געזעלשאַפֿט
סצענע פֿון דעם דאָקומענטאַרן פֿילם "ניט מער קיין פֿרעמדע"
סצענע פֿון דעם דאָקומענטאַרן פֿילם "ניט מער קיין פֿרעמדע"

די ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ איז מיר גוט באַקאַנט. מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין געווען דער אינספּעקטאָר אין דעם בילדונגס־מיניסטעריום פֿאַרן ייִדיש־לימוד אין די ישׂראל־שולעס, פֿלעג איך אָפֿט מאָל באַזוכן דאָרטן די קלאַסן פֿון דער שולע.

די לייטונג פֿון דער שולע, מיט דער געוועזענער מנהלת (דירעקטאָרין) עמירה יהלום, האָבן שטענדיק אַרויסגעוויזן אַ באַזונדער פֿאַרשטענדעניש און סימפּאַטיע צו דעם ייִדיש־לימוד.

במשך די יאָרן האָט דער עטנישער אָפּשטאַם פֿון דער אַרומיקער געגנט פֿון דער שולע זיך ראַדיקאַל געענדערט, און צו גלײַך אויך דער באַשטאַנד און כאַראַקטער פֿון אירע תּלמידים. אַלע גאַסן אַרום דער אַלטער, צענטראַלער "אגד"־אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען איצט באַוווינט פֿון משפּחות פֿון די אַזוי־גערופֿענע "עובֿדים זרים" (פֿרעמדע אַרבעטער) פֿון 48 לענדער, אַממערסטנס פֿון אַפֿריקע און אַזיע און אויך אַ טייל פֿון אייראָפּע.

טויזנטער פֿון זיי זענען אָנגעקומען אין לאַנד ווי פּליטים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון סודאַן, דאַרפֿור און אַנדערע לענדער. זיי האָבן באַקומען אַ לעגאַלן סטאַטוס לויט אַן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ, צו בלײַבן צײַטווײַליק אין לאַנד, ווײַל עס דראָט זיי דאָרטן אַרעסט און שטראָף.

אַ גאָר גרויסע צאָל זענען געבראַכט געוואָרן דורך ישׂראל־אַרבעט־אונטערנעמער אויף אַ געוויסן פּעריאָד, צו אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע בוי־פּראָיעקטן, ווי אויך אין אַגריקולטור און אין דער באַדינונג פֿון אַלטע, קראַנקע אָדער עלנטע מענטשן. זייער לעגאַלער סטאַטוס איז באַגרענעצט אין צײַט, און ווען עס קומט אָן דער סוף פֿון דעם באַשטימטן טערמין פֿון זייער דערלויבעניש, מוזן זיי פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, אָבער אַ גרויסע טייל פֿאַרבלײַבט דאָ אומלעגאַל.

טויזנטער זענען אָנגעקומען אין לאַנד אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן. זיי האָבן געוואַנדערט איבער דעם סאַכאַראַ־מידבר חדשים־לאַנג און זיך אַרײַנגעשמוגלט איבער דער מצרים־ישׂראל־גרענעץ. זיי זענען אַנטלאָפֿן מיט זייערע משפּחות פֿון זייערע לענדער צוליב דער דאָרטיקער שווערער, עקאָנאָמישער לאַגע, כּדי דאָ צו פֿאַרדינען זייער ברויט, אין דעם "מאָדערנעם, פֿאָרגעשריטענעם" לאַנד פֿון די ייִדן — מדינת־ישׂראל...

זײַענדיק שוין דאָ אין לאַנד, האָבן אַ סך פֿון זיי חתונה געהאַט, געבוירן דאָ קינדער און זיך אַפֿילו אַקלימאַטיזירט אין דער ישׂראל־ווירקלעכקייט.

די קינדער זענען אויסגעוואַקסן, און ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, באַזוכן זיי אויך צוזאַמען מיט די ישׂראל־קינדער די ישׂראל־קינדער־גערטנער, עלעמענטאַר און אויך מיטלשולעס. זיי לערנען דעם זעלבן לימוד און פֿון די זעלבע ביכער ווי די ישׂראל־געבוירענע, זיי רעדן העברעיִש ממש, ווי די הי־געבוירענע "סאַברעס" און ווי די נײַ־געקומענע "קינדער־עולים".

לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, זענען 50 פּראָצענט פֿון די תּלמידים אין דער ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין תּל־אָבֿיבֿ קינדער פֿון די פֿרעמדע אַרבעטער. דרך־אַגבֿ: איך פּערזענלעך בין גוט־אינפֿאָרמירט, וואָס שייך דעם אַלגעמיינעם מצבֿ און דעם סטאַטוס פֿון די קינדער פֿון די "פֿרעמדע אַרבעטער" אין דער שולע. מײַן ייִנגסטער זון אַרנון איז דאָרטן איינער פֿון די לערער פֿון ענגליש, שוין העכער 10 יאָר; איינער, וואָס זאָרגט פֿאַר זייער אַבסאָרבציע און וווילזײַן אין דער דאָזיקער שולע. עס ווערט דאָרט שטאַרק אונטערגעשטראָכן דער מאָטיוו פֿון אינטעגראַציע, און דעם צוזאַמענלעבן פֿון די פֿאַרשיידענע עטנישע און סאָציאַלע גרופּעס פֿון אַלע תּלמידים, אויף דעם גאַנצן קאַמפּוס פֿון דער ביאַליק־ראָגאָזין־שולע.

די טיכטיקע און ענערגישע מנהלת פֿון דער שולע קרן טל רופֿט עס "ישׂראליזם". אַזוי ווי מיר אַלע קענען דעם טערמין "מיזוג־גלויות" (צונויפֿשמעלצונג פֿון גלותן). ליידער פֿאַרשווינדן די פּאָזיטיווע רעזולטאַטן פֿון די באַמיִונגען, ווען די דאָזיקע קינדער קומען אַהיים, נאָך די לערן־שעהען אין דער שולע צו זייערע עלטערן, וועמען די גרענעץ־פּאָליציי זוכט צו אַרעסטירן און זיי, צוזאַמען מיט זייערע קינדער, אַרויסטרײַבן פֿון לאַנד, ווײַל זיי געפֿינען זיך דאָ אומלעגאַל.

די דאָזיקע קינדער לעבן אין גרויס שרעק, זיי ווילן בלײַבן דאָ אין לאַנד, זייער שפּראַך איז עבֿרית און זיי האָבן קיין שום געפֿיל, אָדער שײַכות נישט צו דעם לאַנד, פֿון וועלכן זייערע טאַטע־מאַמע זענען געקומען.

מײַן זון אַרנון, זייער לערער, דערציילט מיר אָפֿט, אַז די דאָזיקע שרעק און שפּאַנונג קען מען זען ווי עס שפּיגלט זיך אָפּ אין זייערע פּנימער, אין זייער אויפֿפֿירונג אין קלאַס. זיי ווילן בלײַבן אין ישׂראל און אַפֿילו דינען אין דער ישׂראל־אַרמיי.

אין אַ סך קרײַזן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, אין דער פּרעסע און אין דער מעדיאַ בכלל, קומט זייער אָפֿט צום אויסדרוק דער פּראָטעסט און די שאַרפֿע קריטיק קעגן דער שטרענגער האַנדלונג פֿון די מלוכישע אינסטאַנצן לגבי די קינדער פֿון די אומלעגאַלע פֿרעמדע אַרבעטער.

באַזונדערס ווערט שטאַרק געטאַדלט און קריטיקירט דער רעליגיעזער אינערן־מיניסטער, דער הויפּט פֿון דער ש״ס־פּאַרטיי, אלי ישי, וועלכער ווײַזט אַרויס ממש אַ האַרטנעקיקע, עקשנותדיקע באַציִונג לגבי די קינדער פֿון די אומלעגאַלע פֿרעמדע אַרבעטער. ער איז אַנטשלאָסן זיי אַרויסצושיקן פֿון לאַנד. אַפֿילו אין מיטן פֿון זייערע לימודים. ער האָט פּלאַנירט אויפֿצושטעלן אַ ספּעציעלן אינטערנירונג־צענטער נעבן דעם לופֿטפֿעלד אין לוד, וווּ מען וועט האַלטן די קינדער און זייערע עלטערן, איידער די פּאָליציי וועט זיי אַלעמען אַרויפֿזעצן אויף אַן עראָפּלאַן און זיי אַרויסשיקן פֿון ישׂראל קיין אַפֿריקע, אַזיע און אַנדערע לענדער, פֿון וועלכע זיי זענען געקומען.

אונטער דעם דרוק פֿון דער קריטיק אין לאַנד און אין אויסלאַנד האָט דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, סוף־כּל־סוף, עטוואָס געוויזן אַ זשעסט און באַשלאָסן אָפּצולייגן די דעפּאָרטאַציע פֿון 120 קינדער פֿון דער ביאַליק־ראָגאָזין־שולע, ביז יוני, ווען דער לערן־יאָר וועט זיך פֿאַרענדיקן.

