ישׂראל, געזעלשאַפֿט

עטלעכע מחשבֿות 
און אײַנדרוקן

ניטאָ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט אַזאַ שטאָט, וווּ מען פֿילט זיך אין די איצטיקע טעג אַזוי טיף־עמאָציאָנעל, ווי אין ירושלים. גענוג בלויז צו הערן, דאָס קול פֿונעם שמשׂ אין די נאָך־פֿינצטערע שעהען פֿון דעם פֿרימאָרגן: "ייִדן שטייט אויף צו סליחות!" און דעם הילכיקן קלאַנג פֿון דעם שופֿר, וואָס זאָגט אָן, אַז ייִדן זאָלן אָנהייבן "זיך מכין צו זײַן" צו די טעג פֿון יום־הדין און חשבון־הנפֿש, וואָס רירן און וועקן אויף אַ ציטעריקע סטרונע טיף אין האַרצן. מען מעג זײַן שטאַרק פֿרום, טראַדיציאָנעל און אַפֿילו סעקולער און ניט קיין שומר־מיצוות, די אַטמאָספֿער, די "אַווירא דירושלים" און די שטימונג אַרום באַווירקט יעדן איינעם פֿון אונדז.

עס איז גוט וואָס אין אונדזער יערלעכן, פּערזענלעכן קאַלענדאַר, איז דאָ אַ געוויסער אָפּשטעל, אַ "סטאַנציע", וואָס גיט אונדז די געלעגנהייט זיך אָפּצוגעבן אַ שטיקל דין־וחשבון, אַ חשבון־הנפֿש וועגן דעם וואָס ס׳איז געטאָן געוואָרן און איבערגעלעבט אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.

די וועלכע דאַווענען אויס זייערע תּפֿילות און תּחינות פֿון די יום־טובֿדיקע מחזורים, און די וועלכע דריקן אויס זייערע געבעטן און וווּנטשן אין דער שטיל, אויף זייער אייגענעם אופֿן, האָפֿן אַז זייערע תּפֿילות וועלן מקוים ווערן אין דעם נײַעם יאָר תש״ע (5770). ייִדן האָבן ליב עס אויסצודריקן לויט די ראָשי־תּיבֿות ת־ש־״ע: "שתּבֿוא שנת עונג ועדנה!" — עס זאָל קומען פֿאַר אונדז אַלעמען אַ יאָר פֿון פֿאַרגעניגן און תּענוג.

ווינטש איך טאַקע אַלעמען — אַלע אונדזערע ליבע לייענער פֿון אונדזער אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה פֿון ירושלים!

עס זאָל שוין קומען אונדזער אויסגעגאַרטער שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל און פֿאַר עם־ישׂראל, אומעטום אין די תּפֿוצות!

די צאָל נויט־באַדערפֿטיקע אין לאַנד שטאַרק געוואַקסן

ירושלים, די הויפּטשטאָט פֿון אונדזער מדינה, געפֿינט זיך, ליידער, אין דער רשימה פֿון די אָרעמע שטעט אין לאַנד. דער פּראָצענט פֿון אָרעמע און נויט־באַדערפֿטיקע צווישן די ייִדישע בירגער איז אַ גאַנץ גרויסער. עס געפֿינען זיך צווישן זיי אַ סך קראַנקע מענער און פֿרויען פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער, אַ סך איינזאַמע, עלנטע מענטשן, און ניט ווייניק איינזאַמע, עלנטע, איבערגעבליבענע פֿון חורבן.

אין די וואָכעדיקע טעג, קומען זיי אַרײַן אין די בתּי־תּמחוי — אין די גאָרקיכן צו געניסן פֿון אַ וואַרעמען מאָלצײַט, וואָס געוויסע וווילטעטיקע, פּריוואַטע מענטשן און אינסטיטוציעס מיט דער שטיצע פֿון דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט, גרייטן צו פֿאַר זיי. אָבער ווען עס קומען אָן די ימים־טובֿים, און באַזונדערס פּסח, סוכּות און שבֿועות, ווערט זייער שווערער מצבֿ מער בולט און מער אָנזעעוודיק. פֿאַר זיי זענען די דאָזיקע טעג טראַוומאַטיש און גאָר ניט אַזוי יום־טובֿדיק. די דאָזיקע טעג, אין זייער עלנטקייט און אין איינזאַמקייט, ווערן זייערע הערצער נאָך שווערער פֿון צער, ווייטיק און טרויער.

