באָריס כאַזאַנאָוו |
אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן איז צווישן די סאָוועטישע ייִדן אומגעגאַנגען אַ לעגענדע, אַז דער דענישער קיניג, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם וואָס די נאַציס רודפֿן ייִדן, האָט צוגעטשעפּעט צו זײַן רעקל אַ געלע לאַטע און דעמאָנסטראַטיוו אַרומגעפֿאָרן אַזוי איבער קאָפּענהאַגען. אַ שיינע לעגענדע, אָבער נישט מער! דווקא פֿון דער לעגענדע איז אַרויס דער ראָמאַן "די שעה פֿונעם קיניג", פּובליקירט אין 1976 אינעם מאָסקווער אומלעגאַלן זשורנאַל "ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", אָנגעשריבן פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטן שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו. אומבאַקאַנט איז דער נאָמען געווען פֿאַר דער וועלט, אָבער די סאָוועטישע זיכערהייט־אָרגאַנען (קאַ־גע־בע) האָבן גיך אויסגעפֿונען, ווער עס האָט זיך פֿאַרשטעלט אונטערן פּסעוודאָנים באָריס כאַזאַנאָוו. מ׳האָט אים באַלד אַרויסגערופֿן אויף לוביאַנקע און פֿאָרגעלייגט: אָדער ער פֿאַרנעמט זיך קיין ישׂראל, אָדער מע שיקט אים אַרויס קיין סיביר, שוין דאָס צווייטע מאָל.
העראָנים פֿײַבוסאָוויטש — דער אמתער נאָמען פֿון באָריס כאַזאַנאָוו — איז געבוירן געוואָרן אין לענינגראַד אין 1928. גאָר אין גיכן איז די משפּחה אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע. מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט שפּעטער האָט ער די פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ווערק נישט איין מאָל געפֿירט איבער די גאַסן און ליקלעך פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער מאָסקווע, באַשרײַבנדיק מיט אַלע פּרטים אירע הײַזער און קראָמען, הויפֿן און הייפֿלעך, ביידעמער און קעלערס. אָט די "ווײַטע זעונג" פֿון דער דאָזיקער שטאָט, פֿאַרגעדענקט פֿון די קינדער־יאָרן, האָט דער שרײַבער שפּעטער דורכגעלאָזט דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון צײַט און שטעט, וווּ ס׳איז אים אויסגעקומען צו זײַן, און עס באַשריבן אין זײַנע ראָמאַנען, עסייען, אַרטיקלען, קריטישע נאָטיצן.
אָבער דאָס אַלץ וועט זײַן שפּעטער. פֿריִער איז אָבער געווען די מלחמה, און דער 13־יאָריקער פֿײַבוסאָוויטש, צוזאַמען מיט זײַן שטיף־מוטער האָט געמוזט זיך עוואַקויִרן פֿון מאָסקווע קיין טאַטאַרסטאַן. דאָרט אינעם דאָרף קראַסני באָר אויפֿן טײַך קאַמאַ, וועט ער אָפּלעבן דרײַ שווערע יאָר. דאָרט האָט ער פֿאַרענדיקט די מיטל־שול און נישט איין שעה פֿאַרבראַכט אין דער דאָרפֿישער ביבליאָטעק בײַם לייענען ביכער, וואָס האָבן זיך פֿאַרהיט נאָר אַ דאַנק דעם, וואָס אין דער ווײַטער פּראָווינץ האָט קיינער זיך נישט אומגעקוקט, אַז די סאָוועטישע צענזור האָט זיי שוין פֿון לאַנג אויסגעמעקט פֿון דער "כּשרער רשימה".
דאָרט, אין דער עוואַקואַציע, האָט אים דער מלחמה־גורל צונויפֿגעפֿירט מיט די רוסישע און טאָטערישע ייִנגלעך און מיידלעך, מיט זייערע מוטערס — סאָלדאַטסקע אַלמנות, מיט לערער ייִדן, וואָס האָבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון די אָקופּירטע מערבֿ־געביטן. עס וועלן אַדורך יאָרן, און דער שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו, וועט "געקרוינט" ווערן מצד דעם סאָוועטישן אָפֿיציאָז — רוסאָפֿאָב, מערבֿניק, שטאָט־אינטעליגענט; אַ מענטש, וואָס האָט קיין אַנונג נישט וועגן דעם רוסישן פֿאָלק און רוסישן לעבן.
אין יאָר 1944 קערט זיך פֿײַבוסאָוויטש אום אַהיים קיין מאָסקווע, וווּ ער אַרבעט אויף דער פּאָסט; מיט אַ יאָר שפּעטער קומט ער אָן אינעם מאָסקווער אוניווערסיטעט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון קלאַסישער פֿילאָלאָגיע. צום גליק, האָבן זיך נאָך דאָרט פֿאַרהיט, ווי זעלטענע מוסטערן, פּראָפֿעסאָרן פֿונעם אַלטן דור, פֿון די "געוועזענע". דאָרט האָבן נאָך געזשיפּעט די טראַדיציעס פֿון דער פֿאַררעוואָלוציע־שול. דאָרט האָט מען נאָך געלערנט לאַטײַן און גריכיש, די ווערק פֿון סאָקראַטעס און פּלאַטאָן, ווערגיליוס און סענעקאַ, לעסינג און שילער; געפֿאָרשט די שאַפֿונגען פֿון די פֿראַנצויזישע סענטימענטאַליסטן, ווײַמאַרער קלאַסיציסטן. דאָרט האָט ער באַקומען דעם בעסטן יסוד פֿון דער וועלט־ליטעראַטור און קולטור.
פֿון דאַנען נעמט זיך, מיין איך, די גרויסע ליבע בײַ כאַזאַנאָוון צו די עכטע קולטור־מוסטערן, זײַן ביטול צו עקלעקטיק, פֿאַלשע סאָוועטישע מאַכערײַקעס, פּאָסט־סאָוועטישער קאָמערץ־ליטעראַטור. קומענדיק קיין דײַטשלאַנד ווי אַן עמיגראַנט, איז ער נישט איבערראַשט געוואָרן פֿון דעם קולטור־לעבן, וואָס האָט אים אַרומגערינגלט. ער איז געווען גרייט צו דעם.
אַוודאי, איז די אָפּטיילונג פֿון קלאַסישער ליטעראַטור געווען אַן אוניקאַל ווינקעלע אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַלגעמיינער אוניווערסיטעט־סיסטעם, אָבער אויך אַהין פֿלעגט דערגרייכן די לאַנגע האַנט פֿון דער "קאַ־גע־בע". ווען דער יונגער סטודענט פֿײַבוסאָוויטש, וועלכער האָט געשטרעבט, ווי עס פֿירט זיך אין זײַן עלטער, אונטערצורײַסן אַלע אויטאָריטעטן אין דער וועלט, און אַרויסלאָזן אַן אייגענעם שריפֿטלעכן זשורנאַל, האָט עמעצער פֿון זײַנע "חבֿרים" אים געמסרט. דער יונגער פֿײַבוסאָוויטש איז אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַכט יאָר לאַגערן. יאָ, די מלוכה האָט זיך גוט געזאָרגט, אַז דער קומענדיקער שרײַבער זאָל אויף זײַן אייגענעם לײַב און לעבן אויספּרוּוון, וואָס מיינט עס צו זײַן אַן אַסיר אין סאָוועטישן "גולאַג".
אין 1955 איז ער באַפֿרײַט געוואָרן, אָן רעכט צו וווינען אין מאָסקווע אָדער אין אַן אַנדער גרויסער שטאָט. אין פֿערציק יאָר אַרום האָט דער שרײַבער כאַזאַנאָוו זיך נוקם געווען אין דעם פֿאַררעטער, וואָס איז נאָך דער "פּערעסטראָיקע" געוואָרן אַ רײַכער געשעפֿטסמאַן; ער האָט עס געטאָן אויף זײַן אייגענעם אופֿן אין דער דערציילונג "דער רוף פֿון היימלאַנד".
