ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אַנטוויקלונג פֿון נײַע עלעקטראָנישע טעכנאָלאָגיעס, וואָס דערמעגלעכן צו האַלטן און איבעראַרבעטן ריזיקע מאַטעריאַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע, האָט אויפֿגעלעבט אַ בראַנזשע פֿון שפּראַך־וויסנשאַפֿט, וועלכע מען האָט שוין לאַנגע יאָרן געהאַלטן פֿאַר אַן אַלט־פֿרענקישע. אין די 1960 יאָרן האָט דער לינגוויסטישער הויפּטשטראָם געביטן זײַן ריכטונג, אין דער גרויסער מאָס אונטער דער השפּעה פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָרשער נועם כאָמסקי. אַנשטאָט צו פֿאָרשן דעם שפּראַך־מאַטעריאַל ווי אַן עמפּירישן פֿענאָמען, וואָס עקזיסטירט פֿון און פֿאַר זיך אַליין, האָט זיך דער נײַער דור לינגוויסטן גענומען צו פֿאָרשן די אַלגעמיינע פּראָצעסן פֿון פֿאָרמירן איינצלנע שפּראַך־איינסן, וועלכע קומען פֿאָר אינעם מענטשלעכן קאָפּ און זײַנען אומאָפּהענגיק פֿון אַ קאָנקרעטער שפּראַך.

אָבער די אָנהענגער פֿון דער נײַער שיטה אין דער שפּראַך־וויסנשאַפֿט, וואָס מען רופֿט "קאָרפּוס־לינגוויסטיק" טענהן, אַז כאָמסקיס קריטיק פֿון דער "עמפּירישער" מעטאָדאָלאָגיע איז ניט אין גאַנצן באַרעכטיקט. זיי אָנערקענען, אַז די מאַסיוון פֿונעם שפּראַך־מאַטעריאַל, ווי גרויס זיי זאָלן ניט זײַן, וועלן תּמיד זײַן ניט פֿולקאָם און אַנטהאַלטן "פֿאַלשע", דאָס הייסט, ניט־קאָרעקטע לינגוויסטישע איינסן. און דאָך האָט דער קאָרפּוס וויכטיקע מעלות. מיט דער הילף פֿונעם עלעקטראָנישן "זוכער" איז מען בכּוח תּיכּף צו געפֿינען בײַשפּילן, וואָס שטיצן אָדער וואַרפֿן אָפּ די אָדער יענע טעאָרעטישע קאָנצעפּציע. דער קאָרפּוס וועט ניט אָנווײַזן ווי אַזוי צו בויען אַ קאָרעקטן זאַץ מיט געוויסע ווערטער, ער וועט אָבער העלפֿן צו געפֿינען מעגלעכע וואַריאַנטן, וואָס זײַנען פֿאַראַן אין דער שפּראַך.

דאָס שאַפֿן אַ פֿאַרלאָזלעכן און רעפּרעזענטאַטיוון שפּראַך־קאָרפּוס, וואָס זאָל אָפּשפּיגלען פֿאַרשידענע תּקופֿות, סטיליסטישע און רעגיאָנעלע וואַריאַנטן פֿון דער גערעדטער און געשריבענער שפּראַך, פֿאָדערט אַ סך צײַט און מי. פֿאַר אַזאַ מין פּראָיעקט נייטיקט מען זיך אין מומחים אין דער לינגוויסטישער וויסנשאַפֿט, קאָמפּיוטערײַ און אַוודאי שפּראַך־קענער אויך. דערפֿאַר האָט מען זיך עד־היום אָפּגעגעבן מיט קאָרפּוסן פֿאַר "גרויסע" שפּראַכן, אַזעלכע ווי ענגליש און רוסיש, וואָס פֿאַרמאָגן אַ געהעריקע וויסנשאַפֿטלעכע און אָרגאַניזאַציאָנעלע אינפֿראַסטרוקטור.

