עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים.
די עלטערן שפּאָרן ניט צו קויפֿן נײַע בגדים, נײַע שיך און אַנדערע זאַכן פֿאַר זייערע קינדער צום נײַעם לערן־יאָר און פֿאַר די אָנקומענדיקע יום־טובֿים. באַזונדערס איז אין ישׂראל שטאַרק פּאָפּולער די "מאָדע" צו בײַטן דעם קלענערן קאָלירפֿולן רוקזעקל אויף אַ גרעסערן, וואָס ווערט מיט יעדעס לערן־יאָר אַלץ שווערער מיט ביכער, העפֿטן און אַנדערע חפֿצים.
דאָס נײַע לערן־יאָר איז אַ טיף־עמאָציאָנעלע איבערלעבעניש בײַ יעדן תּלמיד, סײַ בײַ דעם גאָר יונגן אָנהייבער, און סײַ בײַ דעם תּלמיד אין אַ העכערן קלאַס. די טראַדיציאָנעלע באַגריסונג "ברוכים־הבאָים — שלום כּיתּה א’", וואָס באַגעגנט דעם תּלמיד־אָנהייבער, ווען ער טרעט אַריבער מיט אַ ציטערנדיק האַרץ די שוועל פֿון דער עלעמענטאַר־שול נאָך דעם קינדער־גאָרטן, איז זײַן ערשטער מײַלשטיין אויף דעם לאַנגן וועג פֿון זײַן פֿיזישן און אינטעלעקטועלן וווּקס און אַנטוויקלונג אין לעבן. דאָס באַציט זיך אויך צו אַלע אַנדערע תּלמידים, ניט געקוקט אויף זייער כראָנאָלאָגישן עלטער. אין דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע, פֿלעגט מען צוגרייטן זיסע האָניק־קיכעלעך פֿאַר דעם יונגן קינד אין פֿאָרעם פֿון דעם אַלף־בית, מען פֿלעגט דאָס קינד אײַנוויקלען אין אַ טלית און אַוועקטראָגן אין חדר אַרײַן ווען ער האָט אָנגעהויבן לערנען "בראשית ברא". עס איז געווען אַ סגולה, אַז דער לימוד פֿון תּורה זאָל אים זײַן זיס און געשמאַק. געוויסע חרדישע משפּחות זענען ממשיך דעם דאָזיקן שיינעם מינהג אויך אין די הײַנטיקע טעג.
שלום כּיתּה א’
דינסטיק, דעם 1טן סעפּטעמבער, איז דער ערשטער טאָג פֿונעם נײַעם לערן־יאָר תש"ע. קרובֿ צו 1,500,000 תּלמידים אין די עלעמענטאַרע און מיטלשול־קלאַסן פֿון אַ’ ביז י״ב און 358,000 קינדערלעך (כּן־ירבו!) אין די קינדער־גערטנער איבערן לאַנד, האָבן אָנגעהויבן הײַיאָר זייערע לימודים צו דער צײַט. ד"ר שמשון שושני, גענעראַל־דירעקטאָר (מנכּ"ל) פֿון בילדונגס־מיניסטעריום, האָט פֿײַערלעך און מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע דערקלערט, אַז דאָס נײַע לערן־יאָר האָט זיך הײַיאָר אָנגעהויבן כּמעט אָן שטערונגען און אָן שטרויכלונגען, אַז ער געדענקט ניט אַזאַ רויִקע דערעפֿענונג פֿון אַ נײַעם לערן־יאָר אין די לעצטע יאָרן, כאָטש לויט דער סטאַטיסטיק פֿון יענעם טאָג, האָט דאָס בילדונגס־מיניסטעריום גופֿא געמאָלדן, אַז 16 שולן מיט 6,000 תּלמידים האָבן יאָ געשטרײַקט, צוליב וועלכע עס איז טעכנישע, לאָקאַלע סיבות.
אין אַלגעמיין איז דער פֿײַערלעכער ערשטער טאָג פֿון דעם נײַעם לערן־יאָר אַריבער בשלום. גלײַך נאָך דעם ווי עס האָבן זיך דערהערט די קלאַנגען פֿון דעם שולגלאָק, האָבן די צופֿרידענע תּלמידים אָנגעפֿילט זייערע קלאַסצימערן, גרייט אָנצוהייבן זייערע לימודים.
ווי יעדעס יאָר, זענען אין געוויסע שולן געקומען צו באַגריסן די תּלמידים מיניסטאָרן, בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, דער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל שמעון פּערעס, די פֿאָרזיצערין פֿון דער אָפּאָזיציע ציפּי ליבֿני און אַנדערע חשובֿע פּערזענלעכקייטן. ווי דער שטייגער איז, האָט יעדער איינער זיך באַמיט צו פֿאַרפֿירן מיט די יונגע און אויך עלטערע תּלמידים, אַ קורצן וואַרעמען שמועס און זיי ווינטשן ברכה און הצלחה אין זייערע לימודים.
אין פֿלוג וואָלט עס געקענט זײַן אַ גוטער און צפֿרידנשטעלנדיקער אָנהייב פֿון אַ נײַעם לערן־יאָר, אָבער ליידער, ליידער איז אויך אין דער זעלבער צײַט פֿאָרגעקומען אַ שענדלעכע און בזיונותדיקע געשעעניש אין פּתח־תּקוה, און אין אַ קלענערער מאָס אויך אין אַ צאָל אַנדערע פּלעצער, וואָס האָט פֿאַרשטערט די שׂימחה און פֿאַרשאַפֿט בושה און צער בײַ אַ סך פֿון אונדז אין ישׂראל.
גזענות (ראַסיזם) און דיסקרימינאַציע אין ישׂראלדיקן שולוועזן
"צענדליקער תּלמידים, קינדער פֿון עולים פֿון עטיאָפּיע פֿאַרבלײַבן אויסער די שולן אין פּתח־תּקוה", האָט אַראָפּגעשריגן מיטוואָך, דעם 2טן סעפּטעמבער דער הויפּטקאָפּ אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער פֿרימאָרגנדיקער צײַטונג "האָרץ" אין ישׂראל, וואָס דערשײַנט אויך יעדן טאָג אין אַן ענגלישער אויסגאַבע. אין דעם אונטערקעפּל פֿון דער אַלאַרמירנדיקער ידיעה ווערט איבערגעגעבן, אַז אין דעם ערשטן טאָג פֿון דעם נײַעם לערן־יאָר זענען קינדער פֿון עולים פֿון עטיאָפּיע נאָך אַלץ געשטאַנען פֿון די פֿריִע שעהען אָן פֿון טאָג ביז 7 אין אָוונט מיט זייערע עלטערן אין די קאָרידאָרן פֿון דעם דערציִונג־אָפּטייל פֿון דער שטאָט־מוניציפּאַליטעט פֿון פּתח־תּקוה. זיי האָבן שטיל און געדולדיק געוואַרט, מען זאָל זיי דערלויבן צו לערנען אין איינער פֿון די אָרטיקע רעליגיעזע שולן אין שטאָט. צווישן זיי זענען אויך געווען אַ צאָל גאָר יונגע קינדער, וועלכע האָבן פֿאַרענדיקט זייער קינדער־גאָרטן און מיט גרויס נײַגער און חשק געוואַרט אויף דער רגע ווען זיי וועלן אַרײַנטרעטן אין דעם ערשטן קלאַס — כּיתּה א’ פֿון דער עלעמענטאַר־שול...
אַ מוטער פֿון איינעם פֿון די דאָזיקע קינדער האָט מיט פֿאַרדראָס און צער געזאָגט דעם צײַטונג־רעפּאָרטער, אַז "זיי גלייבן שוין קיינעם ניט, ווײַל קיינער וויל אונדז ניט"... דערבײַ האָט דער רעפּאָרטער באַמערקט, אַז אין לויף פֿון גאַנצן טאָג האָט קיינער פֿון די וואַרטנדיקע אין די קאָרידאָרן ניט אויפֿגעהויבן זייערע שטימעס און ניט אויסגעדריקט זייער כּעס און ווייטיק הויך אין געשריי.
די באַאַמטע פֿון דער עיריה (מוניציפּאַליטעט) זענען געזעסן אין זייערע צימערן און זיך שטאַרק געדונגען צווישן זיך, אין וועלכע רעליגיעזע שולן פֿון שטאָט די דאָזיקע קינדער פֿון די נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע זאָלן לערנען אין דעם לערן־יאָר.
יוסי שׂריד, געוועזענער דערציִונגס־ און קולטור־מיניסטער, האָט אין זײַן אַרטיקל אין "האָרץ" שאַרף פֿאַרדאַמט די דאָזיקע האַנדלונג פֿון די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן. ער האָט זיי באַשולדיקט אין דערנידעריקן און באַעוולען ניט נאָר די קינדער און די עולים פֿון עטיאָפּיע, נאָר זיי האָבן אויך פֿאַרשעמט די שטאָט פּתח־תּקוה, וואָס איז באַקאַנט ווי די "אם־המושבֿות" — די מוטער פֿון די ערשטע ייִדישע קאָלאָניעס אין ארץ־ישׂראל.
די קריטיק און פֿאַרדאַמונג פֿון דער האַנדלונג לגבי די קינדער פֿון די עולים פֿון עטיאָפּיע, זענען געקומען פֿון אַלע קרײַזן און פּערזענלעכקייטן אין ישׂראל. גאָר שטאַרק און אויסדריקלעך האָט רעאַגירט דער פּרעזידענט שמעון פּערעס, ווען ער איז אויפֿגעטראָטן אין יענעם פֿרימאָרגן בעת אַ צוזאַמענקום פֿון מיטלשול־תּלמידים אין כּפֿר־המכּביה. אויף דער פֿראַגע פֿון איינעם פֿון די תּלמידים: "ווי אַזוי קענען יוגנטלעכע פֿון אַ מיטלשול ווירקן אויף די דערשײַנונגען וואָס קומען איצט פֿאָר אין ישׂראל?" האָט פּערעס געענטפֿערט:
"איך וועל אײַך געבן אַ קאָנקרעטן בײַשפּיל: אויב איך וואָלט געווען אויף אײַער אָרט, וואָלט איך גלײַך אַרויף אויף די אויטאָבוסן און געפֿאָרן קיין פּתח־תּקוה, צו דעמאָנסטרירן קעגן די דאָרטיקע אינסטאַנצן וואָס אַנטזאָגן זיך אַרײַנצונעמען די קינדער פֿון עטיאָפּיע אין זייערע שולן. עס איז אַ חרפּה און בושה! קיינער אין ישׂראל טאָר ניט מסכּים זײַן מיט דער דאָזיקער האַנדלונג! ווי דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל פֿאַרדאַם איך עס פֿון טיפֿן האַרצן... די יוגנט אין ישׂראל פֿאַרמאָגט אַ קאָלאָסאַלן כּוח צו ווירקן און ניט דערלאָזן אַזעלכע אומגעוווּנטשענע האַנדלונגען אין מדינת־ישׂראל... השמיעו את קולכם — לאָזט הערן אײַער קול!" — האָט פּערעס פֿאַרענדיקט זײַן עמאָציאָנעלן רוף צו דער ישׂראל־יוגנט.
גדעון סער (סאַאַר), מיניסטער פֿאַר דערציִונג, האָט שאַרף געוואָרנט די לייטונג פֿון די דרײַ רעליגיעזע שולן אין פּתח־תּקוה: "למרחבֿ", "דעת־מבֿינים" און "דרכי־נועם", וואָס זענען פּריוואַטע לערן־אינסטיטוציעס, אָנערקענט פֿון דעם מיניסטעריום, אַז אויב זיי וועלן דיסקרימינירן די קינדער פֿון עטיאָפּיע און זיי ניט אַרײַננעמען אין זייערע קלאַסן, וועלן זיי טראָגן די פֿולע פֿאַראָנטוואָרטלעכקייט פֿאַר דעם. זיי וועלן פֿאַרלירן די רעגירונגס־דערלויבעניש און ניט באַקומען דעם טייל בודזשעט וואָס די רעגירונג האָט באַשטימט פֿאַר זיי, פֿאַר דעם נײַעם לערן־יאָר.
אַפֿילו דער אַפֿריקאַנער נאָבעל־לאַורעאַט פֿאַר שלום, אַרכיבישאָף דעזמאָנד טוטו, וועלכער איז געווען אויף אַ באַזוך אין ישׂראל אין יענע טעג, האָט זיך עפֿנטלעך אויסגעדריקט אין אַן אינטערוויו אין "האָרץ", אַז "...זעענדיק די קינדער פֿון עטיאָפּיע, ווי אַזוי זיי דעמאָנסטרירן קעגן זייער דיסקרימינאַציע אין די ישׂראל־שולן, האָט מיר פֿאַרשאַפֿט צער און מיר דערמאָנט זכרונות פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט אין מײַן אייגן לאַנד..."
אויך דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָט דערקלערט, "אַז דאָס וואָס געשעט מיט די קינדער פֿון עטיאָפּיע אין פּתח־תּקוה איז אַן אומפֿאַרגעבלעכער און אומפֿאַראַנטוואָרטלעכער טאַט, וואָס איז אין שאַרפֿן קעגנזאַץ צו אונדזערע נאַציאָנאַלע ווערטן ווי אַ מדינה, ווי ייִדן און ווי ישׂראלים!"
