- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(אײַנדרוקן און קאָמענטאַרן) גאַנצע פֿיר יום־טובֿדיקע טעג אין דער וואָכן, פֿון 7טן ביזן 10טן דעצעמבער 2009, איז דאָ פֿאָרגעקומען די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ: "הונדערט יאָר ייִדיש 1908—2008". אין דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע, מיט דעם דבֿ סדן־פּראָיעקט, צוזאַמען מיט דעם אינסטיטוט פֿאַר הײַנטצײַטיקן ייִדנטום און דעם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים — אונטער דער לייטונג פֿון פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך — האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די פּראָפֿעסאָרן אלי לעדערהענדלער, שאָול שטאַמפֿער און פּראָפֿ׳ אַהרון ממן. דעם גרויסן אוידיטאָריום א״נ פֿון ווײַס האָבן כּמעט אויסגעפֿילט די הונדערטער דעלעגאַטן פֿון דער גאָרער ייִדישוועלט און פֿון ישׂראל גופֿא: אַקאַדעמיקער, ייִדיש־סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, שרײַבער, זשורנאַליסטן, ייִדישע דערציִער און ייִדישע קולטור־טוער פֿון אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק. אַ טייל פֿון זיי זענען געקומען צו באַריכטן וועגן זייערע אַקאַדעמישע, אָדער פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרש־אַרבעטן אויף די פֿאַרשיידענע געביטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און ייִדישער קולטור בכלל. אַנדערע זענען געקומען צו געניסן פֿון דער וואַרעמער ייִדיש־אַטמאָספֿער, פֿון די מוזיקאַליש־ליטעראַרישע פּראָגראַמען און פֿון ייִדישע פֿילמען, וואָס זענען געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דעם באַלערנדיקן, אינספּירירנדיקן און פֿאַרווײַלערישן צוזאַמענקום.
זיי אַלע האָבן בײַ דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ באַשטעטיקט דעם פֿאַקט, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור איז נאָך אַלץ שטאַנדהאַפֿטיק און אומשטערבלעך, נישט געקוקט אויף דעם טראַגישן גורל פֿון די ייִדישע שרײַבער, דיכטער, ייִדישע דערציִער, ייִדיש־פֿאָרשער און די מיליאָנען ייִדיש־ריידנדיקע מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט, וואָס זענען אַזוי טראַגיש אומגעקומען אין דער תּקופֿה פֿון חורבן און מאָרד אין מיזרח־אייראָפּע. די באַטייליקטע אין די פּאַנעלן און אין די דיסקוסיעס — די אַלע, וואָס שטייען הײַנט צו טאָג בײַ דעם רודער פֿון דער ייִדיש־מערכה אין די תּפֿוצות און אין ישׂראל — האָבן מיט זייער באַטייליקונג אין דער היסטאָרישער קאָנפֿערענץ אין ירושלים, דעמאָנסטרירט זייער איבערגעגעבנקייט און גרייטקייט ווײַטער צו שמידן די "גאָלדענע קייט" פֿון ייִדיש, וואָס באַרײַכערט און דערקוויקט אונדז מיט אירע אַלע ייִדישע טעמים... * * * די דערעפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען אַ פֿײַערלעכע און בכּבֿודיקע. מיט וואַרעמע ווערטער האָבן זי באַגריסט: פּראָפֿ׳ ישׂראל ברטל, דעקאַן פֿון פֿאַקולטעט פֿאַר הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט; פּראָפֿ׳ אלי לעדערהענדלער, ראָש פֿון אינסטיטוט פֿאַר הײַנטצײַטיקן ייִדנטום בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, וועלכער האָט דעם פֿאָרזיץ געפֿירט אין ייִדיש, האָט פֿאָרגעשטעלט דעם באַקאַנטן געלערנטן פּראָפֿ׳ דוד הליבֿני־ווײַס, אַ געבוירענעם אין סיגעט, רומעניע, וועלכער האָט געהאַלטן אַן אינטערעסאַנטן פֿאָרטראָג, אין אַ זאַפֿטיקן ייִדיש, אד״ט "דעם זיידנס תּלמודישע טערמינאָלאָגיע". וועגן "טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ", אירע נאָכווייענישן און דער ייִדישער קולטור אין טשערנאָוויץ בכלל האָט רעפֿערירט אין העברעיִש דער דערציִער און פּאָעט ד״ר אליהו סלע־סלדינגר.