אלי וויזעל פֿון אַמעריקע האָט אַפּעלירט צו דעם געוויסן פֿון דעם ייִדישן מיניסטער מיט די ווערטער: …"עס איז שווער צו גלייבן, אַז אַזאַ פֿאַל קען געשען אין ישׂראל; וווּ איז דאָס ייִדיש־האַרץ, דאָס ייִדיש־גײַסט, דער ייִדישער רחמנות־געפֿיל", האָט ער געפֿרעגט.

אייב פֿאַקסמאַן, פֿון דער "אַנטידעפֿאַמיישן ליגע" אין אַמעריקע, האָט דערקלערט: "די קינדער דאַרפֿן בלײַבן אין ישׂראל, אַפֿילו בלויז צוליב הומאַניטאַרע סיבות".

שׂרה נתניהו, די פֿרוי פֿון פּרעמיער־מיניסטער, ביבי נתניהו, האָט אין אַ בריוו צו אלי ישי געבעטן: "פֿון די טיפֿענישן פֿון מײַן האַרץ, ניט אַרויסצוטרײַבן די קינדער פֿון די פֿרעמדע אַרבעטער, צו לאָזן זיי בלײַבן אין לאַנד".


* * *

די דאָזיקע אָנגעווייטיקטע פּראָבלעם פֿון די קינדער אין דער ביאַליק־ראָגאָזין־שולע אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט אויך געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין דער ברייטער וועלט און האָט דערגרייכט ביז קיין האָליוווּד. אַ פֿילם־מאַנשאַפֿט האָט אין לויף פֿון כּמעט אַ יאָר, געמאַכט אַ דאָקומענטאַרן פֿילם אין דער שולע, אינטערוויויִרט אַ צאָל פֿון די קינדער און לערער־פּערסאָנאַל.

דער דאָזיקער רירנדיקער פֿילם איז געוויזן געוואָרן איבער 30 שטעט פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, און האָט געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן רושם אומעטום. עס הייסט "Strangers No More" — "ניט מער קיין פֿרעמדע".

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז פֿאָרגעקומען אין האָליוווּד די יערלעכע פּרעזענטאַציע פֿון די Oscar־פּרײַזן פֿאַר די בעסטע פֿילמען פֿון דעם יאָר 2010.

צווישן די גרויסע, לאַנגע, קאָסטבאַרע פֿילמען, האָט אויך קאַנדידירט דער קורצער דאָקומענטאַרער פֿילם "Strangers No More", פֿילמירט אין אַ תּל־אָבֿיבֿער שולע, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם אויף דער זשורי אין האָליוווּד, און אויף די מיליאָנען צושויערס איבער דער גאָרער וועלט. עס האָט געוווּנען אַן Oscar אין דער קאַטעגאָריע פֿון דאָקומענטאַרע פֿילמען.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ אין ישׂראל האָט עס אַרויסגערופֿן גרויס פֿרייד און איבערראַשונג. באַזונדערס האָבן זיך געפֿרייט די קינדער פֿון די "פֿרעמדע אַרבעטער", געבוירענע אין ישׂראל, וווּ זיי זענען דערצויגן געוואָרן אין גײַסט פֿון "ישׂראליזם", רעדן עבֿרית ווי די "סאַברעס" און האָפֿן אַפֿילו, ווען זייער צײַט וועט קומען, גיין אין דער ישׂראל־אַרמיי צו דינען און באַשיצן מדינת־ישׂראל.

…"איך בין געווען גליקלעך צו הערן, אַז אלי ישי האָט אָפּגעלייגט אַרויסצוטרײַבן אונדז פֿון לאַנד אויף עטלעכע חדשים שפּעטער, נאָכן סוף פֿון דעם לערן־יאָר. איך בין צופֿרידן וואָס איך וועל קענען פֿײַערן מיט אַלע מײַנע ישׂראל־חבֿרים און חבֿרטעס דעם יום־טובֿ פּורים און נאַכער אויך דעם יום־טובֿ פּסח... אפֿשר וועט ער ביז דאַן באַשליסן צו לאָזן אונדז דאָ בלײַבן אויף שטענדיק", האָט מיט גרויס פֿרייד דערקלערט איינע פֿון די קינדער פֿון די "עובֿדים זרים", אַ שילערין פֿון דער שולע "ביאַליק־ראָגאָזין" אין תּל־אָבֿיבֿ.

אפֿשר וועט טאַקע קומען אויך פֿאַר זיי דער נס־פּורים און קריעת־ים־סוף אַרום פּסח?.. אפֿשר! אפֿשר?