועלכע קריכן ממש פֿון דער הויט אַרויס צו דערווײַזן, אַז ייִדן זײַנען בכלל ניט קיין נאַציע. די שוואַרצע קייט ציט זיך פֿון אַ. קעסטלער ביז אַבֿרהם פּאָלאַק, אַז מיר שטאַמען גאָר פֿון אַזיאַטישע כּוזרים. עס פֿאָרט אַרום אין אויסלאַנד שלמה זאַנד און פּראָפּאַגאַנדירט חוצפּהדיק זײַן בוך "ווען און ווי אַזוי איז דערפֿונדן געוואָרן דאָס ייִדישע פֿאָלק". די אַנטיסעמיטן, בעיקר מוסולמענישע, לעקן פֿון דעם די פֿינגער. דאָ אַנומלט האָט מיך פֿאַראינטריגירט אַן אַרטיקל "וווּ זשע איז געווען גאָט אין דער חורבן־תּקופֿה?", פּובליקירט אין ״Jerusalem Post״ (רוסישע ווערסיע, 22.04.10). דער מחבר, אַ רעליגיעזער ייִד, דערציילט, אַז עס צירקולירן עטלעכע ווערסיעס. דאָס איז געווען גאָטס שטראָף, ווײַל בני־ישׂראל זײַנען אַראָפּ פֿון זײַן וועג; אַ צווייטע — אַזאַ פּרײַז איז אויסגעקומען צו באַצאָלן פֿאַרן ווידערגעבוירן פֿון אונדזער מלוכה־היים. אין רעזומע טענהט ער, אַז גלייביקע דאַרפֿן זיך ניט פֿאַרענטפֿערן, ווײַל רעליגיע איז ניט אָפּהענגיק פֿון לאָגישן דערווײַזן מיט קאָנקרעטע ראַיות. ניט מסכּים מיט אַזאַ געדאַנקען־גאַנג? דער בורא־העולם (באַשעפֿער) האָט באַשאַפֿן וועלט, נאַטור, מענטש און דרייט זיך; לויטן פֿאָלקס־ווערטל — אויף גאָט זאָלסטו האָפֿן און אַליין ניט פֿאַרשלאָפֿן...
דאָס זאָגט אונטער, אַז מען באַדאַרף פֿאָרשן וואָס מען האָט אין פֿריִערדיקן פּעריאָד פֿאַרזען צו טאָן אויף דער ייִדישער גאַס, און דערבײַ אין זינען, האָבן אַז וווינענדיק אין פֿײַנטלעכע פֿרעמד־לענדער איז מען געווען אָפּהענגיק פֿון יענעמס חסד און דאָרטיקע שטורמישע געשעענישן. אָט לויט דעם פּרינציפּ אַליין, האָב איך גענומען זוכן אַן ענטפֿער אויף דער אָנגעווייטיקטער פֿראַגע. כ׳האָב שוין געוווּסט, אַז אין דער צווייטער וועלט־מלחמה וואָלט געקענט פֿאַרקלענערט ווערן די צאָל קרבנות, אויב דער אַליינהערשער סטאַלין וואָלט ניט אָפּגעלייקנט דײַטשלאַנדס כּוונה אָנצופֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ וואָך פֿאַר דער מלחמה; אָדער אַ סך שפּעטער, ווען עס וואָלט זיך אײַנגעגעבן דער אַטענטאַט אויפֿן מאָנסטער היטלער, דעם 20סטן יולי 1944. דערפֿאַר האָב איך געוואָרפֿן אַ בליק אויפֿן צאַרישן רוסלאַנד, וווּ עס איז געווען דער גרעסטער ייִשובֿ פֿון וועלט־ייִדנטום. און דערבײַ אויסגעפֿונען, אַז אַ שאַרפֿער איבערבײַט האָט זיך דאָרטן אָנגעהויבן אין 1881. דעמאָלט האָט די צאַרישע מאַכט אָרגאַניזירט פֿילצאָליקע פּאָגראָמען, אײַנגעשטעלט אַ פּראָצענט־נאָרמע אָנצוקומען אין לערן־אַשטאַלטן און נאָך אַנדערע גזירות. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סטיכישע מאַסן־עמיגראַציע, מערסטנס קיין אַמעריקע, און אַ געלויף פֿון דער יוגנט שטודירן אין אויסלאַנד. אַ גרויסע טייל פֿון דער אינטעליגענץ האָט זיך אָנגעשטעקט מיט פֿרעמדע אידעען און זיך אַסימילירט, אָפּגעפֿרעמדט.
אין דער אַטמאָספֿער פֿון נאַציאָנאַלן און סאָציאַליסטישן אויפֿברויז האָבן זיך אָרגאַניזירט ייִדישע פּאַרטייען און גרופּירונגען. ציוניזם און בונדיזם זײַנען געבוירן געוואָרן אין 1897, און טעריטאָריאַליזם — אין 1905. זיי זײַנען מיט לײַב און לעבן געווען איבערגעגעבן זייער געפּײַניקט פֿאָלק. צום באַדויערן, אַנשטאָט קאָנסאָלידאַציע האָט צווישן זיי געהערשט צעברעקלטקייט פֿון מיינונגען און צווישנאַנאַנדיקע רײַסערײַען, אַפֿילו אין די אייגענע רייען. מיטן הײַנטיקן שׂכל זעט עס מיר אויס, אַז אויף דער ייִדישער גאַס האָט מען געמאַכט דרײַ פֿאַטאַלע היסטאָרישע פֿעלערן. מען האָט זיך ניט דערקליגט אין סוף 19טן יאָרהונדערט עטאַבלירן (גרינדן) אַ ייִדישן נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט. אַ פּאַסיק אָרט דערפֿאַר איז געווען גאַליציע (האַרבסבורגער מלוכה), וווּ מען האָט געהאַט געעפֿנט עטלעכע ייִדישע שולן, וועלכע עס האָט פֿינאַנצירט דער גרויסער פֿילאַנטראָפּ באַראָן הירש.