עס איז דערפֿאַר גאַנץ מערקווערדיק, וואָס אַ גרופּע לינגוויסטן פֿון רעגענסבורג און מאָסקווע האָט זיך גענומען דווקא צו שאַפֿן אַ קאָרפּוס פֿון ייִדיש. זייער פּלאַן איז צו זאַמלען אַ מאַסיוו פֿון טעקסט־פֿראַגמענטן מיט אַ סך־הכּל פֿון אַרום צען מיליאָן אַזוי־גערופֿענע "וואָרט־פֿאָרמען", וואָס זאָלן אָפּשפּיגלען די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך זינט 1850. צוויי מיליאָן פֿאָרמען וועלן רעפּרעזענטירן די תּקופֿה פֿאַר 1900, זעקס מיליאָן פֿאַר דער צײַט צווישן 1900 און 1939, און נאָך צוויי מיליאָן פֿאַר דער צײַט נאָך 1939. דער דאָזיקער פֿאַרנעם איז רעלאַטיוו קליין אין פֿאַרגלײַך מיט די קאָרפּוסן פֿון אַנדערע שפּראַכן, וועלכע פֿאַרמאָגן הונדערטער מיליאָנען וואָרט־פֿאָרמען.

פֿאַר וואָס דווקא ייִדיש? ד״ר סאַנדראַ בירצער פֿון רעגענסבורגער אוניווערסיטעט דערקלערט, אַז ייִדיש איז זייער אינטערעסאַנט פֿונעם לינגוויסטישן שטאַנדפּונקט. די ייִדישע שפּראַך האָט זיך אַנטוויקלט אין קאָנטאַקט מיט ביז גאָר פֿאַרשידענע שפּראַך־פֿאַמיליעס׃ סעמיטישע, ראָמאַנישע, גערמאַנישע און סלאַווישע. היסטאָריש האָט ייִדיש אײַנגעזאַפּט אַ סך פֿאַרשידענע לינגוויסטישע און קולטורעלע השפּעות. דער קאָרפּוס וועט העלפֿן צו פֿאַרשטיין די לינגוויסטישע קאָמפּאָזיציע פֿון ייִדיש סײַ פֿונעם פּראַקטישן סײַ פֿונעם טעאָרעטישן שטאַנדפּונקט. וויכטיק איז אויך דאָס, וואָס ייִדיש האָט עד־היום ניט באַקומען גענוג פֿאָרשערישן אויפֿמערק און ליפֿערט אַ שלל פֿון נײַעם לינגוויסטישן מאַטעריאַל.

מען וועט שעפּן ייִדישע וואָרט־פֿאָרמען פֿון פֿאַרשידענע מקורים אין הסכּם מיט דעם אָרט, וואָס זיי פֿאַרנעמען אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך. חוץ דעם, וועט מען שאַפֿן אַ באַזונדערן קאָרפּוס פֿון הײַנטצײַטיקע צײַטונגען און זשורנאַלן, וואָס זײַנען צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, אַזעלכע ווי "פֿאָרווערטס" און "לעבנס־פֿראַגן". דער עלעקטראָנישער קאָרפּוס וועט באַשטיין ניט בלויז פֿון ווערטער. ער וועט אויך אַנטהאַלטן כּלערליי לינגוויסטישע און פֿאַקטישע אינפֿאָרמאַציע, ווי אויך דעם קאָנטעקסט, אין וועלכן דאָס דאָזיקע וואָרט טרעפֿט זיך אינעם טעקסט.

אויף וואָס באַדאַרף מען אַזאַ מין קאָרפּוס? נאַטירלעך, וועט דאָס זײַן זייער ניצלעך פֿאַר פֿאָרשער פֿון לינגוויסטיק ווי אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדיש, וואָס איז שוין אָרגאַניזירט געוואָרן לויט די וויסנשאַפֿטלעכע כּללים. אָבער ניט ווייניקער וויכטיק וועט אַזאַ מין קאָרפּוס זײַן פֿאַר פּעדאַגאָגישע צוועקן. מען קאָן, למשל, מאַכן כּלערליי געניטונגען, וואָס וועלן דערקלערן פֿאַרשידענע גראַמאַטישע אַספּעקטן פֿון דער שפּראַך. און אַוודאי וועט אַזאַ מין רעסורס צו נוץ קומען די, וואָס ווילן זיך אויסלערנען צו שרײַבן אויף ייִדיש.

