|
זובין מעטאַ, שלמה אַרצי, אָבֿיבֿה און נועם שליט און דער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער
אין פּאַרק "אשכּול" |
|
די היץ איז געווען כּמעט אומדערטרעגלעך. אָבער דאָס איז נישט געווען קיין אָפּהאַלט פֿאַר די טויזנטער אָנטייל־נעמער בײַצוזײַן אויף דעם פּראָטעסט־קאָנצערט פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זובין מעטאַ, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אינעם "אשכּול"־פּאַרק, אין דרומדיקן טייל פֿון נגבֿ; אַזוי נאָענט ווי מעגלעך, כּדי ס’זאָל דערגרייכן צום געפֿאַנגענעם זעלנער גלעד שליט.
דרײַ אויטאָבוסן האָבן געבראַכט די 80 מוזיקער פֿונעם אָרקעסטער וואָס זײַנען אָנגעקומען צו באַטייליקן זיך אינעם קאָנצערט מיטן דראַמאַטישן נאָמען "דער געשריי צו דער וועלט".
"דאָס איז אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו און נישט קיין פּאָליטישע מאַניפֿעסטאַציע", האָט אָנגעהויבן זײַן קורצן אַרײַנפֿיר־וואָרט מאַעסטראָ מעטאַ. "די איניציאַטיוו איז געקומען פֿון פֿינף מוטערס, אָרקעסטער־שפּילערינס, וועלכע סאָלידאַריזירן זיך מיט שליטס עלטערן, און איך האָב זיי אונטערגעהאַלטן דאָס דורכצופֿירן. מיר פֿאָדערן, אַז דער ׳רויטער קרייץ׳ זאָל באַזוכן דעם געפֿאַנגענעם חייל, אַן עלעמענטאַרע הומאַניסטישע פֿאָדערונג, ווײַל ס’ליגט דאָך נישט אין אונדזערע הענט אים צו באַפֿרײַען. די מוזיק קאָן דערגרייכן צו די מענטשן און ווירקן אויף זיי. אינשאַללאַ! (הלוואַי!)"
קיין איין קלאַנג איז אָבער נישט אָנגעקומען צום געפֿאַנגענעם זעלנער, כאָטש בלויז זיבן קילאָמעטער בסך־הכּל האָבן אים צעשיידט פֿון דער סאָלידאַרער פֿאָלקס־מאַניפֿעסטאַציע, וווּ דעם צענטער האָבן פֿאַרנומען נועם און אָבֿיבֿה שליט, די עלטערן פֿון געפֿאַנגענעם חייל גלעד, וועלכער געפֿינט זיך פֿאַרשפּאַרט שוין גאַנצע פֿיר יאָר ערגעץ אין אַ געהיימניספֿולן אָרט אין עזה.
וועט דער קאָנצערט "אַ געשריי צו דער וועלט" איבער גלעדס לאַנגער איזאָלאַציע דערגרייכן צו אַ וועזנטלעכן עפֿעקט? קיינער קאָן עס נישט וויסן. דער קאָנצערט איז געווען נישט קיין אַנדער זאַך, ווי דאָס וואָס זײַנע איניציאַטאָרס האָבן זיך אונטערגענומען: אַ מוזיקאַליש־הומאַניסטישע אויפֿפֿאָדערונג. דער מוזיקאַלישער טייל האָט אײַנגעשלאָסן דעם פּאָפּולערן אַרײַנפֿיר צו ווערדיס אָפּערע "דער כּוח פֿון גורל"; דעם ערשטן טייל פֿון מאָצאַרטס סימפֿאָניע נומ’ 40; די פּאָעמע לכּבֿוד אָבֿיבֿה שליט "נאָך אַ נאַכט אָן דיר"; "פֿײַערלעכע אַדאַזשיאָ" פֿון אַלביניאָני; דער ערשטער טייל פֿון בעטהאָוונס פֿינפֿטער סימפֿאָניע, און דער פּאָפּולערער זינגער שלמה אַרצי מיט זײַן ליד: "מער ווי דאָס — דאַרפֿן מיר נישט".
כּמעט אין משך פֿון די פֿיר יאָר זינט גלעד שליט איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דער "כאַמאַס"־געפֿאַנגעניש, האָבן די עלטערן, נועם און אָבֿיבֿה שליט, זיך צוגעהערט צו די דערקלערונגען פֿון דער רעגירונג, אַז ישׂראל טוט אַלץ וואָס מעגלעך צו דערגרייכן גלעדס באַפֿרײַונג. זיי האָבן געגלייבט דעם פֿריִערדיקן פּרעמיער אהוד אָלמערט, אַז ישׂראל לאָזט נישט דורך קיין שום געלעגנהייט, זייער זון זאָל זיך אומקערן לעבעדיק אַהיים; זיי האָבן געגלייבט דעם איצטיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו, אַז ס’זײַנען פֿאַראַן שוועריקייטן, אָבער גאָר אין גיכן וועלן די שוועריקייטן פֿאַרשווינדן און ס׳וועט קומען דער גוטער סוף.
אַזוי זײַנען אַריבער פֿיר יאָר. זייער געדולד האָט ענדלעך געפּלאַצט און זיי האָבן באַשלאָסן אָנצונעמען אַן אַגרעסיווע קאַמפּאַניע, נישט זיצן מער מיט פֿאַרלייגטע הענט, נאָר זוכן אַלע מעגלעכע וועגן צו איבערצײַגן די רעגירונג, אַז די פֿאַרמיטלער זאָלן באַנײַען די איבערגעריסענע אונטערהאַנדלונגען. דאַן איז נתניהו אַרויס מיט קלאָרע דיבורים. אין אַן אַרויסרוף צום פֿאָלק האָט ער זיך געווענדט איבערהויפּט צו די עלטערן און זיי געזאָגט, אַז ישׂראל קאָן בשום־אופֿן נישט אָננעמען די פֿאַרלאַנגען פֿון "כאַמאַס", דאָס הייסט — באַפֿרײַען טויזנט פּאַלעסטינער אַרעסטירטע פֿאַרן פּרײַז פֿון באַפֿרײַען איין איינציקן ישׂראל־חייל, אַז די סכּנה אײַנצושטעלן דאָס לעבן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג דורכן אַרויסלאָזן אויף דער פֿרײַ טויזנט מעגלעכע טעראָריסטן איז צו גרויס און אַז זײַן גרויסע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט דערמעגלעכט אים נישט דאָס צו טאָן.
די דיסקוסיע צווישן די פֿאַרשיידענע שיכטן אין פֿאָלק "פֿאַר" אָדער "קעגן" אָנצונעמען די קאָנדיציעס פֿון "כאַמאַס" גייט דערווײַל אָן ווײַטער.
וואָס דאַרפֿן איצט די עלטערן טאָן? זיי האָבן אָנגענומען אפֿשר דעם איינציקן וועג וואָס פֿרידלעכע בירגער קאָנען אָננעמען אין זייער נויט: זיי זײַנען אַרויס אויף אַ לאַנגן מאַרשרוט, באַגלייט פֿון טויזנטער אָנהענגער וואָס דער סוף פֿון וועג וועט זײַן אָנצוקומען קיין ירושלים ביז צו דער וווינונג פֿון פּרעמיער נתניהו מיט דער האָפֿענונג, אַז דער כּוח פֿון דער גרויסער מאַסע וואָס וואַקסט פֿון טאָג צו טאָג וועט צום סוף איבערצײַגן די דעציזיעס־אָננעמער צו טאָן דאָס וואָס מ’דאַרף טאָן אויף צו דערגרייכן די באַפֿרײַוּנג פֿון גלעד שליט.