באָריס סאַנדלער, הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, האָט געהאַלטן אַן אינטערעסאַנטן, אינפֿאָרמאַטיוון אַרײַנפֿיר, איידער ער האָט געוויזן אויפֿן עקראַן דעם דאָקומענטאַרן פֿילם "ייִדיש־טשערנאָוויץ", וואָס ער האָט געשאַפֿן צוזאַמען מיט חנה פּאָלאַק. דער דאָזיקער פֿילם שילדערט אויף אַן קאַליידאָסקאָפּישן אופֿן די פֿאַרשיידענע תּקופֿות פֿון דער רײַכער ייִדישער טשערנאָוויץ־געשיכטע, מיט איר שפּרודלדיקן ייִדיש־לעבן, מיט אירע באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, דיכטער, מיט אירע פּראָמינענטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן און אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן די שטאָט באַרימט געמאַכט אין דער ייִדישער וועלט, ווי די שטאָט, וווּ עס איז מיט הונדערט יאָר צוריק, אין 1908, פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע קאָנפֿערענץ, אויף וועלכער מען האָט פּראָקלאַמירט די ייִדישע שפּראַך ווי איינע פֿון די נאָציאָנאַלע שפּראַכן פֿון אונדזער פֿאָלק. אין דער סעסיע א״נ "ייִדישע פּאָעטן לייענען זייערע שאַפֿונגען" זענען מיט דער קאָאָפּעראַציע פֿון לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ אויפֿגעטראָטן רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, דניאל גלאַי, לעוו בערינסקי, יצחק ניבאָרסקי, משה לעמסטער, אלי ביידער און מרים קאָראָל. דער גרויסער עולם אין זאַל האָט מיט גרויס אינטערעס און פֿאַרגעניגן אויסגעהערט די רעציטאַציעס פֿון די פּאָעטן, וועלכע לעבן און שאַפֿן אין אונדזער צײַט, האָט זיי האַרציק באַגריסט און זיי באַדאַנקט מיט הילכיקע אַפּלאָדיסמענטן. אין דער סעסיע וועגן "ייִדיש אין ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד," האָט רעפֿערירט אין ייִדיש פּראָפֿ׳ דבֿ לעווין, און וועגן דעם "גורל פֿון ייִדיש אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד" האָט דערציילט פּראָפֿ׳ מרדכי אַלטשולער, ביידע פֿון אינסטיטוט פֿאַר דעם הײַנטצײַטיקן ייִדנטום, בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. אין דער לעצטער סעסיע פֿון ערשטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט דער דאָקטאָראַנט דיעגאָ ראָטמאַן־משהלע, פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, רעפֿערירט וועגן דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון גאָלדע מאיר און דוד בן־גוריון, ווי זייערע פּערזענלעכע שטריכן און כאַראַקטערן, זייער באַציִונג צו ייִדיש, איז געווען אָפּגעשפּיגלט אין דעם סאַטירישן טעאַטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכער מיט יאָרן צוריק.
פּראָפֿ׳ לאה ראָזשאַנסקי, פֿון חיפֿהר אוניווערסיטעט, האָט רעפֿערירט אד״ט "די ייִדישע פּרעסע אין מדינת־ישׂראל: אַ מינאָריטעט־פּרעסע אין איר נאַציאָנאַלן שטאַנד". פּראָפֿ׳ אילנה שהמי, פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, פֿון אָפּטייל פֿון דערציִונג, האָט געהאַלטן אַן אינטערעסאַנטן און שאַרפֿן רעפֿעראַט וועגן דער ציוניסטישער שטעלונג צו פֿרעמדע שפּראַכן, בתוכם דער ייִדישער, אין מדינת־ישׂראל. דער ערשטער טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ איז ממש געווען מלא־וגדוש, אויסגעפֿילט מיט באַלערנדיקע באַריכטן און רעפֿעראַטן. דער עולם אין זאַל האָט עס אויסגעהערט מיט גרויס נײַגער און אינטערעס, און האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די דעבאַטעס און אין די פֿראַגעס און ענטפֿערס. צוליב מאַנגל אין פּלאַץ, האָב איך, ליידער, ניט געקענט אויסשעפּן די אינפֿאָרמאַציע און אײַנדרוקן פֿון די אַנדערע דרײַ טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס זענען געווען ניט ווייניק אינטערעסאַנט און אײַנדרוקספֿול. איך האָף, אַז וועגן זיי וועלן קומען באַריכטן אין די שפּעטערע נומערן פֿון אונדזער צײַטונג. זאָל דער דאָזיקער באַריכט פֿון ערשטן טאָג זײַן אַ מוסטער פֿאַר די אַנדערע טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ.