פּונקט אַזוי ווי אַמאָל אין דער פֿאַרגאַנגענהייט אין די תּפֿוצות, אַזוי אויך איצט, עקזיסטירן איבערן לאַנד אַ צאָל חבֿרות און אינסטיטוציעס, וואָס באַמיִען זיך צו העלפֿן די דאָזיקע נויט־באַדערפֿטיקע, מיט וואָס עס איז נאָר מעגלעך. אַזעלכע זענען די באַקאַנטע אינסטיטוציעס "יד־שׂרה", "קרן־החסד", "פּתחון־לבֿ" א״אַנד. די צאָל נויט־באַדערפֿטיקע אין ישׂראל האָט זיך לעצטנס שטאַרק פֿאַרגרעסערט, און צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס אין אַ סך לענדער, האָבן זיך אויך פֿאַרקלענערט די בײַשטײַערונגען פֿון די אויסלענדישע פֿאָנדן און פֿון די צדקה־געבערס. די שטיצע פֿאַר דעם צוועק פֿון די היגע סאָציאַלע אינסטאַנצן, זענען אויך אין אַ געוויסער מאָס רעדוצירט געוואָרן.

אין דער פּרעסע, טעלעוויזיע און ראַדיאָ האָבן מיר געלייענט און געהערט די ווענדונג צו דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, אַז מען זאָל שטיצן די וווילטעטיקע אינסטיטוציעס מיט געלט און שפּײַז־אַרטיקלען פֿאַר די נויט־באַדערפֿטיקע, מען זאָל זיי אײַנלאַדן צו די יום־טובֿדיקע מאָלצײַטן אין פּריוואַטע היימען, צו משפּחות וואָס זענען ביכולת דאָס צו טאָן.

די אָפּרופֿן מצד דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד צו די דאָזיקע ווענדונגען, זענען געווען זייער פּאָזיטיוו. מיר האָבן עס געקענט זען פֿון די פּנימער פֿון אַ צאָל איינזאַמע מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן דערציילט, אַז ווען זיי ווערן אײַנגעלאַדן צו אַ יום־טובֿדיקן מאָלצײַט צו אַ משפּחה, איז עס פֿאַר זיי איינע פֿון די פֿריידיקסטע און גליקלעכסטע טעג פֿון יאָר.

די דאָזיקע עפֿנטלעכע דערקלערונגען פֿון די עלנטע, איינזאַמע מענטשן, האָבן אָנגעוואַרעמט אַ סך הערצער צווישן די צוהערער און צושויער פֿון דער טעלעוויזיע אין לאַנד אין די איצטיקע טעג.

"זײַט פֿאָרזיכטיק מיט אײַערע קושן און הוסטן אין שיל און בית־מדרש!"

מיט דעם דאָזיקן מערקווירדיקן "קול־קורא" איז אַרויסגעקומען פֿאַר יום־טובֿ דאָס געזונטהייט־מיניסטעריום אין דער פּרעסע, ראַדיאָ און טעלעוויזיע. איך בין זיכער, אַז אַזאַ אויסטערלישע ווענדונג איז נאָך קיין מאָל ניט דערשינען אין אונדזער געשיכטע, וואָס עס לוינט געהאָרכזאַם דערפֿילן און אויספֿאָלגן, ווײַל עס האַנדלט זיך ממש אין פּיקוח־נפֿש.

ווי באַקאַנט, הערשט איצט איבער דער וועלט די אינפֿלוענציע־עפּידעמיע, פֿון אַ גאָר נײַעם סאָרט. אין ישׂראל רופֿט מען עס "שפּעת־החזירים", אָדער מיטן איידעלן נאָמען "Tami-Flu". אַ גרויסע צאָל ישׂראלים האָבן זיך שוין אָנגעשטעקט מיט דעם דאָזיקן שעדלעכן מיקראָב, און איבער 30 ישׂראלים זענען פֿון דעם געשטאָרבן.

עס אַטאַקירט שוואַכע, כראָניש־קראַנקע דערוואַקסענע און קינדער, מען קען זיך אָנשטעקן דורך אַ דירעקטן קאָנטאַקט פֿון איינעם מיט דעם צווייטן, בײַם דריקן די הענט, הוסטן און דורך קושן די הענט און די ליפּן, אַפֿילו דורך קושן געוויסע אָביעקטן, וואָס אַנדערע האָבן שוין געהאַט פֿריִער געקושט... אויך אין אַן ענג־געפּאַקטן עולם איז דאָ די מעגלעכקייט זיך אָנצושטעקן מיט דעם דאָזיקן געפֿערלעכן "פֿלו"־מיקראָב, ווי אין אַ שיל, בית־מדרש און אין אַנדערע פֿאַרזאַמלונגען.

איז דאָך ניט קיין וווּנדער, וואָס דאָס געזונטהייט־מיניסטעריום פֿון ישׂראל האָט געפֿונען פֿאַר נייטיק אַרויסצוקומען מיט אַ סעריע אינטערעסאַנטע פּראָפֿילאַקטישע עצות, כּדי אויסצומײַדן די קראַנקייט. אַ טייל פֿון די דאָזיקע עצות באַציִען זיך צו אָנגענומענע ריטואַלן און מינהגים בײַ די פֿאַרשיידענע עדות פֿון אונדזער פֿאָלק.