די אָנהענגער פֿון "קאָרפּוס־לינגוויסטיק" טענהן, אַז דער נײַער מעטאָד וועט ענדערן די גאַנצע לינגוויסטישע וויסנשאַפֿט. אַנשטאָט צו פֿאַרלאָזן זיך אויף אייגענער אינטויִציע קאָן מען איצט אַרבעטן מיט ריזיקע מאַסיוון פֿון לינגוויסטישער אינפֿאָרמאַציע. אַזאַ מין מקור איז באַזונדערס וויכטיק פֿאַר ייִדיש, בפֿרט אַז די הײַנטיקע גערעדטע שפּראַך, וואָס לעבט אין דער פֿרומער סבֿיבֿה, איז ווײַט ניט די זעלביקע ווי בײַ דעם אַמאָליקן ייִדיש־רעדנדיקן עולם אין מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע. דער נײַער קאָרפּוס וועט מסתּמא האָבן אַ געוויסע השפּעה אויף דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי אַ מקור פֿון לינגוויסטישער אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדיש.

עס איז דערפֿאַר זייער וויכטיק, אַז דער נײַער קאָרפּוס זאָל אָפּשפּיגלען דעם פֿולן דיאַפּאַזאָן פֿון ייִדיש, כּולל זײַן פֿאַרשידענע דיאַלעקטן, סאָציאַלע און קולטורעלע וואַריאַציעס אין פֿאַרשידענע תּקופֿות. דער קאָרפּוס וועט ניט זאָגן, וואָס איז קאָרעקט און וואָס איז פֿאַלש, וואָס מען קאָן יאָ זאָגן און וואָס מען טאָר בשום אופֿן ניט זאָגן. אַנשטאָט דעם וועט ער צושטעלן אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם, ווער, ווען און וווּ האָט מען גענוצט אַזאַ און אַזאַ וואָרט אָדער אויסדרוק. דער באַנוצער וועט מוזן באַשליסן פֿאַר זיך, וואָס צו טאָן דערמיט ווײַטער.

נאַטירלעך, וועט דער אויסקלײַב פֿון מקורים באַווירקן דעם רעזולטאַט. צוויי וויכטיקע מקורים זײַנען די עלעקטראָנישע ביבליאָטעקן מיט ייִדישע טעקסטן, וואָס זײַנען שוין גוט באַקאַנט אַלע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: די זאַמלונגען פֿון דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע און די פֿראַנקפֿורטער שטאָט־ און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק. אָבער כּדי צו באַקומען אַ רעפּרעזענטאַטיווע אָפּשפּיגלונג פֿון דער שפּראַך, דאַרף מען אַרײַננעמען ניט נאָר ליטעראַרישע טעקסטן, נאָר אויך אַזעלכע "פּראָסטע" זשאַנערס ווי בריוו, טאָגביכער, טעכנישע און געשעפֿטלעכע טעקסטן וכּדומה. הײַנט האָט מען אַ גאָר נײַעם זשאַנער — "בלאָג", וואָס איז פּאָפּולער בײַ די חסידים. מער פּראָבלעמאַטיש איז דער מינדלעכער קאָמפּאָנענט, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן די פֿריִערע תּקופֿות, און דאָ קאָנען העלפֿן אַלטע רעקאָרדירונגען, וואָס זײַנען טיילווײַז אויך צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועט מען, האָפֿנטלעך, שוין באַקומען אַ מעגלעכקייט צו נוצן דעם גרעסטן אין דער וועלט אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך.