די ימים־נוראָים פֿון דעם נײַעם יאָר תּש״ע זענען שוין בע״ה הינטער אונדז. אַוועק זענען די אָנגעשטרענגטע הכנות אין דעם חודש אלול, אין וועלכן אַחינו־בני־ישׂראל האָבן זיך מכין געווען צו באַגעגענען די פֿאָרכטיקע טעג וואָס קומען באַלד אָן. יעדער איינער פֿון אונדז האָט זיך אַרײַנגעטראַכט, אויף זײַן טראַדיציאָנעלן שטייגער, וועגן די יאָרן וואָס פֿליסן אַזוי שנעל פֿאַרבײַ, אָדער וועגן די טעג ווען ער וועט שטיין פֿאַר דעם בית־דין־של־מעלה און דאַרפֿן אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
אַוועק זענען די טעג פֿון אינטראָספּעקציע, פֿון ערנסטער באַטראַכטונג, פֿון "תּשובֿה, תּפֿילה און צדקה", וואָס קענען בטל מאַכן און אָפּשרײַען אַ סכּנותדיקן גזר־דין...
ווי שטענדיק, זענען אין די טעג פֿון ערבֿ־יום־כּיפּור געקומען קיין ירושלים טויזנטער און טויזנטער מענטשן פֿון גאַנצן לאַנד און פֿון אויסלאַנד, צו זאָגן סליחות בײַם כּותל־המערבֿי, אין שולן און בתּי־מדרשים פֿון מאה־שערים, גאולה און אין די אַנדערע קוואַרטאַלן פֿון דער הייליקער שטאָט. אין די טעג פֿאַרן אָנקום פֿון יום־כּיפּור, זענען אומעטום פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די פּאָליציי־ און אַנדערע זיכערהייט־כּוחות, כּדי צו פֿאַרמײַדן וועלכע עס איז פֿײַנטלעכע טעראָר־אַקטן מצד די אַראַבער אַרום.
ליידער, זענען טאַקע זונטיק, ערבֿ־יום־כּיפּור פֿאָרגעקומען צוזאַמענשטויסן מיט אַראַבישע מתפּללים אויפֿן הר־הבית, ווען זיי האָבן באַוואָרפֿן מיט שטיינער אַ גרופּע קריסטלעכע טוריסטן פֿון פֿראַנקרײַך, וועלכע האָבן זיך דערנענטערט צו דעם אַל־אַקצאַ־מעטשעט, אין דער באַגלייטונג פֿון ישׂראל־פּאָליציי. די אַראַבישע מתפּללים האָבן פֿאַרדעכטיקט, אַז די דאָזיקע גרופּע איז באַשטאַנען פֿון די ייִדישע מיטגלידער פֿון "נאמני־הר־הבית", וועלכע קומען אַרויף אויפֿן באַרג, ערבֿ די ייִדישע יום־טובֿים...
מיט גרויסע שוועריקייטן און מיט דער הילף פֿון שאָק־גראַנאַטן האָט די ישׂראל־פּאָליציי צעטריבן די אַטאַקירנדיקע אַראַבישע אָנפֿאַלער. עס זענען געווען אַ צאָל פֿאַרוווּנדעטע פֿון ביידע זײַטן. במשך פֿונעם גאַנצן טאָג ערבֿ־יום־כּיפּור, האָבן די אַראַבער ניט אויפֿגעהערט צו באַוואַרפֿן מיט שטיינער אויך ייִדן אין מיזרח־ירושלים, אין ייִדישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלטשטאָט און אַנדערע פּלעצער. בסך־הכּל זענען געווען 20 פֿאַרוווּנדעטע פּאָליציסטן און 17 אַראַבער, אַ טייל פֿון זיי זענען אָפּגעפֿירט געוואָרן אין די נאָענטע שפּיטעלער. ווי געוויינטלעך, האָבן די אַראַבישע וואָרטזאָגער באַשולדיקט די ישׂראלים אין די צוזאַמענשטויסן מיט די "אומשולדיקע" מתפּללים אין אַל־אַקצאַ־מעטשעט.