אָט האָט איר אַ צאָל פֿון זיי:

ערשטנס, איינער וואָס איז קראַנק און ער פֿילט זיך ניט גוט, און עס איז דאָ אַ חשד, אַז ער האָט חס־וחלילה די "תּמי־פֿלו", זאָל בכלל ניט קומען אין שיל אַרײַן.

אויסמײַדן צו דריקן איינער דעם צווייטן אַ האַנט און זיך ניט קושן, ווען מען ווינטש זיך אַ שנה־טובֿה — אַ גוט־יאָר.

ווען איינער דריקט די האַנט פֿון זײַן רבֿ, רבין אָדער פֿון אַ חשובֿן מענטשן, זאָל ער ניט אָנרירן מיט דער האַנט זײַנע ליפּן.

ניט קושן די מזוזה בײַם אַרײַנגיין און בײַם אַרויסגיין פֿון בית־כּנסת, ווײַל אַנדערע האָבן עס געקושט פֿריִער צורירנדיק זיך מיט זייער פֿינגער...

דרך־אַגבֿ, מען האָט געפֿרעגט דעם איצטיקן געזונטהייט־מיניסטער הרבֿ יעקבֿ ליצמאַן, צי קושן די מזוזה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה, ווײַל מען קען זיך אָנשטעקן מיט אַ "פֿלו"־מיקראָב? האָט ער אויטאָריטאַטיוו דערקלערט, אַז "ניין", ווײַל די מזוזה אַליין בײַם אַרײַנגאַנג אין אַ הויז איז אַ סגולה וואָס פֿאַרהיט שוין דאָס הויז פֿון אַלע קראַנקייטן און אַנדערע סכּנות.

זײַענדיק אין שיל דאַרף מען ניט קושן די פּרוכת פֿון אָרון־קודש און פֿון דער תּורה, ווײַל אַנדערע האָבן עס געקושט און זיי האָבן מסתּמא איבערגעלאָזט סימנים פֿון די אָנשטעקנדיקע מיקראָבן.

"מען קען קושן די אייגענע טלית און תּפֿילין, ווײַל קיין אַנדערער האָט עס ניט געקושט פֿריִער", האָט הרבֿ יעקבֿ ליצמאַן, דער געזונטהייט־מיניסטער צוגעגעבן.

יעדער איינער, אָדער איינע, אין שיל, מוזן אָפּהיטן זייער פּערזענלעכע היגיענע. איינער דאַרף געדענקען, אַז ווען ער ניסט אָדער ווען ער הוסט, דאַרף ער עס טאָן אין אַ פּאַפּירענעם נאָזטיכל, וואָס ער דאַרף גלײַך אַרײַנוואַרפֿן אינעם מיסט. אויב ער האָט ניט אַזאַ נאָזטיכל, דאַרף ער אַרײַנניסן, אָדער אַרײַנהוסטן, אַנטקעגן זײַן אײַנגעבויגענעם עלנבויגן, און ניט אין זײַן האַנטפֿלאַך.

דער עיקר: יעדער איינער דאַרף וואַשן אָפֿט זײַנע הענט מיט זייף און וואַסער, אָבער ניט אָפּווישן זיי מיט דעם אַלגעמיינעם האַנטוך, וואָס אַלע מתפּללים באַנוצן זיך מיט אים.

הכּלל: די דאָזיקע דירעקטיוון זענען באַשטעטיקט געוואָרן מיט אַ הכשר פֿון דעם הויפּט־ראַבינאַט פֿון דער מדינה, און זיי זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַלע שילן און בתּי־מדרשים אין לאַנד. איך בין זיכער, אַז הײַיאָר האָט יעדער איינער פֿון אונדז אײַנגעשלאָסן, צווישן די אַלע אַנדערע תּפֿילות פֿון די ימים־נוראָים־מחזורים, אויך זײַן אייגענע פּערזענלעכע תּפֿילה אַז ער זאָל באַהיט ווערן פֿון דעם "תּמי"־מיקראָב, אָדער אָנגעשטעקט ווערן מיט דער "שפּעת־החזירים" בײַם דאַווענען אין שיל, בית־מדרש אָדער ערגעץ וווּ אַנדערש.

מיר אַלע דאַרפֿן טאַקע האָפֿן, אַז דער רבונו־של־עולם, וואָס זיצט אויבן, זאָל מאַכן, אַז די דאָזיקע שרעקלעכע עפּידעמיע, זאָל וואָס שנעלער פֿאַרשווינדן פֿון ישׂראל, און פֿון דער וועלט בכלל, און עס זאָל איבערלאָזן הינטער זיך וואָס ווייניקער קרבנות!..

זאָל דער קומענדיקער נײַער יאָר זײַן פֿאַר אונדז אַלעמען אַ יאָר פֿון געזונט, פֿון בריאות־הגוף און בריאות־הנפֿש. מיר זאָלן קענען אויסהאַלטן און פֿאַרהיט ווערן פֿון אַלע סכּנות און געפֿאַרן וואָס לויערן אויף אונדז אין די איצטיקע טעג.

אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה אײַך אַלעמען!