געבליבן אָן רעכט צו פֿירן אַ לעבן אין מאָסקווע, איז דער געוועזענער סטודענט און אַסיר אָנגעקומען (1955) אין מעדיצינישן אינסטיטוט פֿון דער שטאָט קאַלינין, און נאָכן פֿאַרענדיקן אים געאַרבעט אין אַ דאָרפֿישן שפּיטאָל. דאָס לעבן אין דאָרף איז אים אויך צו נוץ געקומען, אַזוי האָט ער טיפֿער דערקענט דאָס לעבן פֿון אַ רוסישן פּויער. מעדיצין איז געוואָרן זײַן פֿאַך און נאָכן פֿאַרענדיקן די מאָסקווער אַספּיראַנטור, פֿאַרטיידיקט פֿײַבוסאָוויטש זײַן דיסערטאַציע און ביזן יאָר 1974 אַרבעט ער אין פֿאַרשידענע מאָסקווער שפּיטעלער. אָבער ליטעראַטור נעמט די אויבערהאַנט און דער דאָקטער פֿײַבוסאָוויטש פֿאַרלאָזט דאָס פֿעלד פֿון מעדיצין און הייבט אָן צו באַאַרבעטן דאָס פֿעלד פֿון ליטעראַטור אונטערן פּסעוודאָנים באָריס כאַזאַנאָוו.
אין 1977 גייט אַרויס אין ישׂראל זײַן זאַמלונג דערציילונגען, וואָס דער פֿאַקט אַליין געפֿעלט זייער נישט די טשינאָווניקעס פֿון די הויכע פֿענצטער אין מאָסקווע. מע הייבט דעם שרײַבער אָן שלעפּן אויף די פֿאַרהערן קיין לוביאַנקע, מע לאָזט אים אָן אַרבעט, מע דערגייט אים די יאָרן. אין 1982 מוז דער שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו פֿאַרלאָזן מיט זײַן משפּחה ראַטן־פֿאַרבאַנד און עמיגרירט קיין דײַטשלאַנד וווּ ער באַזעצט זיך אין מינכן.
דאָרט הייבט זיך אָן אַ נײַע תּקופֿה פֿון זײַן שאַפֿעריש לעבן. ער שרײַבט אַרטיקלען און עסייען פֿאַר דער דײַטשישער פּרעסע, טרעט אויף אויף די ראַדיאָ־סטאַנציעס "דײַטשישע וועלע", "פֿרײַהייט" און בי־בי־סי. אין 1984, צוזאַמען מיטן באַקאַנטן דיסידענט קראָניד לובאַרסקי, גרינדן זיי דעם קולטור־פּאָליטישן זשורנאַל "לאַנד און וועלט". דער זשורנאַל איז אַרויסגעגאַנגען ביזן יאָר 1992.
נישט געקוקט אויף אַזאַ אַקטיווער אַרבעט אין געביט פֿון זשורנאַליסטיק און פֿאַרלעגערײַ, אַרבעט אַ סך באָריס כאַזאַנאָוו אויף זײַנע אייגענע ליטעראַרישע ווערק. עס דערשײַנען זײַנע ראָמאַנען "איך, אויפֿלעבונג און לעבן", "נאַגלפֿאַר אינעם צײַט־אָקעאַן", "שטאָט און חלומות", "די ווײַטע זעונג פֿון וועלדער". ס׳איז מסתּמא נישטאָ אין דער רוסישער דיאַספּאָרע אַזאַ ערנסטע אויסגאַבע, וווּ באָריס כאַזאַנאָוו זאָל נישט געווען דאָרט זיך פּובליקירן. זײַנע ווערק ווערן געדרוקט הײַנט אין די דיקע זשורנאַלן אין רוסלאַנד, און זײַנע ביכער — אַרויסגעלאָזט אין די פּרעסטיזשפֿולע פֿאַרלאַגן. אין 2008 דערשײַנט זײַן בעסטער ראָמאַן "די נעכטיקע אייביקייט".
צי ווערט די שאַפֿונג פֿון באָריס כאַזאַנאָוו געהעריק אָפּגעשאַצט אין רוסלאַנד? צום גרויסן באַדויערן קאָן איך עס נישט זאָגן. פֿאַר וואָס? ווײַל די הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטור, וואָס האָט זיך באַפֿרײַט פֿון די סאָוועטישע צענזורקייטן, האָט אַרויפֿגעשלעפּט אויף זיך פּאַטריאָטישע קליידער פֿון אָנגעבלאָזענעם אָפּטימיזם און טרײַבט פֿון זיך אָפּ אַלץ, וואָס קומט אַרויס פֿונעם "פֿאַרפֿוילטן מערבֿ". די הויכע ליטעראַרישע מוסטערן פֿונעם ייִד־קאָסמאָפּאָליט געפֿינען פֿאַר זיך נישט קיין אָרט אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט.