בײַם ייִוואָ־פֿאָלקלאָר־סעמינאַר אין ווילנע, 1930: אין מיטן זיצט דער אָנפֿירער פֿונעם סעמינאַר י. ל. כּהן. צווישן די אָנטיילנעמער זיצט אויף סאַמע רעכטס, שמואל־זײַנוול פּיפּע |
Credit: YIVO |
דער באַגריף "פֿאָלק" ווערט אַמאָל אַוועקגעשטעלט ווי אַן אידעאַל אָן שום מום, וואָס איז גאָר ווײַט פֿון דער רעאַליטעט. אויך דער באַגריף "פֿאָלקסליד" קען ווערן אַזוי ווײַט אידעאַליזירט, אַז ווען דער זינגער גייט אַוועק פֿונעם אָנגענומענעם מוסטער, קען ער ווערן שטאַרק קריטיקירט. איינער פֿון אונדזערע גרעסטע פֿאָלקלאָריסטן, י. ל. כּהן (1881—1937) האָט באַנומען "פֿאָלק" און "פֿאָלקסליד" דורך אַזאַ ראָמאַנטישן פֿילטער, און דאָס האָט משפּיע געווען אויף זײַן פֿאָלקלאָרישער אַרבעט און רעדאַקציע.
אַ משל פֿון כּהנס באַהאַנדלונג פֿון "פֿאָלק" און "פֿאָלקסליד" קען מען לייענען אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט שמואל־זײַנוול פּיפּע (1907—1943). כּהן און דער ייִנגערער פּיפּע האָבן זיך נאָר איין מאָל געזען — ווען כּהן איז געקומען צום ווילנער ייִוואָ, און אָנגעפֿירט מיט אַ פֿאָלקלאָר־סעמינאַר פֿאַר די ייִוואָ־אַספּיראַנטן און אַנדערע פֿאָלקלאָריסטן אין 1930. כּהן איז דעמאָלט געווען דער אָנערקענטער מבֿין פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, און כאָטש ער האָט געוווינט אין ניו־יאָרק, האָט מען אים נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ הויפּט־פֿאָלקלאָריסט בײַם ייִוואָ. דערצו האָט כּהן אַליין פֿינאַנציעל געשטיצט דעם סעמינאַר און אַנדערע ייִוואָ־פּובליקאַציעס.
שמאול־זײַנוול פּיפּע, פֿונעם גאַליציאַנער שטעטל סאָניק, איז געווען אַן אויפֿגייענדיקער שטערן אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט, און האָט נאָכן סעמינאַר אָנגענומען כּהן פֿאַר זײַן מדריך אין פֿאָלקלאָר־שטודיעס. אַ זייער פֿאַרכאַפּנדיקע קאָרעספּאָנדענץ קען מען לייענען אינעם ייִוואָ־באַנד פֿון כּהנס שריפֿטן ("שטודיעס וועגן ייִדישער פֿאָלקשאַפֿונג", 1957) און אינעם באַנד פֿון פּיפּעס בריוו, רעדאַקטירט פֿון דבֿ און מאיר נוי אין 1971.
אין איין לענגערן בריוו פֿונעם באַנד "שטודיעס", וואָס די רעדאַקטאָרן האָבן באַטיטלט "פּירושים אויף 24 לידער", פֿרעגט פּיפּע זײַן לערער, פֿאַר וואָס האָט ער אַזוי רעדאַקטירט די זינגלידער וואָס ער האָט אים געהאַט צוגעשיקט אָפּצושאַצן. פּיפּע האָט געהאַט צוגעגרייט אַ זאַמלונג לידער וואָס ער האָט פֿאַרשריבן און די זאַמלונג צוגעשיקט צו כּהן אין 1935. כּהן האָט זיי איבערגעקוקט און צוריקגעשיקט מיט זײַנע באַמערקונגען. די דאָזיקע דיסקוסיע אַרום די לידער שפּיגלט אָפּ כּהנס אַמביוואַלענטע באַציִונג צום פֿאָלק.