כאַלאַד מאַשאַל, הויפּט פֿון דער "כאַמאַס"־גרופּע, וועלכער האָט פֿאַרווײַלט יענעם זונטיק אין קאַיִר, האָט צונויפֿגערופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, וווּ ער האָט געוואָרנט, אַז ער און זײַנע זעלנער וועלן "ניט שטיין מיט פֿאַרלייגטע הענט, אין אָנבליק פֿון דעם אַטאַק פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי אויף די אַראַבישע מתפּללים אין אַל־אַקצאַ־מעטשעט". אויך דער יאָרדאַנישער אויסערן־מיניסטער האָט שאַרף פּראָטעסטירט קעגן די ישׂראלים, וועלכע האָבן באַפֿאַלן די אַראַבער און זיי געשטערט אין די תּפֿילות אין דעם מעטשעט אויפֿן הר־הבית אאַ״וו.
נאַביל רודײַנאַ, וואָרטזאָגער פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, און סאַיב אַריקאַט פֿון אַש״ף, אָנפֿירער פֿון פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל, האָבן באַשולדיקט די ישׂראל־רעגירונג, אַז זי האָט בכּוונה אַליין פּראָוואָצירט די אומרוען אַרום אַל־אַקצאַ, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן אירע פּאָזיציעס אויף דעם הר־הבית. בײַם סוף פֿון טאָג, האָט זיך דער אָנגעשטרענגטער מצבֿ עטוואָס אײַנגעשטילט און פֿון אַלע עקן שטאָט האָבן ייִדן אָנגעהויבן צו שטראָמען צום כּותל־המערבֿי, צו "כּל־נדרי".
צו מאָרגנס אין דער פֿרי, ווען די שטאָט איז נאָך געווען אײַנגעהילט אין איר אויסנעמלעכער און אידילישער שטילקייט, ווען די שטראַלן פֿון דער האַרבסטיקער זון האָבן באַשײַנט די גאַסן און געסלעך פֿון ירושלים און די אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקע פּאַנאָראַמע פֿון די בערג פֿון יהודה, וואָס רינגלען זי אַרום, און מען ווערט ממש פֿאַרכּישופֿט פֿון דעם רוח־הקודש און דער מיסטעריע, וואָס הערשט איבער ירושלים אין דעם טאָג פֿון יום־כּיפּור, האָבן מענער, פֿרויען און אַלטע לײַט, געקליידט אין זייערע יום־טובֿדיקע בגדים — אַ טייל פֿון די מענער שוין באַדעקט אין זייערע טליתים — זיך געײַלט אָנצוקומען אין די שילן און בתּי־מדרשים צו שחרית.
ניטאָ קיין שום באַוועגונג פֿון וועלכע עס איז מאָטאָריזירטע קאָמוניקאַציעס, די גאַסן זענען אַבסאָלוט ליידיק פֿון אויטאָס און אַנדערע קאָמוניקאַציע־מיטלען. די איינציקע וואָס נוצן אויס די דאָזיקע זעלטענע געלעגנהייט, איין מאָל אין יאָר, זענען די קינדער און יוגנטלעכע, וואָס לויפֿן אומגעשטערט און אומדערשראָקן אין די פֿרײַע גאַסן, אויף זייערע וועלאָסיפּעדן (ראָווערן). די רבנישע אינסטאַנצן אין ישׂראל האָבן נאָך מיט יאָרן צוריק, מתּיר געווען און דערלויבט קינדער און יוגנטלעכע צו זיצן אום יום־כּיפּור אויף וועלאָסיפּעדן, און דריקן מיט די פֿיס אויף די פּעדאַלן. זיי האָבן דערקלערט, אַז עס איז ניט קיין עבֿרה און זיי 2דאַרפֿן זיך ניט "שלאָגן על חטא". פֿאַר די דערוואַקסענע פּאַסט בכלל ניט דאָס צו טאָן אין דעם הייליקן טאָג.
* * *
פֿון צײַט צו צײַט האָט מען געקענט הערן דאָס וואָיען פֿון די אַמבולאַנס־סירענעס פֿון דעם "רויטן מגן־דוד", וואָס לויפֿן שנעל איבער די שטילע גאַסן פֿון שטאָט, צו ברענגען הילף צו אַ קראַנקן, צו אַ פֿאַרחלשטן פֿון פֿאַסטן, צו אַ קימפּעטאָרין, וואָס האָט פּלוצעם באַקומען געבורטווייען, אָדער וועלכע איז שוין געלעגן געוואָרן בײַ זיך אין דער היים, צו אַנדערע אומגליקספֿאַלן וואָס זענען געשען איבערן לאַנד אין לויף פֿון דעם טאָג.