* * * אַ ביסל סטאַטיסטיק און סך־הכּל: במשך די פֿיר טעג פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען אין איר אַרום 350 פּערזאָן; בײַ יעדער סעסיע זענען בײַגעווען צווישן 150—200 צוהערער. צענדליקער לעקטאָרן און צוהערער זײַנען געקומען פֿון אויסלאַנד: פֿון יאַפּאַן, פֿראַנקרײַך, קאַנאַדע, אַרגענטינע, פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער. כּדאַי צוצוגעבן, אַז צווישן די פּרעלעגענטן זענען געווען 21 סטודענטן, דאָקטאָראַנטן און שוין אויסגעשולטע מיט דאָקטאָר־טיטלען פֿון דער ייִדיש־קאַטעדרע אין דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. * * * אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט אַ באַטײַטיקע צאָל יוגנטלעכע פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער. עס איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו שמועסן מיט זיי. די מערסטע פֿון זיי זענען באַשעפֿטיקט אין פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אין אייראָפּע, אַמעריקע און אַנדערע לענדער, ווי לעקטאָרן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, און גלײַכצײַטיק מאַכן זיי פֿאָרש־אַרבעטן אויפֿן געביט פֿון ייִדישער קולטור און געשיכטע פֿאַר זייערע דאָקטאָראַטן. * * *
כּדאַי צו באַמערקן, אַז אָן דער שטיצע פֿונעם "אינסטיטוט פֿאַר העכערע לימודים" אין ירושלימער אוניווערסיטעט, פֿון דעם "נאַציאָנאַלן פֿאָנד פֿאַר וויסנשאַפֿטן" אין ישׂראל, וואָלט די ירושלימער קאָנפֿערענץ ניט געקענט צושטאַנד קומען. עס איז אויך וויכטיק צו דערמאָנען די פֿינאַנציעלע הילף פֿון די פֿאָלגנדיקע שותּפֿים און אינסטיטוציעס: דעם ישׂראל־קאָמיטעט פֿאַר "אונעסקאָ", דעם ייִדישן "פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, דעם "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד" און "יונג־ייִדיש" אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ, ווי אויך דעם ברייטן עולם וואָס האָט מיט זייערע רעגיסטראַציע־אָפּצאָלן דערמעגלעכט די גאַנצע קאָנפֿערענץ טראַנסמיטירט צו ווערן אין דער אינטערנעץ. מען קען זי זען און הערן לויטן אַדרעס: http://multimedia.huji.ac.il/live. און צום סוף: אַ האַציקן דאַנק און יישר־כּוח די צוגרייטונגען צו דער קאָנפֿערענץ האָבן געדויערט צוויי פֿולע יאָר. פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך, צוזאַמען מיט זײַנע אַסיסטענטן, תּלמידים און דאָקטאָראַנטן, האָבן זיך טאָג־טעגלעך געמיט צו פֿאָרמולירן און שאַפֿן די רײַכע פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ, סײַ אין אינהאַלט און סײַ אינעם אַרײַנברענגען אַזוי פֿיל וויכטיקע דעלעגאַטן פֿון אויסלאַנד און פֿון ישׂראל גופֿא. זיי האָבן גענומען באַטראַכטן די אינטערנאַציאָנאַלע אויסשפּרייטונג פֿון דער ייִדיש־מחנה און די זאָרג פֿאַר דעם המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער צוקונפֿט. אונדזער אַלעמענס אָנערקענונג און יישר־כּוח: צו פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך, צו זײַנע איבערגעגעבענע אַסיסטענטן און דאָקטאָראַנטן: קערי פֿרידמאַן־כּהן, וולאַדיסלאַוו סאָקאָלאָווסקי, צילה גאַדאַראָוו־ווייצמאַן, אלעד גאָלדמאַן־מויאל, גלית שאָולי און אַחרונה, אַחרונה חבֿיבֿה רותי זקוביץ. |