* * *
ווײַזט אויס, אַז די שאַרפֿע אָפּרופֿן און קריטיק אין לאַנד האָבן געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויף די באַלעבאַטים אין די רעליגיעזע קרײַזן אין פּתח־תּקוה. נאָך לאַנגע אונטערהאַנדלונגען און וואָרענונגען האָבן זיי מסכּים געווען אַרײַנצונעמען די 100 עטיאָפּישע קינדער אין זייערע קלאַסן. אָבער אין די קרײַזן פֿון בילדונגס־מיניסטעריום דערוואַרט מען ווידער אַן ענלעכן קריזיס אין דעצעמבער חודש, ווען עס וועלן אָנקומען קיין פּתח־תּקוה נײַע 60 קינדער־עולים פֿון עטיאָפּיע.
ליידער איז די דאָזיקע שענדלעכע האַנדלונג פֿון דיסקרימינאַציע אין געוויסע רעליגיעזע שולן אויך אַן אָפֿטע דערשײַנונג פֿון אָפּשיידן תּלמידים אין פֿאַרשיידענע קלאַסן און גרופּעס, צוליב דער מאָס פֿון פֿרומקייט און לעבנס־שטייגער פֿון זייערע עלטערן, צוליב זייער עקאָנאָמישן און סאָציאַלן שטאַנד, און אַפֿילו צוליב דעם קאָליר פֿון זייער הויט... (רחמנא־לצלן — זאָל דער באַרעמהאַרציקער אונדז אָפּהיטן!)
* * *
און צום סוף, אויך אַ פּערזענלעכע נאָטע: מיט יאָרן צוריק בין איך געווען אין בילדונגס־מיניסטעריום דער מנהל פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר אַבסאָרבציע פֿון נײַע עולים־קינדער אינעם ישׂראל־שולוועזן. (אין עבֿרית האָט עס געהייסן "מחלקה לקליטת תּלמידים־עולים במערכת החינוך באָרץ").
צוזאַמען מיט די אינספּעקטאָרן (מפֿקחים) אין יעדן ראַיאָן האָב איך געהאַט די זכיה אויפֿצונעמען די עולים־תּלמידים, וועלכע זענען דאַן געקומען מיט זייערע עלטערן אין די היסטאָרישע מאַסן־עליות: "מבֿצע משה" און "מבֿצע שלמה" פֿון עטיאָפּיע, און פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מיר האָבן דאַן געטאָן אַלץ וואָס עס איז נאָר מעגלעך געווען, מיט ליבשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט, צו אַבסאָרבירן די דאָזיקע קינדער אין די קלאַסן, זיי זאָל זײַן לײַכט, באַקוועם און צופֿרידנשטעלנדיק אין אַלע הינזיכטן.
די מנהלים פֿון די שולן, די לערער און אַלע אַנדערע וועלכע זענען געווען פֿאַרבונדן מיט דעם דאָזיקן פּראָצעס, האָבן מיטגעאַרבעט און קאָאָפּערירט צווישן זיך האַרמאָניש, לטובֿת דעם וויכטיקן צוועק. מיר האָבן געזען אין דער דאָזיקער מיטאַרבעט אַ היסטאָרישע מיסיע און שטאַרק אָפּגעשאַצט דעם אָנקום פֿון אַזוי פֿיל נײַע עולים פֿון די תּפֿוצות און זייער בײַטראָג צו דעם וווּקס און דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער ייִדישער מדינה. איך פּערזענלעך געדענק ניט קיין פֿאַל פֿון אָפֿענער דיסקרימינאַציע קעגן די דאָזיקע נײַע תּלמידים. מיר האָבן זיי אויפֿגענומען מיט פֿרייד, ניט געקוקט אויף אַלע פֿינאַנציעלע און עקאָנאָמישע שוועריקייטן וואָס האָבן דאַן געהערשט.
איך באַדויער זייער און עס טוט מיר לײַד, וואָס אַזעלכע שענדלעכע האַנדלונגען לגבי די קינדער פֿון עטיאָפּישע עלטערן, ווי עס זענען לעצטנס געשען אין דעם שולוועזן פֿון פּתח־תּקוה, קומען פֿאָר 61 יאָר נאָך דעם אויפֿקום פֿון אונדזער מדינה.