די אינטערעסאַנטע סטאַטיסטיק אויף צו מאָרגנס אין דער פּרעסע, שפּיגלט בולט אָפּ די דאָזיקע פֿאַלן איבערן לאַנד: בסך־הכּל זענען 2,200 מענטשן געהאָלפֿן געוואָרן אין לויף פֿון דעם טאָג דורך די מאַנשאַפֿטן פֿון דעם "רויטן מגן־דוד". צווישן זיי זענען געווען 50 פֿאַרחלשטע פֿון פֿאַסטן, 16 פֿון זיי האָבן זיך גענייטיקט אין מויל־צו־מויל באַאָטעמונג; און אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון די סאַניטאַרן זענען זיי געקומען צוריק צו זיך. 102 קינמפּעטאָרינס זענען געבראַכט געוואָרן אין אַמבולאַנסן צו די שפּיטעלער איבערן לאַנד. 5 פֿון זיי זענען געלעגן געוואָרן אין זייערע וווינונגען, מיט דער הילף פֿון די סאַניטאַרן. 162 קינדער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן פֿאַלנדיק פֿון זייערע ראָווערן, רעדל־גליטשערס, סקייטבאָרדס און ראָלערבליידס.
אויך הײַיאָר, ווי אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן, זענען אַ צאָל אַמבולאַנסן באַוואָרפֿן געוואָרן מיט שטיינער אויף זייער וועג צו דערלאַנגען הילף צו די באַדערפֿטיקע. דאָס איז געווען אין חיפֿה, אַשדוד, נתניה און קרית־גת. די פֿאַנאַטישע פֿרומע יוגנטלעכע און דערוואַקסענע האָבן זיך ניט גערעכנט דערמיט, וואָס פּיקוח־נפֿש איז דוחה שבת און אַפֿילו דעם הייליקסטן טאָג פֿון יאָר — יום־כּיפּור.
עס איז כּדאַי איך זאָל אויך דערמאָנען אין מײַן הײַנטיקן "בריוו פֿון ירושלים", אַז אין ישׂראל איז אויך דאָ אַ גרויסע צאָל סעקולערע און ניט־טראַדיציאָנעלע ייִדן, וועלכע פֿאַסטן ניט אום יום־כּיפּור. אין אונדזער פֿרײַער ייִדישער מדינה דערלויבן זיי זיך אָפּצומערקן דעם טאָג פֿון יום־כּיפּור אויף זייער אייגענעם שטייגער, לויט זייער אייגענעם געוויסן און אויפֿפֿאַסונג. זיי פֿאַרווײַלן זיך אין דעם טאָג בײַם ברעג ים, אין די וועלדער און פֿעלדער פֿון לאַנד אויפֿן "שויס פֿון דער נאַטור". זיי פֿאַסטן ניט אום יום־כּיפּור און דערלויבן זיך צו עסן אין די אָפֿענע רעסטאָראַנען אין די אַראַבישע קוואַרטאַלן און דערפֿער, ווי אין יפֿו, נצרת, עכּו, אום־אַל־פֿאַחאַם א״אַ.
עס זענען אויך דאָ צווישן זיי אַזעלכע, וואָס האָבן אין זיך נאָך אַ ניצוץ, אַ פֿונק פֿון ייִדישקייט, וואָס ברענגט זיי אַרײַן אין שיל צו "כּל־נדרי", צו "נעילה", צו הערן כאָטש איין מאָל דעם קול פֿון שופֿר און מיט דעם "יוצא זײַן" אין אָפּמערקן דעם הייליקסטן טאָג פֿון יאָר — "יום־כּיפּור" — אין דעם ייִדישן לוח...
חגים ומועדים לשׂימחה — אַ פֿריילעכן, פֿרידלעכן סוכּות אײַך אַלעמען, וווּ איר זאָלט ניט זײַן — ליבע לייענער פֿון מײַנע "בריוו פֿון ירושלים".