ווײַטער, מען האָט באַצײַטנס ניט אַרויסגעשלעפּט ס׳רובֿ ייִדן פֿון דער אַנטיסעמיטישער אייראָפּע דורך אַן אָרגאַניזירטער און קאָנצענטרירטער קאָלאָניזאַציע.
אונדזערע גדולים־פֿאָרגייער האָבן שוין דאַן גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אין גלות זײַנען ניט געווען קיינע פּערספּעקטיוון. דער ערשטער האָט געגעבן אַ "רעצעפּט" אין 1881 אין בלאַט ״Рассвет״ (דער קאַיאָר) דער שאַפֿער פֿון עספּעראַנטאָ ד״ר לייזער זאַמענהאָף. ער האָט געראַטן ריכטן אַלע עמיגראַנטן אין אַ ראַנדגעביט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און לויט דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע פּראָקלאַמירן אַ באַזונדערן שטאַט (מינימום 60 טויזנט אײַנוווינער). לעאָן פּינקסער, איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע אויטאָריטעטן אין רוסלאַנד, האָט אין 1882 אין זײַן בראָשור "אויטאָעמאַנציפּאַציע" באַטאָנט, אַז ייִדן באַדאַרפֿן האָבן אַ טעריטאָריע אין פּאַלעסטינע אָדער אין אַמעריקע. ווען די טערקישע מאַכט האָט ניט דערלויבט דעם אַרײַנפֿאָר קיין פּאַלעסטינע, האָט טעאָדאָר הערצל אין 1903 פֿאָרגעלייגט דעם "אוגאַנדאַ־פּלאַן", ווי אַ דערווײַליק וווינאָרט פֿון וואַנען מען וועט מיט געדולד רעאַליזירן דעם ציון־אידעאַל. די רוסישע ציוניסטן בראָש מיט ישׂראל זאַנגוויל האָבן אַ ביסל שפּעטער, ווי טעריטאָריאַליסטן, גענומען זוכן אַן אָרט פֿאַר קאָלאָניזאַציע אָבער אָן תּכלית. די קאָלאָסאַלע געלטער פֿון באַראָן הירש און אַנדערע פֿילאַנטראָפּן זײַנען אַוועק אויף עמיגראַציע־צעשפּרייטונג אין אַלע עקן וועלט. אין די 1930ער יאָרן האָט זיך די לאַגע דראַסטיש פֿאַרערגערט. פֿון איין זײַט די נאַציסטישע עקספּאַנסיע, און פֿון דער אַנדער זײַט, דאָס פֿאַרריגלען די עמיגראַציע־טויערן צוליבן אַלוועלטלעכן עקאָנאָמישן קריזיס. אין רעזולטאַט, זײַנען אַ סך פּאָטענציעלע ייִדן־עמיגראַנטן געבליבן שטעקן אין מיזרח־אייראָפּע. אפֿשר איז דער בעסטער וואַריאַנט געווען: אַ סינטעז פֿון ט. הערצלס (אין אַפֿריקע), ל. זאַמענהאָפֿס און ל. פּינסקערס רעקאָמענדאַציעס?
דער דריטער פֿעלער — וואָס אויפֿן שוועל פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט ניט אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן אַן אַלוועלטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציע. אוי, ווי לעבנס־וויכטיק ס׳איז געווען אַ מין "פּאַרלאַמענט אין גלות". נאָר אַזאַ אינסטיטוציע וואָלט געווען בכּוח צו פֿאַרקערפּערן אין מעשׂים טויגעוודיקע רעקאָמענדאַציעס, ווײַל אירע דעפּוטאַטן וואָלטן געווען דעלעגירט סײַ פֿון לענדער, סײַ פֿון באַוועגונגען. שוין אין זײַן בראָשור פֿון 1882 האָט ל. פּינסקער אָנגעוויזן, אַז כּדי צו רעאַליזירן די נאַציאָנאַל־טעריטאָריעלע פּראָבלעם איז זייער נייטיק צונויפֿצורופֿן אַן אַלגעמיין־ייִדישן קאָנגרעס. שפּעטער האָט דער באַרימטער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרמירן פֿון לאַנד־קהילות אַן אַלוועלטלעכע פֿאָרשטייערשאַפֿט. ממש אויסטערליש, ערשט אין 1936 האָט מען עטאַבלירט דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס; עטלעכע יאָר פֿאַר דער שוידערלעכער מלחמה... לויט זײַן רעפּרעזענטאַנץ און קאָמפּעטענץ איז ער געווען הימל ווײַט פֿון אַ "פּאַרלאַמענט אין גלות". אין קאָנגרעס זײַנען געווען פֿאַרטראָטן בלויז ציוניסטישע און רעליגיעזע פּאַרטייען.
הכּלל, איבערגעלייענט אַ שלל ליטעראַטור, דערונטער מעמואַרן, און דאָ בלויז טיילווײַז באַרירט די גרויסע טעמע. קלאָר און דײַטלעך, ס׳איז שוין לאַנג געקומען די צײַט, אַז אַ קאָלעקטיוו געלערנטע, בתוכם דער ניו־יאָרקער ייִוואָ, זאָלן מאַכן אַ פֿולן היסטאָרישן חשבון־הנפֿש!