אין איין ליד וואָס פּיפּע האָט פֿאַרשריבן, האָבן זיך געפֿונען סײַ פֿיר־שורהדיקע סטראָפֿעס, סײַ פֿינף־שורהדיקע סטראָפֿעס. האָט כּהן דאָס ליד "אויסגעבעסערט", די צאָל שורות זאָלן זײַן גלײַך. לויט כּהנס וויזיע האָט דער זינגער אָפֿט קאַליע געמאַכט דאָס ליד. כּהן האָט אויך אין גאַנצן אַרויסגענומען אַ סטראָפֿע פֿון פּיפּעס טעקסט, ווײַל די געדאַנקען אין דער סטראָפֿע האָבן נישט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג מיט די אַנדערע.
"דער זינגער מעג טאַקע מיינען, אָבער דער פֿאָלקלאָר־זאַמלער דאַרף פֿאַרשטיין, אַז אַזעלכע אומבאַדײַטנדיקע נאָכשלעפּענישן מעג מען אויסשטרײַכן, אויב מען האָט זיי אַפֿילו יאָ פֿאַרשריבן", באַמערקט כּהן צו זײַן תּלמיד. כּהן ניצט אַזוינע אויסדרוקן ווי "מער קאָרעקט" אָדער "געמלאָכהט" וועגן די לידער. מכּוח אַן אַנדער ליד שרײַבט כּהן — "ס׳איז באמת אַ שאָד, וואָס דער זינגער האָט קאַליע געמאַכט אַזאַ גוט ליד. די סטראָפֿעס 7—9 זענען אַרויס פֿון דעם קאַליע־מאַכערס האַנט אומבאַשעדיקט". כּהן האָט אָפֿט אַראָפּגעקוקט מיט ביטול אויף די זינגער, ווײַל זיי האָבן "געשעדיקט" די אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. וועגן אַן אַנדער ליד שרײַבט כּהן, אַז דער זינגער האָט געמאַכט אַ מישמאַש פֿונעם ליד, "וואָס דערגרייכט אַזש ביז אומזין".
כּהן איז געווען אַ שטרענגער רעדאַקטאָר, אָבער ער האָט אויך געהאַט זײַנע הומאָריסטישע מאָמענטן. ווען דער זינגער האָט געזונגען "פֿאַרשאָלטן זענען מײַנע יאָרן, וואָס איך בין אַזוי יונג געבוירן", שרײַבט ער, אַז "וואָס דען, 'אַלט געבוירן’ וואָלט געווען בעסער?" צו אַן אַנדער ליד, עצהט כּהן, מע זאָל דאָס זינגליד ווײַזן נחמה עפּשטיין וואָס האָט געזאַמלט וויצן — "טאָ גיט איר איבערצולייענען דאָס ליד, זאָל זי אויך הנאה האָבן".
כּהן האָט אידעאַליזירט דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד, אָבער דאָס פֿאָלק האָט כּסדר צעשטערט די שאַפֿונג. ווען אין איין ליד וואָס פּיפּע האָט געזאַמלט, געפֿינט זיך דאָס וואָרט "פֿאָטערלאַנד", שרײַבט כּהן, אַז "אַן אמת פֿאָלקסליד ווייסט נישט פֿון קיין פֿאָטערלאַנד"; און צו אַן אַנדער ליד די באַמערקונג — "אַן אַקטיאָר קען אַזעלכעס פּלוידערן, אָבער ניט דאָס פֿאָלק". אַ דריט ליד האָט געשאַפֿן אַ "ביליקער אַקטיאָר", און וועגן אַן אַנדער ליד האָט דער זינגער "סתּם געפּלוידערט".
כּהן האָט פֿאַר זיך פֿאָרגעשטעלט אַ ליטעראַרישן מוסטער פֿאַר די געזונגענע לידער, און נישט געזען דעם יחיד אינעם שאַפֿערישן פּראָצעס פֿון פֿאָלקסגעזאַנג. די זינגערס האָבן געזונגען "ברעקלעך", "פֿאַרקריפּלט" די לידער, און כּהן האָט זיי געדאַרפֿט רעסטאַוורירן. אין פּיפּעס קורצע ענטפֿערס צו כּהן, און אין זײַנע אַנדערע בריוו זעט מען, אַז דער תּלמיד איז געווען אויפֿן וועג צו פֿאַרשטיין די ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ מער קאָמפּליצירטן און טיפֿערן זינען, אָבער זײַן לעבן איז אָפּגעשניטן געוואָרן...